בית פורומים כל העולם כולו

ויהי ממחרת- כ"ב כסלו תשע"ב

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-4/12/2011 06:38 לינק ישיר 
ויהי ממחרת- כ"ב כסלו תשע"ב

 

מעג איך אפשר פרעגן ולשמחה מה זו עושה?

מיר געדענקן נאך אלע ווען די זאליס- בני יואל פלעגן אונז נאכשרייען חיי שעה? קוק וואס די יארן טוט מיט זיי. עס טוט זיך יעצט הימעל און ערד מיטן ארמערי, און איך קען מיר פארשטייען, ויהי ממחרת, כ"ב כסליו אינדערפרי, וועט דען רוס שוהל ווערן צוריק גע'עפענט?

די ביה"ח וועט ווערן צוריק זייערס?

די קרית יואלע מוסדות וועט ווערן זייערס?

די בניני הקהילה וועט ווערן זייערס?

 וועט די בניני המוסדות אין בארא פארק ווערן זייערס?

וועט די בניני הקהילה אין בארא פארק ווערן זייערס?

וועט די ישיבה הגדולה מיט אלע אירע בנינים ווערן צוריק אונטער 82?

וועט זייערע בנינים אין וויליאמסבורג ווערן פול כשנים כדמוניות?

וועט מען מער נישט דארפן רעדן אין ישיבה אז דער רבי וועט נישט זאגן קיין לאנגע של"ס תורות און מען זאל למען הפארטיי קומען?

וועלן אלע רבנים מער נישט אנקוקן הגרז"ל ווי א ביטערע עם הארץ און פאר'ן גיין באזיכן רבינו שליט"א דארף מען זיך גוט פארקוקן נישט אויסצוזעהן ווי א חוזק

וועלן אלע רבנים א יראי השם אויפהערן צו עסן פון אונזערע שחיטה המהודרת און אריזאנע ווייץ?

וועט דען די ווילידש ווערן פארמאכט?

וועט די קרעשטמע ווערן צוריק אפן?

וועלן די אנטווערפערנע זאלונים שלום מאכן צווישן זיך אויפהערן זיך צו שלאגן איינער מיט צווייטן ווי קליינע קינדער?

וועלן אלע רבנים אין אייראפע אויפהערן צו ארבעטן מיט אדמת קודש און אנקוקן מיידלעך שטערן ווי א פשוטע מניוול?

וועט זיך דער בלאט פארמאכן (מ'האלט שוין נאך שבועות)?

וועט די שיכון אין בני ברק ווערן זייערס?

וועט אלע בניני הקהילה אין בני ברק ווערן זייערס?

וועט אלע בניני המוסדות אין בני ברק ווערן זייערס?

וועט הגרז"ל קענען בכלל אריינגיין אינעם שיכון אין בני ברק?

וועט זיך די כולל מיט איבער 100 אינגעלייט אין ירושלים פארמאכן?

וועט הרב וואזנער שליט"א אויפהערן צו רעדן וועגן רבי'ן שליט"א מיט די שענסטע טיטלן?

וועט דער יפו'ער מיט זיין הנהלה אין ירושלים זיך אויפצוהערן צו שלאגן ווי בעיביס?

וועט זיך אפשטעלן די קאלטע מלחמה צווישן יעקב בער און דעם יפו'ער?

וועט שמואל קאמפאט מיט משה גבאי שלום מאכן?

וועט דער נייע מאנסי רב שליט"א ווערן איין מינוט ווייניגער אראפקוקט אין מאנסי אדער ווי ביז היינט פון די גרעסטע און חשובסטע רבנים אין מאנסי?

וועט דער נייע לאנדאנ'ע רב שליט"א ווערן איין מינוט ווייניגער אראפקוקט אין מאנסי אדער ווי ביז היינט פון די גרעסטע און חשובסטע רבנים אין לאנדאן?

