שרעקעדיג, איך האב יעצט גערעדט צו א זון פון א גרויסע בעל מכשיר, ער זאגט אז מ'טשעקט און מ'טשעקט טרויבן, און ס'שטעלט זיך ארויס זייער א שרעקעדיגע בילד, אלע מיני טרויבן זענען געפאקט מיט ווערעם וואס קומט נישט אראפ מיט פשוט וואשן!! געוואלד, נישט סטראבעריס, נישט ראזינקעס, און יעצט טרויבן??
נשלח ב-27/12/2011 23:41
וואס פארשטייסטו נישט? נאך אביסל וועט מען נישט טארן אטעמען לופט ווייל די מיקראסקאפן וועלן ווערן א דבר השווה לכל נפש און מען וועט קענען זען די מיקראבן וועלכע געפינען זיך אין די לופט.
אזוי גייט עס. וואס מער סאפיסטיקירט די וועלט ווערט אלץ מער ווערים זעען זיי. זאג זיי אז זיי זאלן טרעפן א דזשאב און לאזן כלל ישראל אנגיין ווייטער אזוי ווי זיי זענען אנגעגאנגען זינט מעמד הר סיני אן קיין שום מייקראסקאפן און פארגרעסערונג גלעזער.
נשלח ב-28/12/2011 21:11
שמעתי מרבני וועד הכשרות קרית יואל אז סאיז אן אלטע מעשה פון פארגאנגענעם זומער נאך און מהאט דעמאלץ אפגעמאכט אז סאיז ממש א מיעוט שבמעוטים און סטרעפט זיך גאר זעלטן און להלכה איז מען נישט מחיוב בודק צו זיין אויף למעשה יעצט אז סזאל זיין ערגער ווייסט יענער נישט צוזאגן אויב יא איז א צריך עיון אבער מי אמר אז דער מציאות איז יעצט ערגער?
תוקן על ידי גרוינים ב- 28/12/2011 21:14:17
נשלח ב-29/12/2011 20:15
בעצופאל האב איך גערעדט היינט צופרי צו א חבר ועד משמרת הכשרות ד'סאטמאר, און ער האט געזאגט אז מ'איז ערנסט דן דערויף יעצט און מ'לאזט עס נישט נוצן אין די מוסדות, ס'איז ערנסטער ווי מ'האט געמיינט ביז יעצט, און ס'איז נישט מייקראסקאפיק, ס'איז געהעריגע ווערעם, לאמיר זען וואס וועט זיין .
נשלח ב-1/1/2012 04:54
די וואך פרייטאג צו נאכטס ביים טיש האט די רבי נישט געגעסן פון טרויבן צוליב די חשש
נשלח ב-1/1/2012 05:35
דער רבי האט אויך אנגערופן דעם וויליאמסבורגער רב אז ער זאל נישט נוצן קיין טרויבן דערווייל ביז עס ווערט מבורר פונקטליך
ס'איז די לעצטע שטיק צייט ארויפגעברענגט געווארן א שאלה וואס צו טוען מיט טרויבן היות ס'האט ווערים אינדרויסן דאנערשטאג נאכט איז דער וועד הכשרות דקיט"ל געזיצן דן געווען דערויף ביים רבי'ן אינדערהיים מען האט נאכנישט ג'פסק'ט אבער די מציאות האט שוין די רבי געזעהן און פארלאנגט אז מען זאל ביים טיש מער נישט געבן קיין טרויבן ביז מען זעהט נישט קיין עצה דערויף נאכן בענטשן ביים פירות טיש ווען מען האט ארויפגעגעבן פירות האט מען אנגעפאנגן א זמר לכבוד שבת און דער רבי האט שטיל געמאכט און געזאגט איך וויל מען זאל וויסן אז טרויבן איז אונטער א שווערע חשש פין ווערים מען טוט יעצט דורך די נושא און אויף דערווייל וויל איך מען זאל וויסן אז סאיז נישט אזוי פשוט סאיז א חשש דאורייתא
נשלח ב-1/1/2012 18:16
אזוי האט דער רבי געזאגט? די זאליס וועלן אצינד מקפיד זיין צו עסן טרויבן פאר פרישטיג מיטאג און נאכטמאל,
נשלח ב-1/1/2012 20:38
מהאט געהאט אריינגעברענגט טרויבן און דער רבי האט נישט געגעסן?
צו דער רבי האט געהייסן פאר דעם נישט צו געבן טרויבן?
נשלח ב-2/1/2012 00:49
לאן נעלמו הענבים ב'טיש' של האדמו"ר מסאטמר?
את שולחנות הטיש של סאטמר פיארו לראשונה תפוחים כתחליף לענבים המסורתיים • הסיבה: מגיפת תולעים חדשה • האם תיאסר אכילת ענבים לכלל הציבור בארה"ב?
יואל ביטלמן, בחדרי חרדים 22:25 01/01/2012
'טיש' בלי ענבים. האדמו"ר מסאטמר. צילום: יעקב נחומי