בית פורומים כל העולם כולו

מזל טוב! הגה''צ דומ''ץ קהלתינו שליט''א ב''פ האט א שידוך געטאן!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-3/1/2012 21:18 לינק ישיר 
מזל טוב! הגה''צ דומ''ץ קהלתינו שליט''א ב''פ האט א שידוך געטאן!

א גרויסע שמחה הערשט ביי אנ''ש תושבי בארא פארק, צום שידוך שליסן פונעם געראטענעם טאכטער פונעם דיין  הגאון הגדול בעל הוסיף משה שליט''א מיט הבחור החתן המפלג בתוי''ש יחזקאל זעגלבוים שליט''א א זון פון הרה''ג רבי יעקב דוד זעגלבוים שליט''א חתן כ''ק אדמו''ר מספינקא זצ''ל בעל דובב מישרים

די ווארט איז פארגעקימען נעכטען נאכט בבית הגאון הגדול גאב''ד דקהל יראי ה' שליט''א דער שווער פונעם דיין שליט''א

מזל טוב! מזל טוב!



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/1/2012 22:21 לינק ישיר 

מזל טוב!

ווי האט דער חתן געלערענט?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/1/2012 22:31 לינק ישיר 

אין די שיבה ווי מען ריפט ר' זלמן לייב, זאלי !



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/1/2012 22:39 לינק ישיר 

קלוג געענטפערט, אבראהאם!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/1/2012 23:03 לינק ישיר 

אבראהאם כתב:
אין די שיבה ווי מען ריפט ר' זלמן לייב, זאלי !


מאנרא?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/1/2012 23:10 לינק ישיר 

איך האב הנאה די לייגסט צי א ? די האסט ספיקות
ביסט שוין נישט זיכער אין וועלכע ישיבה מען ריפט אים זאלי



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/1/2012 23:26 לינק ישיר 

אפשר היכל התורה אין וויליאמסבורג?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/1/2012 23:31 לינק ישיר 

אין די אהרונישע ישבות רעדט מען שוין נישט פין זאלי

פרוביר ווייטער



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/1/2012 23:39 לינק ישיר 

ווער געדענקט נאך פון אים אין די ארונישע ישיבות. זיין טיים איז שוין אווער, וויפיל מאהל קען מען רעדן פונעם זעלבען טיפש?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/1/2012 23:42 לינק ישיר 

די קווינס ישיבה איז א געשמאקע ליבעראלע ישיבה, ווי ס'האט אלע סארט חבורות, א געמישעכטס פון פארשידענע טיפ מפשחות, כאניאקיש, קנאיש, אויפגעקלערט, ליטוויש, סדא אויך חסידים פון די רבי, רז"ל, אבער מ'לייגט נישט גרויס דגוש אויף חסידות, פארדעם איז עס געשמאק, און האט א ברייטערע אפיל, ווי די מאנרא ישיבה,

אין די מונרוער ישיבה, איז חסידות א גרויסער דגוש פון די ווירטשאפט, דאס גדלות פון ר' אהרן איז אויסגעמישט און יעדן הינזיכט פון די הנהגת הישיבה, מערב עד בוקר, (בערך וויזוי ס'געווען בימי רבינו יואל זצ"ל) איינער וואס איז נישט קיין פארברענטער ר' אהרן חסיד געפינט זיך נישט דאס פלאץ דארט, א טאטע וואס שיקט אהין דארט א בחור ווייסט אז דארט גייט מען מאכן זיין זוהן פאר א פארברענטע חסיד פון ר' אהרן פאר גאנץ לעבן,

רב בלומענפעלד, דער מנהל פון קווינס, האט דאס שוין מודה געווען מערערע מאל אז דער קווינס ישיבה איז מתחלה געבויט אויף דעם מהלך זאל זיין חסידות ליבעראל,

פארדעם איז נישט קיין פלא וויזוי א הייסע ר' אהרן חסיד זאל נעמען א קווינס בחור, ווייל און קווינס איז דא א שטארקע מציאות אז דער בחור זאל נישט האבן קיין שום התדבקות צו ר' זלמן לייב'ן, און ר' אהרן איז פאר איהם קיים שום פראבלעם,

דאכט זיך אז איך האב דא נישט מחדש קיין שום חדשות, דאס זענען דברים ידועים אפי' אינדרויסן פון די סאטמארע רינגלעך



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/1/2012 19:20 לינק ישיר 

 

די צוקראכנע זאליס פראבירן אזוי און זייער קווינס פורום צו פאראורזאכן אזא שיינע אזוי געריפענע רוגז'ה צווישען דעם דיין שליט''א מיט כ''ק רבינו שליט''א, כאילו רבינו שליט''א האט ח''ו א פאראיבל אויפן דיין שליט''א פארן נעמען אן איידעם פון די יאקאבאוויטש ישיבע און קווינס,

לעולם וואלט זיך נישט געפאדערט קיין רעאקציע, צו די נארישע מעשה'ליך און מחלוקה'לעך וואס ברעכן אויס יעדע 15 מינוט און סאטמאר לויט די קינדער'ליך פון די פאני קווינס פורם, וואס צילוב די פיסקייט, און צושאסענקייט, און די זאלי רייען, צילוב דאס זיך שטיקן מיט דעם לאנגבארד'איגן מן הארץ הדור, וואס ער זיצט נעבאך ביי זאליבאנצעס וואו א שטיין און האלץ נישט אראפצושלינגען און נישט אויסצושפייען, פאנטאזירן זיי נעבאך וואו מען שלאגט זיך און מ'הארגט זיך און סאטמאר, דאס יאוש ווארם וואס קריכט זיך אזוי געמיטלך און די זאלי הערצער פאראורזאכט זיי מאדנע אלוזיעס, פון שווערע מלחמות וואס קימט פאר און סאטמאר, נעבאך,

וואס עס דארף יא ארויסגעברענג ווערן איז, די כעס און שנאה, וקנאה, וואס ברענט ביי די זאליבאנצעס צילוב די דיינים,

דהיינו,

הגה''צ דומץ דקהלתינו שליט''א הגאון הגדול בעל עגלי דבש, ואיתו עימו הגה''צ דומ''ץ קהילתינו שליט''א הגאון הגדול בעל הוסיף משה, טראץ וואס זיי זענען אזאנע מעכטיגע תורה ריזן, גאוני ארץ, וואס זייער כח התורה, האט א אפקלאנג און די גאנצער וועלט, דאך זענען זיי זיך מבטל כעפרה דארעה פאר כ''ק מרן רבינו שליט''א, מיט א זעלטענע התבטלות שאין לשער,

 מיט דעם אלעם זענען זיי רעספעקטירט און געשעצט און די גאנצער וועלט, צילוב זייער גאונות וצדקות, שמם הטוב הולך לפניהם, טראץ די רדיפות און השמצות וואס די גאוני ארץ האבן זיך צוזאם געליטן פון די טמאנע זאליס, וואס האבן זיי געפייניגט און באשמיצט אלעס אונטער זייער פארשטארבענע נועם המידות סלאגאן,

משא''כ די זאלי דיינים, וואס קיינער פון זיי האט נאך נישט ארויס געגבן קיין ספר, זייער גדלות בתורה קען מען זיך און ערגעץ נישט איבערצייגן, חוץ און די פאני בריוון וואס זיי געבן ארויס פון צייט צו צייט, וואו עת לעשות לה' הפירו תורתיך, קול קורא חמלה ואמונה, די עירוב און וומ''ס איז יהרג ועל יעבור, וויל די רבי זי''ע האט נישט געמאכט קיין עירוב, קשר בוגדים אין מן המנין, א מליצה אויף גרעפ דשוס פאר ריסישע יודן, אז די עירוב ראדני איז נאר פאר די גוים, וכו' וכו,

דעריבער גייט זייער גיטער נאמען נישט ארויס פון ד גרעניצען פון וויליאמסבורג,  עס איז בדוחק איינגעצוימט און די פאר גאסען ארום קיעפ וואו די לישכע פארבאנד איז סטאנציענירט, נאר דארט ווייסט מען צו זאגען פון די לישכע לייצים,

וואו אויך האבן די לישכע ליצים ר' זלמן זאל זיין געזינט טיף און די קרקע, זיי לאכן פון אים און די פויסטן, און זיי  קימען נישט קיינמאל צו די וועקי טישן פונעם פעיקר, הערן די מליצות פון שימעלע דשיגאן, און די לאכעדיגע שקל שלום תורת, זיי האבן נישט קיין שום הכנעה און אנערקענינג און דעם מן הארץ הדור רבי זלמן.

דאס קרענקט די קרעציגע זאליבאנעצעס, דאס טרייבט זיי צו דימיונות אז עס איז ח''ו דא א רוגז'ה ציווישען רבינו שליט''ט מיטן הוסיף משה,

חלומט ווייטער זאלישליך, מען שלאגט זיך....... יא........... מ הארגעט זיך........... יא....... עס געסט זיך בלוט און הופער.......... יא......... חלמתי חלום.................

 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/1/2012 19:56 לינק ישיר 

א דאנק פארן קלארשטעלן. אויב האב איך ביז יעצט געמיינט אז ס'טאקע נישטא קיין רוגזה, זע איך אז ס'קאכט זיך יא עפעס ערענסט. אבי נישט צווישן...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/1/2012 22:22 לינק ישיר 

 

איי איי אינזער זיסער געלעכטערל............

2 זאכן:

1 וואו אזוי קענסטו בכלל האבן א ספק און דעם, ווען עס איז בפירש געווען בריכטעט און די הייליגער קווינס פורום אז מען שלאגט זיך?

2 די מיינסט אז עס איז נאר א  ס'קאכט זיך עפעס, טעות! טעות! טעות!

מען שלאגט זיך און מ'הארגעט זיך אויף טויט, דער הוסיף משה שליט''א שטייט אצינד ביי ר' זלמן און וויל אריין גיין עמטליך דעפיקטירן, דער מן הארץ פאפט אצינד שינת צהריים, אבער איין מאל ער כאפט זיך אויף וועט ער אויף נעמען דעם הוסיף משה, ווארט און זע!

לעבן זאל געלעכטערל ......




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > מזל טוב! הגה''צ דומ''ץ קהלתינו שליט''א ב''פ האט א שידוך געטאן!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext