על מה יצא הקצף???
עס איז נישט קיין סוד פאר קיינעם אז די זאליס האבן היי יאהר די מארסי עוו. ארמארי אין וויליאמסבורג, נו געזינטערהייט, ווילאנג ס'נישט געגנבעט פון קיינעם, הו קעירס, זאלן זיי עס ניצן געזינטערהייט
'
אבער משום איזה סיבה שהוא האבן זיך די זאליס דא אויפגעריסן אויף א מאדנע אין אומפארשטענדליכע וועג, עס גייט נישט דורך קיין 5 מינוט וואס מען זאל זיך נישט אנשטויסן מיט די ווארט ארמארי, זאל עס זיין אויף טוויטער, אימעיל, דבר יום ביומו, אדער סתם אזוי ווען מען שטויסט זיך אן.אין א זאלי הערט מען זיי רעדן פון ארמארי
הגם נישט אלע פון זיי רעדן מיטן זעלבן טאן, וויבאלד א גרויסע -אויב נישט ריזיגע- טייל וואס פאררעכנט זיך היינט צוטאגס צו זייער קרייז האלטן אז מ'טאר נישט האבן היינט צוטאגס קיין מלוכה, אין זענען קעגן די גאנצע טאראראם, אבער די האבן אויך געטראפן פון וואס צו רעדן, די רעדן מיט נאסטאלאגיע פון די רבי ז"ל'ס צייטן אין ארמארי, אבער הצד השוה שבהן: יעדער רעדט פון א-ר-מ-א-ר-י
היינט אז מ'עפענט ביידע צייטונגען זעהט מען אז ביידע גרייטן זיך בהכנה דרבה צום גרויסן כ"א כסלו, אין טאקע ביידע אין ארמארי
דער בלאט האט נישט געפונען פאר וויכטיג צו שרייבן מער ווי די נויטיגע באריכטן, אנווייזונגען, אין רעקלאמעס וואס פעלט זיך אויס פאר אזא גיגאנטישן מעמד, אין נאכדערצו אז עס קומט פאר אין א פרעמדן געגנט
אבער אז מ'עפנט די איד איז שוין גאנץ א אנדערע מעשה, גאנצע בלעטער אנגעשמירט מיט הוילע פראפאגאנדע אין בילדער איבער די ארמארי, נישטא קיין בלאט וואס שטייט נישט לכל הפחות 3 מאל די ווארט גיגאנטישער ארמארי, ממש ארויס פון יעדן פראפארענץ.
איז דא קום איך צו צו מיין קושי', ביידע מאכן אין די זעלבע סטייל, סייז, אין דעזיינט פלאץ, אפגערוקט מיט בערך א מייל איינס פון צווייטן, איז דאך נישט שייך צו זאגן אז מ'האט דא צוגעפיקסט איינעם מיט'ן באקומען די ארמארי, נאכדערצו ווען ס'איז נישט קיין סוד אז איבערס יאהר גייט דאס סאטמאר המקורי ניצן, נאכדעם וואס זיי האבן דאס יאהר מוותר געווען דערויף מרצונם הטוב (אגב, בין איך נייגעריג צו נעקסטע יאהר וועט די פלאץ נאך אויך זיין אזוי היסטאריש אין קודש קדשים אווי היי יאהר)
אקיצור, בין איך זייער נייגעריג צו וויסן על מה יצא הקצף הגדול הנורא הזה, צו טייטשן עס די קליינווארג דארט אויס אז עס בלייבט שוין זייערס לעולמי עד, אין פארדעם איז די שמחה אזוי גרויס? קען דאך אויך נישט זיין ווייל ס'דאך בפירוש געשטאנען אין דבר יום ביומו אז ס'לכאורה די לעצטע יאהר וואס זיי האבן דאס וויבאלד די רעגירונג וויל עס שוין פארקויפן אדער צוווארפן.
נאר וואס דען, קומען מיר דא צו צו וואס מיר אלע ווייסן גאנץ גוט, אין זיי ווייסן דאס אויך גאנץ גוט, הגם זיי פרובירן דאס צו דערשטיקן מיט אלע כוחות. אין עס איז נישט אינטערעסאנט יעצט נאכאמאל איבערצוקייען די גאנצע הגדה, איבער וואס עס האט זיך אפגעשפילט אין סאטמאר די לעצטע 13 יאהר, ווען א כאפטע פארברעכער האבן באשלאסן איבערצונעמען קאנטראל אויף סאטמאר, אין אדאנק די געמיינסטע אין הפקרות'דיגע שטיקלעך וואס זיי האבן אפגעטון, כידוע לכל, האט אויסגעקוקט אז זיי געווינען די מלחמה,
אבער און הימל איז געווען גאנץ א אנדערע פלאן, אין עס איז געשען ונהפוך הוא, סאטמאר איז אויסגעשטיגן צו א אימפעריע וואס קיינער האט נישט געקענט פאראויס שאצן 10 יאהר צוריק, מ'דארף נישט פאר קיינעם דערציילו וואס פאר א הערליך שיין פנים סאטמאר טראגט היינט אין די וועלט מ'קען רוהיג זאגן אז זייט די תשכ"ח סטראוק איז נאך סאטמאר קיינמאל נישט געשטאנען אזוי שיין אין אומבויגזאם אין אזוי רעספעקטירט איבעראל, טראץ די איבערמענטשליכע כוחות וואס די בני בליעל לייגן אריין אויף "אלע" אופנים אז ס'זאל נישט אזוי זיין
ווידער פון די אנדערע זייט שטייט א געמיינדע וואס לעכצן אז די וועלט זאל קוקן אויף זייער זייט, זיי האבן האבן זיך ארומגענומען מיט א איד וואס ציהט נישט קיין רעספעקט, אין ברענגט לגמרי נישט קיין כבוד פאר די פארטיי, אין ווען ער ברענגט יא עפעס נייעס, איז עס געווענליך צו שמייכלען אין צו לאכן, עי' ערך ביקור ר' מעכיל זילבער, אדער דרשת כ"א כסלו תשע"א, מ'דארף נישט ארויסברענגען וויאזוי זיינע טישן אין יעדע זאך וואס האט נאר שייכות צו חסידות שנוגע בין אדמו"ר לחסידיו קוקט אויס.
אין פארדעם זענען זיי יעצט אזוי ארויס פון די כלים, ווארום זיי קוקן אן די איצטיגע געשעעניש, מיט ריזיגע האפענוגס בליקן אז דאסמאל ווען מ'האט אזא מעכטיגן זאל וועט געשעען די לאנג ערווארטעטע אין זיי וועלן שוין ארויסגעשלעפט ווערן פון זייער טיפן זימפ.
קצרתי מאד ואפשר להאריך בזה רב רב, ואדרבה יבואו הכותבים ויוסיפו.
 |
|
|