וועט הגרז"ל מער נישט דארפן זיין אויסגעשפילט אינעם באן סטאנציע אויפן וועג קיין מאנטשעסטער?.

וועט הגרז"ל'ס דרשות אנהייבן צו מאכן עפעס סענס?

וועלן די טישן און תפילות אין ראדני ווערן צוריק פול?

וועט דער גדר אראפגיין פונעם ביה"ח?

וועלן די גבאים וואס הגז"ל האט געשטעלט אין בארא פארק קענען טוישן א באנק אין 53?

וועט שאול פערלשטיין קענען בויען דירות העכער ראס?

וועט יעדער נערמאלער באגראבן זיין נאנטער אינעם ביה"ח?

וועלן ענק דארפן אויפהערן צו טשעקן יעדן אינדערפרי צו ענק האבן נאך זכות כניסה אין ענקערע בתי מדרשים אין וויליאמסבורג?

און בכלל, ענק גייען דאך נישט טארן לייגן קיין בילדער פונעם כינוס, זאג וואס האבן ענק דערפון? פאר פלאץ דארפן ענק דאס נישט, אזוי ווי איינע פון ענק האט געשריבן אז פון ווען הרז"ל קומט אריין ווערט די זאל ליידיגער און ליידיגער יעדע מינוט, ביז די שפוץ ווען ער עפענט אויף זיין מויל. נאר איין ווארט: חיי שעה!!!!!

 



תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 07/12/2011 22:22:20




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/12/2011 20:04 לינק ישיר 

ריפל, אלס פיין און וואויל אבער פארוואסזשע אויספראקן א יחיד׳ס צרות??? געוואלדיגע פאוינטס (חיי שעה במילואו) אבער ס׳איז נישט ווערד דער שפיל מיט פייער ווען מ׳רעדט פון א יחיד. איך מיין עס נישט פירסאנעל ח״ו.

תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 07/12/2011 22:23:10




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/12/2011 19:31 לינק ישיר 

נאך כ"א כסליו ווער וועט האבן ביהמ"ד הגדול אויף ראדני? ווער וועט האבן ביתו נאווה קודש אויף 550 בעדפארד? ווער וועט האבן ביהמ"ד סאוט אכט? ווער וועט האבן ביהמ"ד קליימער, זופניק, קינגסטערעס? ווער וועט האבן די צענדליגער ת"ת און בית רחל בנינים אין וויליאמסבורג? ווער וועט האבן די מצה בעקעריי? ווער וועט האבן די מחנות רב טוב? ווער וועט האבן אלע מוסדות סאטמאר אין ירושלים, לאנדאן, אנטווערפן, מאנטריאל, מאנסי? ‎​
 
ענק חלה דעקלעך פרייען זיך נעבעך און זענען זיך מחזק מיט עפעס א פיצינקע רעבעצינס ביהמ"ד (וואס באלאנגט ניטאמאל צו ענק, עטץ האטס דאס בסך הכל פארמאכט) און ביהמ"ד החדש אויף בעדפארד עוו. (ווידער די זעלבע מעשה, עס באלאנגט נישט צו ענק, עטץ גרויסטס ענק נאר אז ס'איז פארמאכט) בשעת ווען עטס האטס פארלוירן יעדעס איינציגע בילדונג אין וויליאמסבורג, ירושלים, לאנדאן, מאנסי, אנטווערפן, מאנטריאל!



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-7/12/2011 21:01 לינק ישיר 

וואס הייסט מ'האט פארמאכט די ראסט סטריט שול?

איך האב אלץ געהערט אז אלעס איז ביים אלטן.

און אויך פארוואס שרייבסטו עפעס נישט פונעם מקום מנוחתו פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע.
איז דאס נישט גענוג הייליג ווייל עס האלט נישט דעם געביין פון אלע מאנגאס וועלכע קומען זוכן קרקע בחנם?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/12/2011 21:52 לינק ישיר 

IAMSMART כתב:
 בשעת ווען עטס האטס פארלוירן יעדעס איינציגע בילדונג אין וויליאמסבורג, ירושלים, לאנדאן, מאנסי, אנטווערפן, מאנטריאל!

