ווי באקאנט האט די גאווערענער'ס אפיס פארלאנגט פאריגע א וואך א זיצינג מיט ביידע צדדים איבער די מארסי עוו' ארמארי אין וויליאמסבורג אויף כ''א כסליו,
ווי שוין באקאנט סאטמאר האט מוותר געווען מרצונם הטוב (כנוסח השטר) אויפן ארמארי מיט די פשרה אז סאטמאר האט עס אויף קומענדיגע יאר תשע''ג, אנדעש וואלט די ארמארי געווען פארשפארט אין קיינער וואלט עס נישט געהאט.
נאכדעם וואס סאטמאר האט סייווי געהאט א גאר גרויסע פלאץ אויף היי יאר ציגעשטעלט מיט כמעט אלע באקוומליכקייטן
(טראץ וואס יעדער פארשטייט אליין אז די ארונים זענען מער אנגעוויזן אויף א גרויסע פלאץ ווי די זאליס, קוקט דא די קליפ פין פאריאר
http://youtu.be/hTJ4d1_uQuM)
עס איז גאר פארשטענדליך אז קיינער האט נישט געקענט צווינגען די הנהלה פין מוסדות סאטמאר איינצוגיין דערויף
אין עס האט זיך פאר זיי שטארק געלוינט דאס וותרנות אין קען נישט דא אויסגעשמיסט ווערן וד''ל,
א חוץ די קידוש ש''ש וואס איז ארויסגעקומען דערפון.
עס שטעלט זיך אבער ארויס אז מ'האט ב''ה 2 מאל פארדינט דערפון, אין מ'האט ב''ה באקומען ביידע וועלטן
אין פרייטונג איז ב''ה באשטעטיגט געווארען אז מ'קען ניצן די גיגאנטישע ארמארי אויף בעדפארד עוו' לעבן קראון הייטס
וואס גינגאנטיש גרויס מייעסטעטיש, אין מ'האט עס באקומען מיט גאר ציגעגענליכע באדינונוגען
אין ציגאב וואס עס קומט שוין מיט פילע איינרוכטינגען וואס פארשפארט ב''ה גרויסע הוצאות פאר די הנהלת המוסדות