| נשלח ב-21/12/2011 23:32 |
|
| |
כ"א כסלו פין א ניכטערן פרעספעקטיוו
איך ווינדער מיך מען רעדט אין מען רעדט פינעם כ"א כסלו אהרונים זאלונים אין מען כאפט זיך אליינס נישט
סאטמאר האט אנגעפילט 2 ארמארי בילדינג'ס פין טויזנטער יודען
אין 2 גרויסע בנינים פין אלפים יודען האט מען געטאנצן בך בטחו
אין 2 גרויסע בנינים פין אלפים יודען האט מען איבער גע'חזר'ט דעם רבי'נס ז"ל שיטה
דעס האלט איך איז די גרעסטע קידוש השם וואס מען האט זיך דערלעבט
עם ישראל חי שיטות רבינו הקדוש חי
ס'איז צייט זיך אויף צי הערן מיט נער'שיע טענהריי ער האט אזוי פיל מענטשן צי אזויפיל
ס'איז 2 גרויסע חסידות אין קיינער קאמפיט נישט איינס מיטן צווייטן
ס'איז א כבוד פארן רבי'ן ז"ל אז די 33 יאר נאך זיין פטירה אין די גאנצע וועלט ווערט פארשפרייט די דעת תורה איבער די מדינה.
|
|
|
|
| נשלח ב-21/12/2011 23:56 |
|
| |
יא לאגיש באמת א כבוד שמים מעגליך אז סוף כל סוף קען מען קוקן אויף א פאזאטיוון בליק אבער מעגסט פארשטיין אז ווען זיי האבן טאמפייטערט ארמארי און זיי זענען אין וו"ב און זיי האבן די אלטע ביניני המוסדות דאס מיינט אויך די עלטערן מעגסטו פארשטיין אז מרעדט פון דעם אז סאיז אינטערסאנט אז זיי האבן נאך אלץ נאר ארום העלפט אדער ווייניגער, נישט וויל סבאדערט איינעם נאר אז סאיז א פאקט מעג מען רעדן דערפון נאך דערצו ווען די חברה האבן אונז געוואלט אונטערברענגען אלס חסידים וואס זענען געווען געטריי פאר רבותינו הקדושים ממילא האט מען געוואלט אויסרייסן אונז מיט אונזער רבין ממילא איז א שבח והודאה אז אלע חסידים פונעם ברך משה זענען ווייטער דא און זיינע שונאים זענען פארט אין א שוואכערע בחינה אפילו זיי קענען פאררעכנט וערן פאר א פאקט אבער נישט דער רוב דא האסטו א אינטערסאנטע ס"ה חשבון פון אישי:
יעדער האט ב”ה געהאט מענטשן אבער ווער עס וויל וויסן ציפערן און אז דער עולם רעדט שוין יא פון חשבון פון וויפיל מענטשן און די זאליס חלומען אז זיי האבן געהאט א ענדליכע ציבור וועל איך געבן דעם עולם קינדערישע ארבעט פון רעכענען.... רעכן אויס וועסטו זעהן אז ביי די זאליס איז געווען ווי פאלגענד סאיז געווען 30 שורות טישן מאל 40 זיצן ביי יעדן טיש ס"ה 1200 בעלי בתים (טאטעס פון די מוסדות) זייטן בלויז בחורים און אויף איין זייט זיצט מען כדי די שטעידשעס זאלן זיין העכער און פארנעמען אריינציר פונעם צענטער כדי אז אויב אזוי זענען די 1200 בעלי בתים אזוי שנעל נעלם געווארן ביי די דרשה ווער ווייסט ווען סדא נאך עטליכע הונדערט זיצן וואס בושות סוואלט געווען יעצט לייג צו אלע עידשעס ישיבה בחורים לשיטתם איז עס לאמיר רעכנען גאר ברייט גערעט (נאך דערצי אז רוב צייט זענען די סטעידשעס געווען בזיונת) אז הונדערט אויף איין שטאק איז 8 שטאקן פון ביידע זייטן איז 10 מאל 100 איז ס"ה נאך 1600 לייג צי די רינדעכיגע טישן ארום 100 מענטשן/פאליטישנס לויט אלע איינרעדענישן איז געווען א קלימאקס פון 1300 בעלי בתים און 1600 בחורים וואס איז קרוב צי 3000 אינאיינעם יעצט לאמיר אריבער גיין קיין קראוין הייטס 25 שורות וואס יעדע האט געהאט אין די גאנצע לענג מינומום 160 מענטשן ציילט עס אפ אויף די קלארע בילדער און זעהט אז סאיז באמת מער אבער אזויפיל זיכער (פון איין עק ביזן צווייטן וואס איז מעגליך מער מענטשן און ווי באקאנט האט מען געניצט יעדע אינטש פון די לענג נישט ווי דארט וואו די קאך איז געווען אונטערן אויבאן סיין) איז פונקטליך 4000 יעצט לייג צי אינגעלייט אויף האלב פון די סטעישעס וואס האבן זיך געצויגן אויפן גאנצען לענג און אויך קעגן איבער ווי מאיז געזיצן איינער קעגן צווייטן נאך 6 שורות יעדע זייט איז עס 12 מאל 160 די לענג איז אינאיינעם 1920 און נאך 6 שורות קעגן איבער סטעישדעס פאר אברכים (נישט קינדער ווי ביי זאלי ווייל מהאט געדארפ די פלעצער פארן ציבור) מיט 50 זיצן א שורה איז נאך 6 מאל 50 אינאיינעם 300 לייג צי די רינדעכיגע טישן 300 מענטשן 4000 1920 300 סך הכל אריבער 6000 אידן לייג צי די אלע וואס זענען געשטאנען ארום אפילו ביים רבינס דרשה און נאך און נאך וואס איך האב באמת מצמצם געווען און נאכדעם העמיר הערן ווער עס קאן רעכענען..
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-22/12/2011 04:30 |
|
| |
פאר 3יאר צוריק איז געווען 50 טויזענט אויב אזוי וואס איז די חידוש פון 6 טויזענט
|
|
|
|
| נשלח ב-22/12/2011 18:44 |
|
| |
ניכטער?
דאס איז א שיכור'ע בליק,
ווילסט הערן דער אמת'ר ניכטערן בליק?
דא האסטו,
דא זענען דא 2 צדדים, ביידע פרובירן צו איבערשטייגן דעם אנדערן, זאל זיין גרעסער, שענער, מער פי אר, אויסשפילן דעם אנדערן מיט כאפן א זאל, א רעדנער, וכדומה, וכדומה, איך ברויך נישט מאריך זיין, יעדער פארשטייט עס גוט,
אוואדי זענען דא צווישן המון עם פילע אידן וואס פרובירן צו האבן די ריינע מחשבות, זיך צו פרייען מיט די רבינ'ס הצלה, וכדומה, אבער ליידער איז די פאליטיק א ריזיגע עלעפענט און מיטן צימער וואס איז נישט מעגליך עס צו ארויסטרייבן פון די מחשבות, אפי מ'זאל וועלן,
איז אבער דא 2 צדדים, איין צד האט אן קיין בושה אפציעל געמאכט א גאנצע דגוש איבער די "ארמארי", ווי גרויס און הייליג עס איז, אפציעל געדריקט גלאנציגע בראשורן פון די "ארמארי",
ווילאנג די מעשה ילדות איז נאך צווישן די ראמען פון הייד פארק אדער אין מקוה, איז נאך בחסד, אבער ווען די שטותים ווערט געפאמפעט אפציעל דורך די פירער, ווייזט דאס ווי אויסגעמישט זייערע פריאריטעטן זענען, און ווי ווייט זיי זענען פארקראכן,
ווידער דער אנדערער צד, אוואדי איז נאך די פאליטיק פארנעמט ליידער א גרויס ארט, א מענטש איז א מענטש, אבער די פירער און די מנהיגים, ווייסן אז דאס איז א "בדיעבד" און א "טפל", און זיי ווייסן וואס די חובת האדם בעולמו, פאר א סאטמארע חסיד, פארדעם האבן זיי געהאט די שכל צו אויסניצן די געלעגנהייט צו עכ"פ מאכן א שטיקל השתדלות זאל ארויסקומען א כבוד שמים פון אזא כנסי', שטאטס זיין געווינערס אויף הייד פארק און "דער איד"
יעצט דא הערטס מיך גוט אויס רבותי, ווייל עס איז קריטיש וויכטיג דער פונקט:
איך קלעים לגמרי נישט אז מיר זענען בשיטה גרעסערע קנאים, איך קלעים לגמרי נישט אז די זאליס זענען "ציונים", און איך קלעים אפי' נישט אז די סיבה פארוואס די כבוד שמים וואס קומט שטענדיג ארויס פון אונז האט עפעס מיט די צידקות וסייעתא דשמיא פון סאטמאר רבי'ן, קען זיין יא קען זיין נישט,
דא איז דא זייער א לאגישע סברה:
אז מ'וועט צוריק קוקן צו די היסטאריע פון די התנהגות פון די זלמונים וועט ארויסקומען א קלארע בילד ווי פאריקט זייערע צילן זענען, און איך רעד פון די פירער, זיי זענען אזוי פארקראכן אז ס'ממש א רחמנות אויף זיי,
נישט צו לאנג צוריק איז געווען א קאמפעטישן פון פראטעסטן פון די צוויי צדדים, געזונטערהייט, ס'מוז דאך שוין אזוי גייו, זייער צד איז געפארן קיין וואשינגטאן און מיר האבן געמאכט א פראטעסט אין מאנהעטן, לאמיר נישט אריינגיין און די סוקסעס, לאמיר זאגן זיי האבן געהאט א מיליאן מער מענטשן,
די פוינט וואס איך וויל ארויסברענגען, אז בעת זיי האבן אראנזשירט זייער וואשינגטאן פראטעסט, איז נישט געווען קיין איין איינציגע אפציעלע אקציע, וואס זאל אפמיטיגן, מינימיזירן, אפחוזקן, שטערן, קריטיקירן, זייער אקציע, (קען זיין אויף היידפארק, אדער צווישן זיך, אבער דאס איז נישט אונטערסאנט) אדרבא דער בלאט האט אפי' עס באריכטעט גאנץ פאזיטיוו, כאטשיג וואס פאליטיש האט עס נישט געשמעקט, ווייל מיר האבן פארשטאנען אז די סאטמארע שיטה פארנעמט א העכערע פראיריטעט ווי די פאליטיק, און מיר האבן געשלינגן און אפי' הנאה געהאט אויב עס וואלט געהאט די ריכטיגע רעזולטאט,
יעצט לאמיר זעהן וואס האט פאסירט ווען סאטמארע רבי שליט"א האט אראנזשירט א פראטעסט און מאנהעטן, אן רשות פון התאחדות, איז קודם געקומען א "רעבעזעחרוינעברוכע" סברה אז מ'טאר דייקא נישט מאכן קיין פראטעסט צוליב די א"ג "קריזיס" פון די טערקישע פלאטע און עזה (איינער געדענקט נאך אפי די "קריזיס"), ממש א קלאסישע "מלוחים מאוד" גלוטין, סברה, ווייל סאטמאר רבי טוט איז עס מלוחים, ציונות
כאב נאר איין ווארט פארדעם, נעבעך,
נאכדעם האט זיך אנגעהויבן א צעטיל גערייסעכטס,
און נאך די פראטעסט, האט דער איד, אן קיין שום בושה, אפציעל, אפ'געחוזקט, און מינימיזרט פון די פראטעסט, אז ס'נאר געווען טויזנט מענטשן און אויך נאר ווייל ס'געווען לעבער דעי,
קיין שום קלאסישקייט, קיין שום מאראל,
לאמיר נעמען אזא ארגענעזאציע ווי "נטרונא", כידוע זענען זיי לגמרי נישט קיין גרויסע חסידים פון רבי'ן, אבער היות זייערע צילן מיט אונזערע זענען די זעלבע, האט זיך נאטורליך ערווארבן א הארמניע שיתפות,
וואס זענען די רעזולטאטן:
לאמיר זיך מתבונן זיין, די בני יואל, זאליס, זענען שטענדיג ביזי אז די רביצין איז א ציוני, שטוב רעדט עיברית, די רבי חבר'ט זיך צו ציונים,
אבער עפעס אונטערסאנט, עס איז נישטא קיין איינציגער אינצידענט, אין גם אחד, וואס מ'זאל קענען אנצייגן אז די דרויסענדיגע אידישע וועלט, און אפי' די אלגעמיינע גוי'ישע וועלט זאל באריכטן מדעת עצמם, אז דער רבי שליט"א זאל האבן א נייער גאנג בתורת הקנאות, עפעס אנדערש ווי דער רבי ז"ל, אדרבא, שטענדיג ווערט נאר באריכטעט אז סאטמאר רבי איז דער ממשיך דרך פון שיטת הויואל משה בלי זוז כל שהוא,
פון די אנדערע זיי די בני יואל צבועים, מגושמים, קוויטשן א גאנצן טאג "רעבעזעחרוינעברוכע", סאשע ציוני, אהרן וויזניץ, מ'עסט נאר געקעסטלטע לאקשן יו"ט, מ'זונגט דעם רבינס לא תבושי, וכו' און גארנישט, קיינער ווייסט נישט פון זיי קיינער הערט נישט, איין זאך וואס מ'ווייסט אז זיי זענען קעגן עראן טייטלעבאום, וזה הוא,
נאך מער, עפעס אינטערסאנט, הפלא ופלא, פונקט פון זיי איז עפעס אויסגענומען געווארן שוין מערערע מאל, אז זיי זענען גאר די מתחדשים און און מעסיגער ווי די ארגינעלע שיטת ויואל משה,
2 אינצידענט איז ברייט באקאנט,
1 בעת זיי זענען געגאנגען אין בגץ הטמא, און בני ברק, איז באריכטעט געווארן אין די ציוניסטישע פרעסע, אז סאטמאר האט אפגענויגט פונעם ארגינעלען דרך ווייל זיי זענען מכיר בערכאות הציונים,
2 בעת די נטורי קרתא איראן נסיעה, האט די דשואיש פרעס, די עקסטרעמסטע מיתנחלישע צייטונג און אמעריקע, באריכטעט מיט פאטאס און אפלודירוט די זאליס פאר זיך טוישן לויט די "צייטן",
דאס איז געווען די גרעסטע חילול השם, אז ס'ארויסגעקומען די מעסעדש אז "סאטמאר" האט זיך געטוישט,
פארוואס איז דאס איז אזוי?
נישט ווייל די זאליס זענען ציונים, און מיר נישט, אויסדריקליך נישט, נאר ווייל זיי זענען פארבלאנדשעטע נשמות, וואס האבן קענען נישט קאנטראלירן זייער געוויסן, זייער מח לויפט זיי נאר אגאנצן טאג "אהרן ט"ב", אז מ'לייגט אריין און אויוון קארטאפל וועט ארויסקומען קארטאפל, נישט קיין הינדל, אז דער ציל איז פאליטיק קענען מען גיין ביז וואשינגטאן, שרייען סאשע ציוני, און די רעזולטאטן וועט נאר זיין וואס זיי זענען
למשל יעצט כ"א כסלו, וואלטן זיי ווען נישט פונקט אזוי געקענט אויסניצן די געלעגנהייט צו משמיע זיין דעם דעת תורה, נאר זיי זענען נעבעך אזוי פאר'שיכור'ט פאר די ארמארי, און מ'גייט ציפיקסן אהרן, ס'פשוט נישט מעגליך זאל זיי עולה על הדעת זיין עפעס אנדערש,
ויה"ר שילמדו תועים בינה
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-22/12/2011 19:00 |
|
| |
דברים כדרבונות.
|
|
|
|
| נשלח ב-22/12/2011 19:38 |
|
| |
געוואלדיגע ווערטער קראך היט מעגסט דיך אפטער לאזן הערן
|
|
|
|
|
| נשלח ב-22/12/2011 19:40 |
|
| |
קראך היט, איך האב עס געלייגט אויך אין אנדערן פארום, לאמיר זען ווי לאנג ס'וועט מאריך ימים זיין
|
|
|
|
| נשלח ב-22/12/2011 21:33 |
|
| |
שפתיים יושק
די גאנצע הנהגה בראש פין רז''ל ליגן א גאנצען טאג אלע שטותים אין שמוץ אויב נישטו קיין נעגעטיוו אויפן טיש איז מען פארנועמן מיט א SUV אין ענליכע שטותים אז ס'נישטו קיין תורה קוקט מען אזוי אויס
|
|
|
|
| נשלח ב-22/12/2011 22:11 |
|
| |
נאכן פאמפען אין איד און אין אלע גאסן און אין דבר יום ביומו יעדן איינציגן טאג אז "מיר האבן דעם פראכטפולן ארמארי" קומט א נייע טעכנעלאגיע וואס קען מאכן מיום לילה ומלילה יום דער רעדע איז פון עפעס א "סעלפאן".. וואס קען טוישן דעם מציאות אפילו פון עטליכע וואכן און אז באמת איז נישט געווען גארנישט פראפעגאנדע יא יא ממש גארנישט און דאך הערט גוט דאך דאך האבן זיי געהאט מער מענטשן.. 1 פלאס + איינס = סעלפאן# מאיר שלום איך זעה אז דו האסט שוין יא געציילט די בילדער מיט מיין באריכט פון אישי טא גיי פארצייל עס פאר דיין חבר סעלפאן אז די ארונים האבן נאר געהאט איבער 6 טויזנט זיצן (בנוסף צו די זיצן וואס מהאט צוגעלייגט כסדר ביי די דורכגענג) און אז דו רעדסט שוין מיט אים זאג אים אז ער האט יעצט וואשיינליך א נאמען געגעבן פאר זיינע קעלבער סעלפאן# במקום מצה טאשן#..
|
|
|
|
| נשלח ב-23/12/2011 03:07 |
|
| |
גלייב מיר נאך דעם כ"א מסיבה בין איך שיכור פאר פרייד
מען קוקט זיך צי ווי אלפים ורבבות יודען האבן נישט קיין שייכות צי די פארשאלטענע לישקע פין די מנשה'ס ר' מנשה פר"מ מיט מנשה פילעפף וואס מען קען אויף זיי ביידע זאגן מנשה העמיד צלם ביהכל
כלל ישראל איז געראטעוועט געווארן פין די הענט פין רשעים אין ליצים.
|
|
|
|
| נשלח ב-23/12/2011 20:27 |
|
| |
יעצט באמערקט די אנטווארט פון דער ניק "אומזינסט"
וזה לשונו:
לגופו של ענין, אוודאי איז קראך הוט גערעכט אז ביי טשענס האט זיך ארויסגעשטעלט עטליכע מאל פאר די פרעסע אז ר' אהרן איז דער לוחם קעגן ציונות, הויפטזעכליך צוליב די פי.אר. חלק מיט וואס די אהרונים זעבנען שטארק, נוצן זיי צומאל אויס דעם זאך צום גוטן, כה לחי. וה"ט פון די פארקערטע נעגאטיווע דעקונג קעגן די זאליס ביי די בג"ץ פרשה, כידוע לכל. ביי די אהרונים איז די פארבינדונג מיט די פרעסע זייער שטארק, און ממילא טאנצן זיי נאך וואס די אהרונים שרייבן פאר.
איז עס א פראבלעם אז ביי די זאלי'ס נישט? בכלל נישט. א גאנץ יאר איז דאס א מורא'דיגע ברכה. לעניני ציונות והמסתעף, איז עס גראדע יא א פראבלעם, און מען וואלט ווען געדארפט זיך אריינלייגן דערין.
אבער דאס איז אלעס געזאגט געווארן נאר ביי די צייטונגען וואס מיט זיי קען מען ארומדרייען וויאזוי מען וויל. וווער רעדט נאך פון די איזראעלי פרעסע און מידיא וואס איז אויסגעהונגערט נאך א גוטן סקופ. אבער לגבי וואס דער ציבור האלט, דאס איז שוין א אנדערע מעשה.
דער פאקט איז, אז דער רוח אין די גאנצע וועלט איז, סיי ביי די וואס זענען אויף די קנאי'שע זייט, און סיי ביי דעם איבערוויגנדען רוב פונעם יהדות החרדית וואס זענען מער מעסיג און טאלעראנט לעניני ציונות, איז ביי יעדן איינעם קלאר אז ר' אהרן איז מער מעסיג, וועלטליך, און ר' זלמן לייב איז דער ממשיך פון די אלטע (בלשונם: פאנאטישע) סאטמארע דרכים, און מה"ט גופי' איז ר' אהרן מער פיקד אפ און מקובל אין די ברייטע וועלט.
מאכט נישט קיין טעות, נישט ר' אהרן'ס א.ג. גאונות מאכט אים פאר א פערזענליכקייט. דער רבי זי"ע חסרון פאר די וועלט איז נישט געווען אז ער איז נישט געווען גענוג ת"ח פאר זיי, בכלל איז קיינמאל נישט דער מהלך פון פאמפן א חסיד'ישן רבי'ן מיט זיין לערנען, דוכט זיך אז ר' אהרן'ס שווער האט זיך נישט וואס צו שעמען פאר זיין איידעם'ס גאונות... און מיט דעם אלעם איז דאס אפילו נישט קיין נומבער, נישט דאס איז דער מדובר ווען מען רעדט פון אים.
אזוי אויך איז נישט ר' אהרן אזא קיינד משפיע און מחדש למשל ווי דער ליובאוויטשער איז געווען, וואס איז נארמאל אז חסידים פון אנדערע קרייזן זאלן ווערן פארקויפט דערפאר. בקיצור, נישט דאס מאכט אים.
זיין איינציגסטע זאך וואס אפעלירט גוט אין די ברייטע חסיד'ישע גאס איז, אז ער גייט ארויסנעמען סאטמאר פון איזאלאציע. פאר קרוב צו זעכציג יאר, זינט די בחירות פרשה, פילן זיך נישט סאטמארע חסידים אויג אויף אויג מיט רוב אנדערע קרייזן, און איך גיי אפילו נישט אריין אין די סיבות דערצו. זיי זענען ממילא פארשטענדליך פאר זיך אליין. און די אנדער קרייזן, שפירן דאס גוט, הגם זיי כאפן נישט ווי ווייט עס איז איינגעגעסן אין סאטמאר דער מהלך. מען דארף נישט קיין דוגמאות, דאס איז דאך דברים פשוטים.
איז געקומען ר' אהרן און אויסגעשטרעקט א האנט צו די גאנצע וועלט. און דערפאר איז ער פלוצלינג א ת"ח און א גאון, א "מנהיג"! ער פארשטייט צו הנהגה! אטע דאס איז דער אויסדריק וואס די וועלט שענקט פאר ר' אהרן דנן. פארן רבי זי"ע האבן זיי דעם טיטל בטעות נישט פארגינען.
ממילא, איך גיי אפילו נישט אריין אין דער עצם זאך, וועלכע אידעעלאגיע איז מער גערעכט, אבער פליז קום מיר נישט פארקויפן ווער עס איז מער אריגינעל ממשיך דעם אלטן סאטמארן דרך. עד כאן! קענסט רעדן און האלטן וויפיל דו ווילסט אז דער מהלך איז מער גערעכט, אבער נישט דאס איז סאקמיר!
איי דו ברענגסט ארויס א גוטע זאך, אזאדאנק ר' אהרן'ס פייגערן פאר פי.אר. האט שמואל ווידער ארומגעשיקט א פרעס רעליס וואס האט געהאלפן פאר די מלחמה קעגן ציונות, גוט, מען וועט עס איבערעדן ביי די זאליס, קאן זיין מען וועט זיך אריין לייגן אין דעם ענין אויף להבא אז מען קען נוצן די סאטמארע כינוסים און מאורעות פאר פרסום קעגן די מדינה, נישט קיין שלעכטער געדאנק.
עד כאן לשונו
דא ליגט דער הונט באגראבן!
די רייד האט נישט געקענט בעסער באווייזן ווי רעכטפארטיג מיינע דיבורים זענען געווען,
קוק ווי זיין קאפ דרייט זיך, זיי גאנצע דאגה איז ווער עס גייט אויסנעמען אלס דער גרעסערע קנאי, צו דער רבי, צו ר' זלמן, איך זאג דיר דעם ריינעם אמת לאמיתו, דער רעיון איז לגמרי נישט אריבער מיין געדאנק, און איך האלט נישט אז רבינו שליט"א גייט דא עפעס געינען פאליטיש, ווען עס קומט הלכה למעשה זענען ביידע סאטמאר די זעלבע איינערקענט, און די אלע גרויסע נייעס אגענטורן ווייסן ממילא נישט בחייכון וועלכער סאטמאר רבי מ'רעט דא ביי זיי איז אלס איינס און ס'נישט נוגע פאר זיי,
מיין גאנצער אנאליז איז בלויז פון וועלכער צד קומט ארויס כבוד שמים, רעזולטאטן, און וועלכער צד קלאפט א וואנט, און ליידער דאס פארקערטער מעסעדש קומט ארויס,
און דאס איז נאר פאר איין סיבה, ווייל איין צד ווייסט נאך ווי איין און ווי אויס, ווייסט נאך וואס דער עיקר איז און וואס דער טפל, און פארן אנדערן צד איז די גאנצע קנאות א חסידישע פאליטיק קנאות געיעג צו ווייזן די וועלט, ראו אני כשר, פארדעם קומען זיי און ערגעץ אן
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-23/12/2011 20:29 |
|
| |
געוואלדיג קראך היט קיעפ אן 
|
|
|
|
| נשלח ב-25/12/2011 18:19 |
|
| |
ס'כדאי צו מעתיק זיין א אלטע תגובה - אויסגעשטעלט מיט פראגעס און ענטפערס - וואס איך האב געשריבן בימים ההם, בעת די 2 פראטעסטן, און איז זייער אקטועל צום דעם נושא
וזה לשוני:
11.
פ) האבן די זאליס פרובירט צו סאבאטיזשירן די מאנהעטן פראטעסט נאך איידער די וואשינגטאן צוריקרוף?
ע) יא. אינעם טאג פונעם מאנהעטן פראטעסט זענען אלע צעטלעך געווען אראפ געריסן פון כמעט אלע פאלס אין וומ"ב לענג אויס בעדפארד און לי עוו. דאס האט יעדער געזען. אויך האבן זיי אנטמיגט אלע זייערע מענטשן נישט צו גיין קיין מענהעטן ווייל ס'א חאגע און די קאנסולאט איז פארשפארט.
12.
פ) איז דאס די ערשטע מאל ווי די זאליס שפילן פאליטיק ווען ס'קומט צו נייטראלע עניני הכלל?
ע) ניין, ביי די פרשה פון מציצה בפה, ביי אן אדיענץ ביים מאיאר האט דער נועם המידות ארויסשפאצירט ווען סאטמאר רבי האט ערשיינט דארט. [פארשטייט זיך מיטן תירוץ פון רבי זכרונולברכה, מןהסתם]
13.
פ) וואס פונקטליך האבן די ארונים געטאן קעגן די וואשינגטאן פראטעסט?
ע) גארנישט. אדרבא פילע ארונים האבן מפורש געזאגט אז הלוואי זאלן ביידע פראטעסטן האבן די ריכיטיגע עפעקט
14.
פ) ביי די פראטעסטן פון די לעצטע יארן וואס די זאליס האבן געפירט, וואסערע ראלע האט די סאטמארע פאליטיק געשפילו ביי זיי?
ע) א סאמע הויכער. זיי האבן במכוון זיכער געמאכט אז די אויסגעשפראעכנסטע זאלי עקסטרעמיסטן זאלן רעדן, אזעלעכע מענטשן ווי מיילעך שטערן וואס מידי שבוע בשבוע שרייבט ער שמוץ ארטיקלען אין דער איד קען סאטמאר רבי פערזענליך
אויך ווען סאטמאר רבי איז אנגעקומן צום מעמד האט דער רעדנער אויף געהערט רעדן אין געלאזט זייערע מענטשן באשרייען ר' אהרן'ען
15.
פ) עכ"ז האבן די אהרונים איינמאל פרובירט צו סאבאטיזשרן אדער מינימיזרן סיי וועלכע פון זייערע פראטעסטן קעגן די מדינה?
ע) ניין, טראץ וואס פארשטענדליך אז די ארונים האבן זיך טאקע נישט באטייליגט, האבן זיי קיינמאל נישט געטאן קיין שום פעולה צו שטערן סיי וועלכער מערכה, צו ס'געווען קעגן הדסה שפיטאל צו חפירות, צו יעצט אין וואשינגטאן
16.
פ) צוריק צו יעצט, ווי נאר ס'איז באקאנט געווארן אז נתניהו גייט נישט זיין אין וואשינגטאן האט נאך געהאט איין לאגישער סברה צו אראפפארן 5 שעה פראטעסטירן?
ע) פארוואס יא? ווי שלעפט מען זיך? צו וועם?
17.
פ) וואס טוט זיך מיט דעם אז ס'א "שעת מלחמה"?
ע) דאס איז לגמרי נישט נוגע, אויב נתניהו איז נישט דארט, אפי זאל זיין צוליב א בויך ווייטאג, האט נישט קיין זין צו פארן אהין, צו יא שעת מלחמה צו נישט.
18.
פ) נו וואס האקן זיי א טשייניק "שעת מלחמה"?
ע) אה, איר פארשטייט נישט פון וועלכער מלחמה מרעט דא, מרעט נישט פון די מלחמה פון די אראבער אין די ציונים, דא רעדט מען פון די מלחמה קעגן די קליפה אהרן ט"ב. דאס איז די "שעת מלחמה" און מ'קען דאך נישט דערלאזן אז ר' אהרן זאל זיין דער איינציגער וואס פראטעסטירט און באקומט אלע אטענשן
19.
פ) אבער פארט איז נישט יעצט קיין שעת מלחמה?
ע) איז יא? קענט איר מיר אנצייגן איין נייעס אגענטור וואס זאל באריכטן א מלחמה אדער אז ס'דא א מינדעסטע שאנס פון מלחמה.
20.
פ) אקעי נישט מלחמה אבער ס'א געפערליכע קריזיס
ע) איז וואס? אדרבא, טאקע ביי אזא סארט קריזיס פארלאנגט זיך נאך מער א קול מחאה, ווען די ציונים האבן אוועקגעקוילעט אומשולידיגע טערקישע בירגער, און אנגעמאכט א שרעקליכע התגרות באמות, האט אונז דער רבי געלערנט אז טאקע יעצט מוז מען מודיע זיין פאר די וועלט אז די רייצערישע ציונים פארטרעטן נישט כלל ישראל.
21.
פ) וואס טוט זיך מיט דעם אז ס'א חגע אין די קאנסולאט אפיס איז פארשפארט?
ע) טאקע, שרעקליך, איך האב פאר אייך גאר גרויסע נייער, אז אין א טאג וואס דער קאנסולאט איז יא אפען, ווער מיינסטו זיצט דארט, נתניהו? אלמערט? טעות, ווייסט ווער ס'זיצט דארט, 2 ראציגע באצאלטע ארבייטער סעקרעטעריס וואס ווייסן נישט פון זייער חיות צו זאגן, און גלויב מיר זיי ווייסן מיטאמאל אז מ'פראטעסטירט, דאס פלאץ איז בלויז א סימבאליש פלאץ אז די מידיא זאל פארשטיין קעגן וועם מ'פראטעסטירט.
דער סך הכל
די זאליס זענען שעדליכע צבועים, וואס מ'דארף זיך שטארק היטן, עושין מעשי זמרי ומבקשים שכר כפנחס, טוען אפ די געמיינסטע שטיק אלעס וואס איז אין קעגנזאץ פון שיטת רבינו זצוק"ל, און אלעס מיטן גושפנקא פון רבי זיכרונעלברכה
עד כאן לשוני
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-25/12/2011 22:53 |
|
| |
| קראך_היט כתב: |  | 13.
פ) וואס פונקטליך האבן די ארונים געטאן קעגן די וואשינגטאן פראטעסט?
ע) גארנישט. אדרבא פילע ארונים האבן מפורש געזאגט אז הלוואי זאלן ביידע פראטעסטן האבן די ריכיטיגע עפעקט
|
|
איך געדענק טאקע אז דער בלאט און נאך מער אויף קול סאטמאר (ביי קול החרדים) האט מען שטארק געמאלדן פארדעם און נאכדעם יענעם וואשינגטאן פראטעסט אז סאיז געווען טויזנטער אידן (ווען אין פאקט איז נישט געווען צופיל מער ווי טויזנט אויב דאס יא) און ביים מאנהעטן פראטעס איז דער איד געווען מלא ליצנות קעגן דעם פראטעסט מיט בלויז 1000 מענטשן ( ווען אין פאקט איז געווען 6 בלאקס געבלאקט מיט שוווערע טוינטנער אידן)
|
|
|
|
| נשלח ב-28/12/2011 18:27 |
|
| |
צו אומזינסט,
און די חרדישע וועלט הייסט ר' זלמן לייב דער גרעסערער קנאי? סתם א איינרעדעניש, וואס איז די סברה?
פון אלע קינדער פונעם ברך משה, איז דען ר' זלמן לייב אלס געווען באוויסט אלס דער קנאי? אדער מער פרומער ווי די אנדערע קינדער?
איך דענק אז נישט.
נאך א זאך דאס וואס ר' אהרן טרעפט זיך מער מיט פרעמדע רבנים, האט נישט מיט מעסיגקייט, אפי' מיט קנאישע רבנים, טרעפט ער זיך מער ווי ר' זלמן לייב, ר' אהרן איז פשוט א אינטערסאנטע כאראקטער צו שמועסן און מער אקטיוו און עניני הכלל, און ר' זלמן לייב איז א בארינג טרוקענע מענטש, (נישט קיין עם הארץ), אבער בארינג און ווייט נישט אזוי אקטיוו,
דאס וואס, און די צייטן פון רבינו יואל זצ"ל האט סאטמאר זיך נישט פארשטאנען מיט פילע פרעמדע חסידות'ן, איז נישט ווייל דאס איז סאקמיר, און אזוי האט דער רבי געוואלט, אדער דאס איז פון די הדרכות פון רבי'ן ס'איז אזוי געווארן נאטירליך, ווייל ס'געווען הייסע צייטן און שעת מלחמה
קען מען דען זאגן בימינו, אז א פרעמדע חסידות האט עפעס שוואכערע פארשטענדיש צו ר' זלמן לייב ווי ר' אהרן, "צוליב קנאות"? זיכער נישט
סאקמיר איז נישט איזולאציע, סאטמאר איז קנאות, און געוויסע פעלער האט עס טאקע געברענגט איזולאציע, אבער אויב איינער איז נישט קיין קנאי און בלויז איזולירט, האט עס מער מיט שלימזל אדער אומאינטערסאטנקייט ווי פרומקייט
אז דו האסט א סברה פארקערט, בין איך גרייט צו הערן,
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-28/12/2011 18:55 |
|
| |
עס איז נאך נישט געווען קיין אדמו''ר און דער וועלט, וואס מען זאל זיך אזוי פלאגן אויף זיין פראפייל, וואו ביי דעם מן הארץ הגדול והנורא, ר' זאלישעל זאל זיין געזינט און פריש,
מען האט אים געוואלט אראפגעבן אלס א נועם המידות,
למעשה האט ער זיך ארויס געשטעלט וואו א משחות במידות שאין בדגמתו,
מען האט אים געוואלט אראפגעבן אלס א חכם עתיק,
למעשה האט נאך קיין נפש נישט געזען וואו זיין חכמה איז, חוץ אפשר ליפא טיפוש - קרויס בלע''ז
מען האט אים געוואלט אראפ געבן אלס א גרינטליכער בלאט לערנער,
למעשה האבן עס זיינע תלמידים קטאגאריש אפגעלייקענט, זיי טענה'ען ער איז א ביטערע מן הארץ וואס א יודיש ווארט שטייט אים נישט גראד און מויל, רח''ל
מען האט אים געוואלט אראפ געבן אלס א עניו, אלס איינער וואס רעספעקט רבנים, און רעכענט זיך מיט זייער מיינונ,
למעשה האבן מיר געזען ווען ער האט פורץ גדר געווען און קרית יואל, און געקימען זיין מסדר קדושין אן רשות פונעם מרא דאתרא, און זיך אויסגעפיפן אויף הגאון הגדול דומ''ץ קהלתינו שליט''א, אדער ווען ער איז געקימען און בארא פארק זאגן א דרשה אן רשות פונעם רב שליט''א, וואו אויך האבן מיר געזען וואו דער מן הארץ גייט צו די בני המן וואס איז געאסערט געווארן דירוך זיין אייגענעם פאטער, מיט אלע גאונים וצדיקים פונעם פריערדיגען דור, אויב דאס ריפן די זאליס רעספעקטירן רבנים, דאן וואס מיינט נישט רעספעקטירן?
מען האט אים געוואלט אראפ געבן אלס איינער וואס איז דבוק און רבינו הקוה''ט זי''ע,
למעשה איז נישט דא קיין רב אדער אדמו''ר וואס פייפט אזוי אריין און רבינו הקוה''ט זי''ע וואו דער טמא נפש רבי זאליקא, אנגעהויבן מיטן גיין און בג''צ הציוני רח''ל, גענדיגט מיט שיקן די בחורים אויף חתונות, און הייסן לערנען און זיין ישיבה אויפן דרך פון דשעי בי סאלאוויטשיק רח''ל
מען האט אים געוואלט אראפ געבן אלס א ריזן בעל מופת, ער גיבט זיין האנט, און קראנקע שטייען אויף געזונט און פרוש, בבחינת רבי יוחנן ,יהיב ליה ידיה, ח''ו להבדיל בן טמאה לטהרה,
למעשה קימט ליפא שמעלצער דער בעל ליפא בדרך, און שרייט גאר אז דער מופת איז זיינס!
יעצט וויל מען אים אראפגעבן אלס א קנאי, עס איז נישט ווער עס זאל לאכן, א קנאי איז ער? דער הולך להג''ץ, דער וואס האט זיך די איין האלב יאר וואס ער איז געווען און ארץ ישראל, געחנפעט, און זיך מדבק געווען בסתר כבגלי, מיט אלע טמאנע ציוניסטען, אגידיסטן, מזרחיסטן, למינהם? ריפט זיך קנאי? ל''ע
דער רבי זאלישעל האט איין פראפייל!
ער איז א ליידיגער שטריק, שאין בדגמתו, אין לא קרא, ולא שנא, ולא שימוש ת''ח, ער איז א פאלנער מן הארץ, און א לץ גדול ונורא, א משחת במידות שאין בדיגמתו, און קל שבקלים, און יעדן אונזיכט, און ער האט נישט קיין שום שייכות מיט רבינו הקוה''ט זי''ע, ער האט אים פיינט געהאט בחיים חיותו ווייל דער רעבעצין האט מקרב געווען ר חיים רובין, און אים נישט ער האט דאס נישט געקענט איבערטראגן, און ער האט אים נאך אלס פיינט,
א שאד אויד די טירחה, צי פראפיילן א מענטש, וואס איז הבור רק מים זו תורה אין בו, נחשים ועקרבים מידות גריעות רשעות ורציחה, וגניבה ובגזילה יש בו......
תוקן על ידי האנדא ב- 28/12/2011 19:07:22
תוקן על ידי האנדא ב- 28/12/2011 19:08:28
 |
|
|
|
|
|