די פאלגענדע שטיקלעך צייטונגען זענען בליץ שנעל אריינגעשטעלט געווארן אין אלע איזראעלישע בלעטער לויט די קלארע הוראה פון דעם תולדות אהרן רבי'ן און די הנהלת הקהלה, מורא האבנדיג אז מ'זאל אים ח"ו נישט חושד זיין אז ער האלט אז מ'דארף צוריקשטעלן די צניעות טאוולען אין בית שמש. קוקט אינעם נוסח וואס די תולדות אהרן שטונקערס האבן איבערגעגעבן פאר'ן צייטונג, און צייגט אייך אליין איבער.
אפי' לו יהא ער האט טאקע גארנישט גערעדט דארטן קעגן די מלחמה אויפן טאוול, שטעלט זיך די קשיא וואס דארף ער שיקן זיינע מלחכי פינכא זאלן גיין דאס מכחיש זיין אין אלע צייטונגען. וואס איז דאס אויב נישט לעקערישע חנופה און ביליגע לקיקה פאר זיינע לינקע חברים.
און אויב דער שטיק טינופת שמואל חיים פאפנהיים האט נישט גערעדט בשמו, לאמיר זעהן וויאזוי תולדות אהרן שטעלט ארויס אפיציעל אז ער האט נישט גערעדט בשמו פון רבי'ן. און בכלל אויב תולדות אהרן רבי האלט אז מ'דארף לוחם זיין וועגן די טאוולען אויף צניעות פארוואס האט ער עס טאקע נישט געזאגט בייי זיין דרשה דארט ? און אויב האלט ער אז נישט דארף דאס טאקע דער ציבור וויסן.
ס'איז געקומען די צייט צו אויסשרייען הויעך און קלאר פאר די לעקערס פון תו"א: דער ציבור עקלט זיך פון אייך, אויך די אהרונים און אויך די זאלונים, אייער גאנצע קנאות איז מן השפה ולחוץ, דער גאנצער יצחק קירשנבוים איבער מירון איז געווען איין גרויסער שפיל, און והא ראיה, דער טאוול אין בית שמש איז על הכלל כולו יצא.
נשלח ב-2/1/2012 01:02
ענדליך: האב איך א תולדות הארון חסיד וואס איז מודה צו מיינע ווערטער פאראיאר איבער די שקר או בלאף וואס הייסט ר' דוד קאהן
נשלח ב-2/1/2012 01:51
התאחדות הרבנים האבן געטון די זעלבע ביי די בארא פארק-וויליאמסבורג באסעס,
יא, מ'איז נאך אין גלות (אפילו אין א''י)
נשלח ב-2/1/2012 19:42
דער ר' דוד קאהן איז פין קליפת נגע ער איז מעורב טוב ורע ס'כאפט א שרעק ער איז איינע פין פאן טרעגער'ס ביי די יהודות החרידת אין ער איז גאר דער לוחם מלחמות ה'.
נשלח ב-2/1/2012 20:02
אלעס ווייל ער עדווערטייזט נישט אין בלאט
נשלח ב-2/1/2012 21:09
אין ווייל ער איז א לינקער !!
נשלח ב-2/1/2012 22:34
דאווענען אין ראדני פרייטאג צונאכטס מיינט לינק?
נשלח ב-2/1/2012 23:31
אז מען איז זיך מחבר מיט בג"צ'ניקס הייסט לינק !
תוקן על ידי אבראהאם ב- 02/01/2012 23:31:56
נשלח ב-3/1/2012 00:06
איז דאך ר' אהרן טייטלבוים א שטיק לינק, ער איז געגאנגן אין בגץ
נשלח ב-3/1/2012 00:07
געלעכטער כתב:
איז דאך ר' אהרן טייטלבוים א שטיק לינק, ער איז געגאנגן אין בגץ
די זאלי'ס זענען געגאגען מיט א היתר שמעטער פין די פארשאלטענע לישקע קישקע
נשלח ב-3/1/2012 00:09
ר' אהרן בארען האט אליין אונטערגעשריבן אין בגץ שמאץ.
נשלח ב-3/1/2012 00:57
מען האט גענימען א היתר פין שלשה רועי בקר די זשיגאנ'ס זיי זענען געגאנגען אין קארט אין בארא פארק בית החיים די קרעטשמע אין קרית יואל
נשלח ב-3/1/2012 01:44
קארט אדער בגץ? און וואס האט דאס מיט תולדות אהרן?
