בית פורומים כל העולם כולו

ברעיקינג! געריכט שליידערט ארויס קלאגע קעגן קרית יואל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-28/11/2011 22:45 לינק ישיר 
ברעיקינג! געריכט שליידערט ארויס קלאגע קעגן קרית יואל

אצינד קומט די פרייליכע נייעס אז דער פעדעראלע געריכט האט ארויסגעווארפן די קלאגע'ס קעגן די קרית יואל ווילידדש.



לא ירעו ולא ישחיתו בכל הר קדשי.



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/11/2011 22:55 לינק ישיר 

נישט אמת !

די בני יואל האט עכט יא געווינען.
סאסמאן מיט יאשקע קענען אריינגעבן א פרישע קלאגע קעגן די קאמיוניטי רומס !




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/11/2011 22:57 לינק ישיר 

יישר כח פאר די שטארקע נייעס!

------------

אט איז מיין מכתב תנחומין פאר אלע קרית יואלע מהרסים, וועמען יוסל וואלדמאן האט אזוי אנגעדרייט מיט הויפענעס חיזוק אז "מען גייט שפארן דעם ווילידש", און פאר אלע וויליאמסבורגער מיטליידנדע(..) וועלכע האבן זיך אויסגעךיידיגט די טאשן ביים ספעציעלן אווענט אין ויואל משה צו פינאנצירן דעם היינטיגן דערגרייכונג:

סעגעדין האט אונטערגעקויפט די שופטים, און די מתיבתא בחרוים האבן געלייגט געפערליכע טעראר!!! די גאנצע פסק איז עניוועי אן קיין יושר, און אונזער קלאגע איז אויסדרוקליך גערעכט, און די מאנדל בי"ד באשטעטיגט עס!

------------

אצינד לאמיר צוריקגעבן דאס ווארט פאר יוסל וואלדמאן, מיט אייניגע חדשים צוריק, אינמיטן די גרויזאמע חלומות:

דער צייטונג דער רעקארד דיבאטירט אויב דער פעדעראלער שופט וועט אפשפארן דעם ווילידש אדער נישט, ברענגט אראפ דעם סוף פסק פון די אפיעלס שופטים , וואס האבן געווארנט אז עס איז שטארק יא מעגליך!


ספרינטער:

א רחמנות אויף די ארונימלעך וואס לויפן ארום ווי פארסמטע מייז מיט פשטל'ך פארוואס די רשעות'דיגע ווילידזש אויף קעי דזשעי גייט געווינען אין פעדעראל. יא די אלע תירוצים קענען זיי ענטפערן פאר די ריכטערס וואס וועלן האפענטליך איינמאל פאר אלעמאל מאכן א ענדע צי די ענדלאזע רשעות און טעראר פון זיי הארצלאזע און געלט פרעסער רעזשים. מיר דארפן פארשטייט זיך מתפלל זיין אז די העראישע עסקנים זאלן האבן הצלחה ובשם השם נעשה ונצליח. 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/11/2011 23:07 לינק ישיר 

יאשקע משימד ימ''ש שרייט אצינד: UMBLLIVABLE !!!!!!!!!

שאול פויערשטיין שרייט: אלעס בלייבט ביים אלטען!

חזקאל גליק: דער מאכיל נבילות שרייט, אז ער האט נישט מורא פון קיינעם ער האט פארגעלענט מישניות בבית חיינו, 

זריעל דער הלוך לבג''ץ שלינק אראפ א שאכטעל טוטפיקס,

אויף יעקב מאיר פערענץ'ס האנט פלאך וואקסען עפעל ביימער, 

אברהם לויפר מדאראג פלאזע שרייט אז דער שופט איז באזאלצען, 

דער מקלל א. י. בן ר' מנשה פילאף גייט לאזכן פאלן א נייע סעריע  זאפטיגע קללות,

שמשון יענקל גייט רח''ל פאסטען א דרייערל

בעריש לויפר גייט בלאזען מיטן שופר פונעם רביזכיתויגןלייני

שייע יעקב גייט זעצן דעם עולם אויף די קארקע

מען גייט אויף הענגן א סיין בבית חיינו העברת את פי ה' לא תצלח

ןהעיר שישן צהלה ושמיחה!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!  



תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 28/11/2011 23:29:57




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/11/2011 23:39 לינק ישיר 

די חברה זענען צופארן אויף מיליאן, דער הימל איז זיי געפאלן אויפן קאפ, סאיז באמת א סכנה צו שטיין אין זייער געגענט היינט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/11/2011 23:54 לינק ישיר 

אינז זענען אזו צופארן אז בני יואל מיט איבער צווי טויזענט קינדער גייען זיך צי שפארן..ויאל משה מיט איבער צווי טויזענט קינדער גייט זיך פארמאכען ממש א חרבן...4 טויזענט קינדערלעך אן א דאך איבערן קאפ..

תוקן על ידי IAMSMART ב- 28/11/2011 23:55:22




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-29/11/2011 00:11 לינק ישיר 

גארנישט גייט זיך נישט שפארן, איין זאך, עטס האטס היינט געכאפט א פליק וואס עס וועט ענק נעמען א שטיק צייט צו צו זיך קומען, גיי נעם א טיילענאל, דאס אלעס



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/11/2011 00:14 לינק ישיר 

נאך אביסל נביאות פין די מוסרים


קרעדיט:
ספרינטער פין קווינס


א רחמנות אויף די ארונימלעך וואס לויפן ארום ווי פארסמטע מייז מיט פשטל'ך פארוואס די רשעות'דיגע ווילידזש אויף קעי דזשעי גייט געווינען אין פעדעראל. יא די אלע תירוצים קענען זיי ענטפערן פאר די ריכטערס וואס וועלן האפענטליך איינמאל פאר אלעמאל מאכן א ענדע צי די ענדלאזע רשעות און טעראר פון זיי הארצלאזע און געלט פרעסער רעזשים. מיר דארפן פארשטייט זיך מתפלל זיין אז די העראישע עסקנים זאלן האבן הצלחה ובשם השם נעשה ונצליח.
--------------
דער מסור שרייבט

זיי האבן געליטן גרויסע חרפות ווען מען האט תיכף איינגעזען אז זיי בלעבלען נאר סתם ליפט,
דער שופט האט זיי תיכף איבערגעהאקט מיט שווערע שאלות וואס זיי האבן נישט אפגענטפערט צי דער זאך!

אבער ווען מר' סאסמאן איז ארויף געקומען האט ער אראפגעלייגט בטוב טעם ודעת דאס גאנצע השתלשלות הענינים
ער האט געדינער אויף די עוולות פון אזויפיל יארן פון די בארבארישע KJ הערשערס!

ער האט אויך שטארק אפגעשמיסן זייערע טענות פון רעסזשיקאדע- וואס מיינט אז "כבר היה לעולמים" אז מען האט שוין אמאל געקלאגט אויף די עוולות
אויף דעם האט מר סאסמאן געדינערט באלד א האלבע שעה,
"אמת מען האט שוין אמאל געקלאגט די חברה,
אבער די יעצטיגע עבירות איז נייע! און עס איז נאך אסאך ערגערע,

אין פון די זעלבע חברה וואס האבן דאס דעמאלטס געטון,
זיי ט
וען דאס נאך און נאך היינט אויך!

די מוסרים זענען געווען בלייך ווי די וואנט איינגעזינקען פאר בושה, אזוי ווייט אז איינער פון זיי איז ארויסגעלאפן אין מיטן סאסמאן רעדע


צום שלוס האט דער שופט באשטימט צו געבן זיין פסק נאכדעם ווי ער וועט פארטיגען זיי יעצטיגען פעדעראלן טרייל אויף 3 וואכן
און ביז דערווייל האט ער געמאכט א סטעי פון ווייטער מאכן דיסקאווערי ביז צו זיין פסק.
ווי דער לויער האט מסביר געווען,
אז ביים אנפאנג האט ער נישט געוואלט געהן א סטעי ווייל KJ האט דעמאלטס נישט געפאלגט זיין ערשטן ארדער, אבער יעצט איז עס דעם שופט'ס גורם וועגן זיין יעצטיגן שווערן טרייל.
און דאס איז דער שטענדיגער פראדאצור און אלע געריכטן צו געבן א סטעי ביז דער שופט גיט נישט ארויס זיין פסק!
(פארשטייט זיך אז די ארוינים וועלן דאס שפילן אלס געווינס פאר זייערע חלה דעקליך)

עס איז געווען א נחת צוזען ווי דער שופט אליינס האט כסדר אפגעשמיסן די ארוינישע לויערס
אבער ביי סאסמאן האט ער שטארק מיטגעהאלטן מיט געוואלדיג רעספעקט, און פארשטענדעניש

----------------





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/11/2011 00:18 לינק ישיר 



תוקן על ידי היראים ב- 29/11/2011 00:32:29




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/11/2011 00:19 לינק ישיר 
ווען די מוסרים האבען געווינטשען מזל טוב




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/11/2011 00:21 לינק ישיר 
פשיהא! זאלי מוסרים קלעימן ווידער ניצחון

 

נישטו ווער ס'זאל לאכען אבער די לוזערס פייערן ווייטער זיג.......
אלעס טענות זענען נאר געווען א טפל פאר די קאמיונטי רום קלאגע


פארשטינקענע פיש געגעסן אין פין שטאט געפלויגן
מחלל געוווען ש''ש בפרהסיא, מייקר געווען שם אלולים מיט אלע מפרשים
געטרויטן אויף די תוה''ק גענוי ווי זיינע שותפים לדבר עבירה אין ווילימאסבורג
עס הייסט יעצט אז דער פעיקער וועט עקסטענדען זיין וויקאציע ביי די מקומות הק' אין מיאמי
ווי אויך וועט ער באקומען אסאך קאמפעני דארט אויפן פלאץ


דער עיקר נישט פאגעסן
מ'דארף דאנקען דעם רבוש''ע בהודאה על העבר ובבקשה על העתיד
עד הנה עזרנו רחמיך ולא עזבנו חסדיך וכ' ואל תטשינו וכו' לנצח
אז די עוקרי התורה זאלען נישט קענען שאדען מאכען פאר קיין שום ערליכע יוד
אין נישט קענען שלכעטס טוהן פאר די הייליגע קרי' וואס רביה''ק האט געגרינדעט בדם לבבו


אגב, ווייסט איינער ווי מ'קען יעצט טרעפן די יאשקעס וואס פירן די זאליס?
יוסף פריעד אדער יוסף וואלדמאן



תוקן על ידי היראים ב- 29/11/2011 00:34:11




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/11/2011 00:24 לינק ישיר 

Judge dismisses suit that sought to dissolve Kiryas Joel

http://www.recordonline.com/apps/pbcs.dll/article?AID=/20111128/NEWS/111129826

By Chris Mckenna

Times Herald-Record
Published: 5:07 PM - 11/28/11
Last updated: 5:10 PM - 11/28/11

A federal judge has dismissed a lawsuit by Kiryas Joel dissidents accusing community leaders of discrimination and arguing that the village is an unconstitutional ''theocracy'' that should be dissolved.
Civil-rights attorney Michael Sussman brought the case this year on behalf of residents who claim that secular and religious authority are closely entwined in Kiryas Joel and that village officials discriminate against them because of a split in the Satmar Hasidic movement over leadership.
In a decision signed Monday, Judge Jed Rakoff rejected the patchwork of claims, concluding that some had already been addressed in previous cases and that others were lacking because the alleged victims weren't parties to the case.
Among other things, the plaintiffs had accused the village's public safety force of acting as enforcers for the community's main congregation and failing to protect dissidents when they were menaced by young supporters of Grand Rebbe Aaron Teitelbaum.





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/11/2011 00:49 לינק ישיר 

חלה דעקלעך! פארוואס לייגען ענק נישט ארויף די פסק זאל יעדער קלאר זען ווער עס האט געווינען...איך געדענק נאך אז נאך די  ראזענוואסער פסק האט נישט געדארט קיין גאנצע צווי מינוט אין די פסק איז געווען ארויף געלייגט עפעס שטינקט דא...



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-29/11/2011 00:49 לינק ישיר 

די קרית יואלע זאליס אויף היידפארק פרובירן צו בארואיגן די אונטערנאציאנאלע זאלונים, אז די דשאדש האט אפן געלאזט די חלק פון די קלאגע בנוגע די רביצין.

איך ווייס נישט צו זיי האבן נישט געזעהן דעם פסק, און שרייבן סתם אזוי אין די וועלט אריין, אדער קענען זיי פשוט נישט ליינען.

די מציאות מיט די קאמיוניטי רום געזעץ איז דאס:

צווישן אלע קלאגעס וואלכע האבן געלויטעט אז די קר"י ווילידש באשטייט פון דיסקרימינאציע, איז געווען אז די געזעץ פון ווילידש פארלאנגט פון בילדער צו געבן א קאמיוניטי רום, און למעשה נוצט מען דאס נאר פאר רעליגיע... צו מאכן בתי מדרשים, און דאס איז דיסקרימינאציע.

האט יעצט דער שופט געזאגט, אז אויב זיי ווילן קענען זיי עפענען א "נייע קעיס" וואס זאל זיין "נאר" איבער דעי אישו צו די קאמיוניטי-רום געזעץ מעג אנגיין...

אויב וועלן די מוסרים אריינגעבן אזא קלאגע, און געווינען, וועט מען מער נישט הנאה האבן פון די געוואלדיגע בענעפיט וואס איז דא אין קר"י, אבער די רביצין ע"ה'ס הויז בלייבט סיי וויאזוי  פ א ר ש ל א ס ן ! (עס האט נישט די מינדעסטע שייכות צו די קאמיוניטי רום געזעץ).



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/11/2011 01:27 לינק ישיר 

http://ow.ly/d/q6f



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/11/2011 03:42 לינק ישיר 

חסדי השם כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו. קיינער האט נישט געגלייבט אז דער ריכטער וועט געבן אזא שטארקן זיג לטובת סאטמאר און די קלאגע וועט ווערן גענצליך ארויסגעווארפן.

נישט בלויז די פאנטאזיעס און חלומות פון די עזות פנים'ער אז דער ריכטער גייט פארשפארן די ווילידזש איז צובלאזן געווארן ווי א זייפן בלאז, נאר אויך אפילו זייער האפענונג אז דער ריכטער וועט כאטש צווינגען צו עפענען דעם גע'גנב'עטען הויז האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין א וויסטער חלום בשעת דער ריכטער דערקלערט אז די הנהלת הקרי' האט אלעס באהאנדלט געזעצליך.

מ'זעהט קלאר אז רביה"ק זי"ע מייסד הקרי' האלט אן אויג משמי מרומים אויף זיין הייליג שטעטל און לאזט נישט אז מ'זאל איר אונטערברענגען מבית ומבחוץ, און ער איז דער געטרייער שומר אז די אלע וואס ארבייטן שוין פאר די לעצטע צוואנציג יאר איר צו חרוב מאכן זאלן נישט האבן קיין שליטה.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ברעיקינג! געריכט שליידערט ארויס קלאגע קעגן קרית יואל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext