פשיהא,
ס׳איז גארנישט קיין קינדער שפיל מקפח זיין און מוציא שם רע זיין אויף א ביזנעס און ספעציעל ווען דער בעל הבית איז מאנשי שלומינו.
זעענדיג אז עפעס מאכט נישט קיין סענס האב איך זיך נישט געפוילט און כ׳האב איצט אראפגעלייגט די טעלעפאן מיט ר׳ יואל שווארץ (ברמ״י - קרית יואל) וואס איז בעל הבית אויפן נייעם פרינטינג ״פרינט אן בראדוועי״.
דבר יום ביומו דרוקט מער נישט גארנישט, ״פרינט אן בראדוועי״ פרינט עס פאר זיי - און ״קיין איין״ פאפיר ווערט נישט געדרוקט אן זיין וויסן.
יעצט וואס (און אויב) י.פ. האט אויף די אייגענע האנט געטאן, האט קלאר נישט גארנישט מיט דבר יום און אוודאי נישט מיט ״פרינט אן בראדוועי״ און עס הונדערט פראצענט שקר אז דאס שוידערליך בלוט-פולע פאשקעוויל איז דארט גדרוקט געווארן.
מנהל, וויבאלד דאס איז קלאר שקר פארלאנג איך אז די תגובה/אשכול זאל גענצליך אראפגענומען ווערן