נשלח ב-3/1/2012 02:08
דאס זיך אנפייפען פון תולדות אהרן אינעם יהדות החרדית און זיך מחבר זיין מיט די ציוניסטישע וועד החמשה אין מירון, וואס דורך דעם איז ארויסגעקומען די שרעקליכע ביטערע מצב אין מירון ווי די ציונים זענען זיך משתלט.
דאס מאכן יעדעס יאר א פריצה'דיגע שמחת בית התואבה, נישט הערענדיג צו די וויי געשריי פון די אנשי ירושלים תושבי ישוב הישן, וואס וויינען ביטער יעדעס יאר אויף די שרעקליכען חורבן.
דאס זיצן יעדע דאנערשטאג נאכט ביים כותל, און זיין פאניע בראד מיטן ציוניסטישען רב הכותל.
מכבד זיין אלע ציונים אין חברי הכנסת.
טוישן די לבוש פון תולדות אהרן, צו געפעלען פאר די גאס.
אויפשטעלען ראשי משטרה צו גיסן אויל ביי די מדורה אין מירון.
מאכן חוזק פון טומאת כהנים און קומען אין א באקס קיין מירון.
שטיצען דאס גיין אינעם טמ'אנעם בג"ץ.
אלס אינגערמאן ווען רביה"ק זי"ע האט געפראוועט אין קרית יואל וואס איז בלויז א האלבע שעה פון מאנסי, איז ער געזיצען אין זיך געווייקט ביים קלויזענבורגער העצע שיעורים ווי האט געגאסען פעך און שוועבל אויף רביה"ק, און קיינמאל נישט געקומען צו רביה"ק.
זיין דבוק אין די ספרים פונעם קלויזענבורגער.
לאכן פון רביה"ק זי"ע און ווען ער קומט קיין אמעריקא גייט ער נישט צום ציון הקדוש.
וכו' וכו'
דאס מיינט לינק.
תוקן על ידי פאפיטעס ב- 03/01/2012 02:10:59
נשלח ב-3/1/2012 10:36
פרישע פערל ווערטער פון פפנהיים אין ציניוסטישן "הארץ".
"יש כיום אלפי חרדים בצבא, באקדמיה, במקצועות חופשיים. מספרים לנו שיש מלחמת דת? להיפך. הציבור החרדי הולך לקראת משהו גדול, וניסיונות הרבנים לעצור את זה, זה כמו הקפיצה של התרנגול אחרי השחיטה".
"אני לא רואה אף סטודנט במכללה חרדית עוזב את הלימודים. זה כבר לא יעזור. גם אם משה רבנו ייצא מקברו ויגיד לא ללמוד באוניברסיטה - זה לא יעזור. יכול להיות שזה תפקיד הרבנים, לנסות לעצור את הנהירה ההמונית, כדי שילד בן 16 יידע שהמטרה בחיים היא להמשיך לשבת בבית המדרש, אבל יש תהליך ויש מציאות".
"יש אברך מחסידות תולדות אברהם יצחק שמשרת בשח"ר (שירות חרדים, מסלול יוקרתי לאברכים במקצועות הטכנולוגיה בצה"ל). קורים דברים. סיפרתי את זה לרעבע שלי, והוא שאל 'מה, אתה חושב שגם האברכים שלנו יהיו שם?' אמרתי לו שיש תופעה כזאת. אמר לי 'זה לא צריך להגיע אלינו', ואני אמרתי לו שזה אולי תפקידו למנוע את זה, אבל זה התהליך. צריך להבין את זה, ולא לעצום עיניים. הוא מבין את זה לעומק. לפני חודש הנשיא פרס בא לבקר במכללה החרדית בירושלים, של עדינה בר שלום. בשורה הראשונה ישבו שלושה אברכים מתולדות אהרן, עם הירמולקה הלבנה".
שטיצט די הייליגע מוסדות על טהרת הקודש דער פך שמן די ליכטיגע וינקעלע וואס דער רבעזעכראנע לעוורראכע האט וכו'
תוקן על ידי צמח_דוד ב- 03/01/2012 10:39:40
נשלח ב-6/1/2012 10:04
זיי ענדיגן נישט, זיי האקן ווייטער. זיי שעמען זיך צו שטיין אליין במלחמה קעגן די קנאים, שלעפן זיי מיט די עדה מיט זיך.