לאנדאן יעדע איינציגע בילדינג? פון ביהמ"ד הגדול און ת"ת און בית רחל און כולל האט עטס די ת"ת
קרית יואל  און בארא פארק איז דער רוב אין ניו יארק
לאנדאן און מאנטשעסטער איז דער רוב קעגן אין אייראפע
בני ברק איז דער רוב קעגן ירושלים

והשנית זעה איך נישט די גדולה פון זיך אויפטוהן אז עטס האטס באקומען בנינים אין וו"ב ווען קיין שום דין תורה אדער להבדיל קארט האט עס דערווייל אייך "נישט" צוגעטיילט
און אויב האט עטס פארלוירן גענצליך ק"י און ב"פ און פון וו"ב פאלט שטיקער ווען סאיז קלאר נישט ענקער פארזיכערט זענט איר ב"ה גרויסע לאזערס (90 פארצענט סאטמאר איז אין ניו יארק) ווי סקומט זיך טאקע פאר מסרבים לדין והולכי ערכאות העולמי

און אפילו איר וואלט געהאט וו"ב פארזיכערט איז עס פאר אייך דער גרעסטער בזיון צו האבן בנינים פון גניבה וגזילה לעיני השמש
דער רבי ר' מענדעלע זי"ע האט פארענטפערט פאר איינע פון די צדיקים פארוואס די קינדער זענען ערליך און דערנאך ווערן זיי פארדאבן ל"ע האט ער גענטפערט אז ווייל די עלטערן האנדלען מיט געלט פון גניבה ממילא עסן די קינדער גניבה וגזילה ממילא ווערן זיי פארגרעבט ראשן ורובם געשטאפט מיט גניבה וגזילה
ממילא לענינו איז קיין שום גדולה פאר אייך פארן צו האבן ביי אייך בנינים פון גניבה וגזילה ביי אזא האקעלע ענין פון חינוך הבנים 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/12/2011 01:27 לינק ישיר 

איך וואלט נישט געוואלט טרעפן א זאלי נאך כ"א כסלו די קללות מיט די תירוצים פארוואס ביי זיי איז ליידיג אין באשולדיגען די גאנצע וועלט אין זייערע דורך פעלער

איינער האט געפרעגט שלמה יאנקל פארוואס מען היי יאר געטוישט זאל פארוואס ס'איז נישט די גוט זאל פין פאריאר
האט אים שלמה יאנקל געזאגט ווייל אין די זאל פין פאריאר רעדט נאך אלץ דער שינעווער רבי

מען עס צילייגן צי די ליסטע וואס די וועלט זאגט אז ערב פסח איז די ערגסטע אנציטרעפן א ליטוואק ר"ה איז די ערגסטע אנציטרעפן דעם שטן

א טאג נאך כ"א איז די ערגסטע אנציטרעפן א זאלי



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/12/2011 02:38 לינק ישיר 

פשיהא כתב:
וואס הייסט מ'האט פארמאכט די ראסט סטריט שול?איך האב אלץ געהערט אז אלעס איז ביים אלטן.און אויך פארוואס שרייבסטו עפעס נישט פונעם מקום מנוחתו פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע.איז דאס נישט גענוג הייליג ווייל עס האלט נישט דעם געביין פון אלע מאנגאס וועלכע קומען זוכן קרקע בחנם?
חלה דעקעלע..קודם כל די בית החיים איז נאכנישט OVER אין נאכדעם כל! זאג נאר שעפעלע....  איז ר/יונה האלפערט ע"ה אין ר/ חיים אביגדער קאהן ע:ה אויך געווען מאנגאס?

תוקן על ידי IAMSMART ב- 08/12/2011 02:39:19





דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ויהי ממחרת- כ"ב כסלו תשע"ב
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext