| נשלח ב-11/12/2011 05:49 |
|
| |
הויפט אשכול: אלע נייעס ארום כ"א כסליו
בנין ענקי "ניו יאָרק סטעיט אַרמאָרי – קראון הייטס" אַרגאַנזשירט פאַר רבבות ישראל ביי סעודת הודאה ודינער השנתי כ"א כסלו אין א גאר עקסטאזליכן מעלדונג ווערט געמאלדן דורכ'ן אפיס פון מוסדותינו הקדושים ישיבה תורה ויראה דרבינו יואל מסאטמאר אין וויליאמסבורג, אז צום היי יעריגן דינער לטובת די צענטראלע הייליגע סאטמארער מוסדות, וואס ווערט אפגעהאלטן דורך רבבות אלפי ישראל אינאיינעם מיט דעם כינוס הודאה רבתי כ"א כסלו, די 67'סטע יום הצלה והשחרור פון מרן רבינו קודש הקדשים בעל דברי יואל זי"ע, איז מיט סייעתא דשמיא און גרויס הצלחה געלונגען צו אנאקסירן דעם גיגאנטישער בנין, "ניו יארק סטעיט ארמארי – קראון הייטס", וואס געפינט זיך הארט נעבן וויליאמסבורג, מקום מגוריו פונעם גרויסן בעל הנס, מרן רבינו הק' זי"ע. ווי עס שטעלט זיך ארויס דערזעט מען זיך מדי שנה בשנה נאכאמאל מיט דעם אומגלויבליכן בילד ווען עס קומען זיך צונויף אזויפיל שווערע רבבות אידן חסידים ואנשי מעשה זקנים עם נערים, בראשות גדולי תורה והוראה הרבנים הגאוה"צ שליט"א, און עס איז אויסער יעדן צווייפל אז מ'מוז זיך ספראווען מיט דעם וואקסענדן ציבור בליעה"ר צוצושטעלן א פלאץ אויף א מעכטיגן פארנעם, מיט א פיל-פאכיגן צאל זיצן בכמות, וואס זאל אקאמאדירן דעם ערווארטעטן ריבוי עם בליעה"ר. חפץ ה' בידם הצליח, צו טרעפן א מעכטיגן בנין ענקי פארן היי יעריגן כינוס הודאה כ"א כסלו, דער גיגאנטישער בנין, "ניו יארק סטעיט ארמארי – קראון הייטס", וואס געפינט זיך הארט נעבן די שטאט וויליאמסבורג, אויף פרעזידענט סט. און בעדפארד עוו. אין די קראונהייטס געגנט, וואס וועט זיין צוגענגליך און לייכט אנצוקומען, בעז"ה, און גאר ברייט און באקוועם צוגעשטעלט פאר די טויזנטער ערווארטעטע סאטמארער חסידים פון איבער גרעיטער ניו יארק. ווי פארשטענדליך איז נישט פון די לייכטע זאכן צוצורישן אזא גרויסן אווענט וואס זאל זיין צוגעשטעלט אויף הונדערט פראצענטיגן שלימות ווי עס פאסט זיך פאר אזא כינוס רבתי פון תלמידי וחסידי סאטמאר. ביים יעצטיגן מאמענט זענען די עסקנים אינערהאלב די סאטמארער קהלה, וועלכע האבן לאנגע יארן ערפארונג אנצופירן גרעסערע כינוסים ברוב עם, גאר שטארק אריינגעטוהן אין צושטעלן דעם ריזן בנין, אזוי איז צו ערווארטן אז די כנסי' גדולה וועט געפראוועט ווערן מיטן פולסטן פראכט און גלאנץ, לתפארת קהל חסידי סאטמאר און די רבבות המשתתפים. ווי געווענליך אנטשפרעכט דער היי-יעריגער כינוס רבתי צו דינען אלס קוואל פון חיזוק ועידוד לתפארת עדת רבבות חסידי סאטמאר און די הונדערטער רבנים וראשי ישיבה שליט"א וועלכע ווערן ערווארטעט צום מעמד רבתי, און וועט געוויס מרומם זיין כבודו הקדוש פונעם בעל הנס, מרן רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע, ווען אלפי רבבות פון תלמידיו וחסידיו קומען זיך צונויף מיט איין מטרה, צו מחזק זיין דעם מבצר התורה והיראה וואס ווערט געפירט לויט די הייליגע דרכים און השקפות וואס ער האט איינגעפלאנצט און איבערגעלאזט בירושתו הרוחניות. טאג טעגליך ווערן אויך אפגעהאלטן א רייע באראטונגען אהערצושטעלן אלע דעטאלן פון דעם מעמד נשגב, און צושטעלן א מעמד מרומם לכבודה של תורה, גייסטרייך און אינהאלטפול. -הכונו הכונו!- •♦•
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-11/12/2011 05:50 |
|
| |
ספר "משולחן מלכים" וועט פארטיילט ווערן ביים דינער השנתי כ"א כסליו פאר משתתפים פון 250$ להחזקת המוסדות אין אן עקסטאזליכע נייעס ווערט געמאלדן פונעם "דינער קאמיטע" אין די צענטראלע מוסדות אין וויליאמסבורג, אז ביים היי-יעריגן דינער השנתי כ"א כסלו, וועלן אלע משתתפים מיט סכום פון 250$ לטובת מוסדותינו הקדושים מיט אירע אלפי תלמידים ותלמידות כ"י ערהאלטן א הערליכן באנד "ספר משולחן מלכים", וואס אנטהאלט העכער 500 זייטן פון הערליכע שמועסן מבי גינזא דמלכא, צענדליגער שמועסן וואס כ"ק מרן רבינו שליט"א האט אפגעהאלטן מיט גדולי הרבנים יראי ה', אדמורי"ם מפורסמים, שרי התורה ועיני העדה שליט"א אין אלע מקצועות התורה וענינים העומדים על הפרק. סיפורי צדיקים, מנהגי קודש פון צדיקים קדושים זי"ע, פסקי הלכה בענינים העומדים על הפרק, קנאות און מלחמת ה' בעמלק, התבדלות מרשעים און חיזוק למחנה יראי ה', יסודות בחסידות און עבודת ה', תיקוני הדת בדרך המקובל לגדור גדר ולעמוד בפרץ, עמקות און ידענות אין אלע מקצועות התורה און פלפולא דאורייתא, חדותא דשמעתתא מיט שרי התורה, בירור סוגיות הש"ס מיט גדולי ראשי הישיבות – דאס אלעס איז נאך אלץ נישט די פולע ליסטע מיט וואס מ'באגעגנט זיך איבער די העכער 500 בלעטער פון דעם "ספר משולחן מלכים", וואס אנטהאלט די שיחות קודש דורך הרבנים הגאונים הצדיקים שליט"א ביי באזוכן בביתו נאוה קודש – און ביקורי נימוסין אויף ביקור גומלין – פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א. מיט עטליכע יאר צוריק האבן די שיחות קודש אנגעהויבן ערשיינען אונטערן נאמען "משולחן מלכים" אינעם וועכנטליכן תורה גליון "קול התאחדותינו" וואס ווערט פארפאסט דורך כולל עצי חיים אין שיכון קרית יואל, בני ברק יצ"ו, און זינט דאן ווערן די גליונות צוכאפט מדי שבוע בשבוע אין די צענדליגער טויזנטער דורך שלומי אמוני ישראל וועלכע דערקוויקן זיך מיט די הייליגע שמועסן. זקנים עם נערים, אברכים יקרים מביני מדע, בעלי בתים מיט א תורה'דיגן חוש, ביז צו בחורי חמד מבקשי ה', אלע האבן א גייסטיגע הנאה צו מעיין זיין און "מיטהאלטן" די געהויבענע שמועסן מיטן רבי'ן שליט"א, וואס טראגן א געוואלדיגן תורה'דיגן חן און ברייטע ידיעות בכל מכמני תורה. יעצט צום היי-יעריגן דינער זענען א גרויסער טייל פון די שיחות קודש מסודר געווארן צום דריק אויף א פערמאנאנטן פארנעם, אויסגעשטעלט מיט א וואונדערבארן "מפתח הענינים והצדיקים" און באגלייט מיט א "תוכן שיחות קודש" ביי יעדן שמועס, אויף א הערליכן פארנעם, אז מ'זאל באלד קענען טרעפן אין וועלכע מקצוע אדער מקור מ'וויל מעיין זיין. דער "ספר משולחן מלכים" וועט פארטיילט ווערן ביים יערליכן דינער לטובת די צענטראלע סאטמארער מוסדות הקדושים אין וויליאמסבורג, וואס וועט פארקומען קומענדיגן מוצאי שב"ק פר' וישב אינעם בנין ענקי "ניו יארק סטעיט ארמארי – קראון הייטס", פאר אלע נדיבים אינעם סכום פון 250$ לטובת די הייליגע סאטמארער מוסדות מיט אירע אלפי תלמידים ותלמידות כ"י. -קחו ברכה אל תוך בתיכם- •♦•
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-11/12/2011 05:52 |
|
| |
הכנות צום גרויסארטיגען מעמד כ"א כסליו אין ניו יארק סטעיט בעדפארד ארמארי העסקן נמרץ הרב נפתלי משה אינדיג הי"ו וועלכער האט אוועקגעגעבן אימערמידליכע כוחות און שעה'ן אלעס צו ארלעידיגן ביי די פאליציי און די הויכע בעאמטע עצהיו"ט, ווערט געזעהן אויף באראטינגען מיט די שטאטישע בעאמטע און פאליציי פירער פון קרוינהייטס און אומגעגנט ווערט געזעהן העסקן הרב יואל אייזדארפער הי"ו 






ווערט געזעהן העסקן הרב חנינא ספערלין פון קרוינהייטס וועלכער העלפט שטארק ארויס אין די הכנות צום גרויסארטיגן מעמד 
ווערט געזעהן מוה"ר מרדכי אלעזר הירש הי"ו, אנדמיניסטראטאר 


♦♦♦
|
|
|
|
| נשלח ב-11/12/2011 06:06 |
|
| |

•♦• 
♦♦♦ 
•♦• 

♦♦♦

♦♦♦ 
•♦• 
♦♦♦ 
♦♦♦

♦♦♦ 
♦♦♦ 
♦♦♦ 
♦♦♦
|
|
|
|
| נשלח ב-11/12/2011 06:07 |
|
| |
וצויתי את ברכתי בשנה הששי"ת: פרישע אויסברייטונגען אין סאַטמאַרער מוסדות אין וויליאַמסבורג ברענגט ברייטערע שטיצע צום דינער השנתי כ"א כסלו וויליאמסבורג. – פונעם צענטראלן אפיס פון מוסדותינו הק' אין וויליאמסבורג ווערט געמאלדן, אז אין די לעצטע דריי וואכן זינט די עסקנים חשובים האבן אנגעהויבן ארומגיין קלאפן על פתחי נדיבים צום גאנצן סאטמארן ציבור, אויפצוטרייבן גרויסע נדבות אין בעפארברייטונג צום דינער השנתי כ"א כסלו הבעל"ט, דערקענט זיך היי-יאר א גאר ברייטע ווארימקייט ביים ציבור אנשי שלומינו, און א ריזן ציבור שליסט זיך אן מיט גאר ברייטע באשטייערונגען, צו זיין א שותף אין די צענדליגער טויזנטער שעות לימוד התורה וחינוך הבנים פון תשב"ר על טהרת הקודש. אין אלע פליגלען פון די מוסדות ווערט אנגעצייגט אויף דעם פענעמענאלן וואוקס בליעה"ר, מיט פילע הונדערטער פרישע קינדער יעדעס יאר; אין אלע אפטיילונגען וואקסט דער צאל כיתות און קלאסן, וואס מאכט דעם מוסד פאר א 100% פראצענטיגן וואוקס בליעה"ר, און ועל כולם איז דער פאקט דערפרייענד אז דער סטאנדארט פון די מוסדות שטייט אויפן העכסטן שטאפל, פון ערליכע משפחות וועלכע זוכן אז די קינדער זאלן ארייקומען אין די הייליגע מוסדות צו באקומען דעם ריינעם ערליכן חינוך, שמן זית זך, דער חינוך הטהור מיסודו פון מרן רבינו הקדוש זי"ע בלי שום שינוי זוז כל שהוא. כמדי שנה בשנה אין אזא צייט, רישט מען זיך מען אין גאר פיבערהאפטיגע צוגרייטונגען צום גרויסארטיגן מעמד גדול ונשגב, מיט די מאסן השתתפות פון רבבות אלפי ישראל, חסידים ואנשי מעשה זקנים עם נערים, בראשות גדולי תורה והוראה הרבנים הגאוה"צ שליט"א, ועל צבאם כ"ק מרן הגה"ק שליט"א, ווען עס קומען זיך צונויף אלפים ורבבות מישראל צו לויבן השי"ת אויף די גרויסע חסדים בימים ההם מיט די הצלה פון מרן רבינו הק' זי"ע בעל דברי יואל מיט זיבן און זעכציג יאר צוריק, און אויף די חסדים בזמן הזה ווען מ'איז זוכה צום זעקסטן יאר נאך די החזרת העטרה ליושנה אין די הייליגע סאטמארער מוסדות אין וויליאמסבורג, און מ'זעט ווי דער כח הקדושה שטייגט אויף אזא מעכטיגן פארנעם, מיט א פיל-פאכיגן צאל בכמות, וואס קלאפט שוין היינט העכער זעקס טויזנט תלמידים ותלמידות כ"י בליעה"ר. באזונדער האט די הנהלת המוסדות גענומען אויף א ספעציעלע מיסיע צוצושטעלן אויף היי-יאר א גאר ריזיגן פלאץ פארן גרויסן מעמד, נאכדעם וואס ס'האט זיך ארויסגעשטעלט פארגאנגענעם יאר תשע"א אז דער "פולאסקי פארט קאמפלעקס" – כאטש זי איז געווען ממש 'גיגאנטיש' און ריזיג אין פלאץ מיט טויזנטער בענקלעך – איז געווען ממש צר מהכיל! דער אומגלויבליכער אנקומענדער ציבור האט פשוט נישט געהאט וואו זיך אנידערצוזעצן; דער מעכטיגער זאל איז געווען איבערגעפילט מן הקצה אל הקצה פון רבבות אלפי ישראל, און ס'איז אויסער יעדן צווייפל אז מ'מוז זיין מוסיף והולך, אפירצוזוכן א פיל גרעסערן לאקאל צום היי-יעריגן מעמד וכינוס רבתי. אין די פארגאנגענע וואכן האט די הנהלת המוסדות פון וויליאמסבורג אריינגעלייגט געוואלדיגע כוחות צו טרעפן א פאסיג ארט פאר דעם געהויבענעם ליל ההודאה און יערליכער דינער, צו קענען אקאמאדירן די טויזנטער אידן הנאספים לפונדק אחד. אין די גאר נאענטע טעג האפט מען צו מעלדן דעם ציבור איבער א מעכטיגן פלאץ פארן היי יעריגן כינוס הודאה כ"א כסלו, וואס וועט זיין צוגענגליך און גאר לייכט אנצוקומען, בעז"ה, און גאר ברייט און באקוועם צוגעשטעלט פאר די צענדליגער טויזנטער ערווארטעטע חסידים ואנשי מעשה פון איבער גרעיטער ניו יארק. ווי געווענליך אנטשפרעכט דער היי-יעריגער כינוס רבתי צו דינען אלס קוואל פון חיזוק ועידוד לתפארת עדת רבבות חסידי סאטמאר און די הונדערטער רבנים וראשי ישיבה שליט"א וועלכע ווערן ערווארטעט צום מעמד רבתי, און וועט געוויס מרומם זיין כבודו הקדוש פונעם בעל הנס, מרן רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע, ווען אלפי רבבות פון תלמידיו וחסידיו קומען זיך צונויף מיט איין מטרה, צו מחזק זיין דעם מבצר התורה והיראה וואס ווערט געפירט לויט די הייליגע דרכים און השקפות וואס ער האט איינגעפלאנצט און איבערגעלאזט בירושת רוחניות, און הערן דעם דבר ה' ברמה מפום ממלל רברבן, ממלא מקומו וממשיך דרכו בקודש הוד כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א. -פרטים יבואו- •♦•
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-11/12/2011 06:21 |
|
| |

|
|
|
|
| נשלח ב-11/12/2011 22:35 |
|
| |
דער בלאט האט באריכטעט איבער דעם גרעסטן יערליכן חרדישער כינוס אין ניו יארק כ"א כסליו אז אין נאמען פון הרה"ח ר' מרדכי אלעזר הירש אדמיניסטראטאר ווערט געמאלדן אז היי יאר וועט אי"ה זיין מיט 2000 זיץ פלעצער מער ווי פאריאר לאמיר האפן אז עס וועט טאקע נישט זיין קיין פראבלעם מיט ווייניג זיצן אזוי ווי ביז היינט
תוקן על ידי גרוינים ב- 11/12/2011 23:03:26
|
|
|
|
| נשלח ב-13/12/2011 04:28 |
|
| |

♦♦♦ 
|
|
|
|
| נשלח ב-13/12/2011 04:28 |
|
| |
"ונתנו גורל" פּראָקלאָמירט צו שאַפן מאַקסימום "קעש ביים דינער"; געווינער באַקומט צוריק דעם גאַנצן סכום אַ גאַנץ יאָר יעדע 2 וואָכן נאך די געוואלדיגע הצלחה אין די פארגאנגענע יארן, ווערט היי-יאר נאכאמאל פראקלאמירט דורך די הנהלה פון מוסדותינו הקדושים אין וויליאמסבורג דער בליציגער "ונתנו קעש גורל", מיט א זעלטענע געלעגנהייט צו געווינען א גאר גרויסע סומע קעש אויף א גרינגן פארנעם, וואו עס וועט קענען אריינגיין יעדער נדבן מיטן סכום פון 250$ און העכער ביים דינער השנתי קומענדיגן מוצאי שב"ק פר' וישב כ"א כסלו הבעל"ט אין בנין הענקי "ניו יארק סטעיט ארמארי – קראון הייטס". דער ציל פונעם "ונתנו קעש גורל" איז געווידמעט כדי צוצוקומען צום הויפט ציל פונעם גרויסן אווענט, צו שאפן גאר גרויסע נדבות פאר די צענטראלע מוסדות הק' ביים דינער השנתי, צו קענען דעקן דעם אסטראנאמישן דעפעציט פון די מוסדות אין שווערע מילליאנען דאללארן. ב"ה אז דער ציבור אנ"ש איז בייהילפיג פאר די הנהלת המוסדות מיט גאר שיינע נדבות צום דינער, אבער וויבאלד די הנהלת הישיבה איז ספעציעל אנגעוויזן צו שאפן די מאקסימום "קעש אויפן פלאץ" ביים דינער, האבן די עסקנים העוסקים במלאכת הקודש אהערגעשטעלט דעם גרויסן גורל, וואס וועט שאפן א שטארקע באזע פאר די נדבות ביים דינער, "קעש אויפן פלאץ", און גלייכצייטיג קעגנקומען דעם ציבור נדיבים צו קענען זיין זוכה צו א גרויסן "מתן שכרו בצידו", געמאסטן לויט די נדבה, "לפומי' דעבידתא עבידן מטללתא", דורך דעם "ונתנו קעש גורל", וואו דער גליקליכער געווינער וועט באקומען דעם גאנצן סכום פון זיין נדבה, אין לויף פונעם גאנצן יאר, אין 25 צאלונגען, צו יעדע צוויי וואכן. דער גורל ארבעט ווי פאלגענד: פאר יעדע נתינה פון 250$ און העכער, ביז 1000$ מאקסימום, קעש, טשעקס, העד-טשעקס, אדער קרעדיט-קארד אויפן פלאץ, וואס מ'ברענגט צום דינער, אדער ס'ווערט איבערגעגעבן בעפאר'ן דינער פאר די עסקנים, גייט מען אריין אינעם גרויסן "ונתנו גורל", וואו דער הויפט געווינער באקומט צוריק "דעם גאנצן סכום" וואס ער האט געגעבן צום דינער, צו יעדע צוויי וואכן דעם קומענדיגן גאנצן יאר, אין 25 פעימענטס, דאס הייסט 25 מאל זיין נדבה, וואס באטרעפט א גאר גרויסן סכום "קעש געלט", געוואנדן לויט די נדבה "קעש ביים דינער". א באזונדערע געוויכט ווערן פארלאנגט דורך די הנהלת המוסדות, פון די חשובע נדיבים בעם שיחיו, צו באצאלן זייער דינער געלט נתינות מיט "קרעדיט קארדס", אזוי ארום צו שפארן צייט, געלט און מיה וואס פעלט אויס אייצוקאסירן א גאנץ יאר די נדברות, און דורך געבן די נתינות מיט א "קרעדיט קארד" קען מען איינשפארן זייער אסאך הקדש געלט פאר די מוסדות הק'. החכם עיניו בראשו: עס איז פאראן א גאלדענע געלעגנהייט צו זיין דער גליקליכער געווינער פון אזא ריזן סכום קעש געלט, "א גאנץ יאר פעיראל"! -זכה נוטל חלקו וחלק חבירו- •♦•
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-13/12/2011 22:01 |
|
| |
סאטמאר בילד איז אפשר דא בילדער פון די ציגרייטונגען אינעם ארמארי אויף בעדפארד?
|
|
|
|
| נשלח ב-13/12/2011 23:01 |
|
| |
אנטווערפן

|
|
|
|
| נשלח ב-13/12/2011 23:01 |
|
| |
אנ"ש אין אנטווערפען וועלן היי יאר פראווען דעם יו"ט כ"א כסלו אויף א געהויבענעם פארנעם
תלמידי וחסידי סאַטמאַר תושבי אנטווערפען יצ"ו גרייטן זיך בחדוה עילאה מיטצוהאַלטן דעם היי יאָריגן מעמד מרומם לרגל "כ"א כסלו" יום הצלה והשחרור פון מרן רבינו הק' בעל דברי יואל זי"ע, וואָס וועט בעז"ה געפּראַוועט ווערן ברוב פּאר והדר דעם קומענדיגן מוצאי שב"ק פּ' וישב הבעל"ט.
כמדי שנה בשנה קומען זיך צוזאַם שלומי אמוני ישראל בכל מקומות מושבותיהם צו לויבן און דאַנקן השי"ת פאַר די גרויסע נסים וואָס ער האָט מיט אונז געטוהן בהצלת רועה נאמן לבית ישראל להקים עולה של תורה נאָכן ביטערן חורבן וואָס האָט באַטראָפן כלל ישראל ווען עס זענען ליידער אוועקגעריסן געוואָרן מסלתה ומשמנה.
די היי יאָריגע שמחה וועט זיין אַ דאָפּעלטע ווען עס וועט אינאיינעם אויך פאָרקומען די סיום מס' פּסחים וואָס איז געלערנט געוואָרן אינערהאַלב די חבורת "יסודי התורה", און התחלת מס' מגילה. ווי פּאַסיג איז צו קאָמבאַנירן די ביידע מעמדים אינאיינעם, ווען אין אַ זמן וועט מען פריידט זיך בהצלת התורה, וועט מען זיך פרייען בשמחת התורה.
אַזוי אויך וועט היי יאָר אינאיינעם מיטן סעודת הודאה פאָרקומען די "דינער מיוחד" וואָס וועט זיין געווידמעט לטובת די "קרן הבנין" פון בנין בית המדרש הגדול והמפואר דקהל יטב לב ד'סאטמאר אנטווערפן, מיטן ציהל אָנצושליסן אַלע מתפללי ולומדי הביהמ"ד צו נעמען אַ חלק אין דעם הייליגן פּראָיעקט.ספעציעל האט דער ציבור החשוב שיחי' אויפגענומען די בשורה מרנינה אז הגה"צ המפורסם רבי יוסף בנימין הלוי וואזנער שליט"א אב"ד ור"מ דקהלתינו אין לאנדאן איז נעתר געווארן לבקשת הנהלת הקהלה, און וועט אי"ה קומען צו פארן אויף שב"ק פ' וישב כ"א כסלו און פראווען א געהויבענעם שבת אינאיינעם מיטן ציבור תלמידי וחסידי סאטמאר תושבי העיר.
אינאיינעם מיטן חשוב'ן רב שליט"א ווערן אויך ערווארטעט מיטצוקומען פיהלע סאטמארע חסידים תושבי לאנדאן, וועלכע וועלן נישט פארפאסן דעם געלעגנהייט מיטצוהאלטן דעם שב"ק בעפאר כ"א כסלו אינאיינעם מיט זייער באליבטן רב שליט"א.
מוצש"ק ביי די צענטראלע סעודת הודאה וועט דער רב שליט"א וואס איז באקאנט אלס פה מפיק מרגליות אי"ה אויפטרעטן און משמיע זיין מדבריו היקרים אלס "נואם הכבוד".
אין די טעג אַרבייט אויס די הנהלת הקהלה, די לעצטערע דעטאַלן פונעם רייכן פּראָגראַם פונעם אָווענט, כדי די מעמד המרומם זאָל געקרוינט ווערן מיט אַ סוקסעס צום צופרידנהייט פונעם גאַנצן ציבור.
-חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו-
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-14/12/2011 05:26 |
|
| |
לאנדאן




♦♦♦
|
|
|
|
| נשלח ב-16/12/2011 20:20 |
|
| |

|
|
|
|
|
| נשלח ב-16/12/2011 20:21 |
|
| |

|
|
|
|
| נשלח ב-16/12/2011 20:22 |
|
| |
•·•·•·•·•·•

|
|
|
|
|