בית פורומים כל העולם כולו

שאק אין אה ביי די זאליס ! פארוואס ?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-17/1/2012 03:01 לינק ישיר 
שאק אין אה ביי די זאליס ! פארוואס ?

די זאלי'ס זענען אריין געפאלן אין ווילדען כיאטישן צישטאנד א'זאש ס'האלט נישט ווייט זיי זאלן אויפן שלעטן דעם רבי'ן ז"ל

די זאלי'ס מיט זייער ציווילדעטע אין עקסורמיסטשע פירע'ערס האבן זיך באמת איינגערעדט אז זיי האבן געלייגט א גישפאנקא אויפן רבי'ן ז"ל אין ווער עס זאגט אנדערש פין זיי שטעכט זיי אין ריקן

ווען זיי באשלוסן אז מען דארף האקן אויף גור ליבאוויטש בעלז קלויזנבארג מיז א יעדער האקן אויף די חסידות
אין ווען זיי ווילן זיין גוט מיט מאחינווקא בעלז דארף א יעדער זיין גוט

אין ווען זיי ווילן זיך איבער בעטן מיט ליבאוויטש צי קלויזנבארג דארף זיך א יעדער איבער בעטן מיט זיי

יעצט איז געקומען בעלז מיט די גוטהייטסונג פין רבינו שליט"א אין ארויף געשיקט א מנין דיינים מיט א מכתב פין בעלזער רבי וואס מען האט פארגעליינט אין איבער געבעטן דעם רבי'ן

די זאלי'ס וואס זיי האבן זיך געלבסט געקרוינט אויפן רבי'ן זענען אנגעווייטאגט פאר 2 טעמים

1) ווייל רבינו שליט"א האט ארלעדגיט אז בעלזער רבי זאל איבער בעטן דעם רבי'ן א זאך וואס קיינער האט נישט געקענט באווייזן
נישט פארגעסן ס'איז ארויס געקומען קעגן בעלזער רבי חתימות פין 150 רבנים ווייל ער האט גערעדט אויפן רבי'ן ז"ל
אין רבינו שליט"א האט עס ארלעדיגט ביי בעלזער רבי נישט פארגעסן בעלזער רבי איז איינער פין גרעסטע מנהיגים בדורנו אלה

2) דער בעלזער רבי האט זיי בכלל נישט געפרעגט וואס ער האט ציטיען אין ער מאכט זיך פין זיי נישט וויסנדיג

אין דאס איז די ווייטאג וואס זיי קענען נישט אראפ שלינגען אז בעלז איז געווען ביים הייליגען רבי'ן אן זייער וויסן
אין קיינער אינטערסירט נישט זייער שטעלנונג



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/1/2012 06:47 לינק ישיר 

דעס אז ר' אהרן האט עס באוויזן אין געהייסן דעם בעלזער איבער בעטן איז די שטערקסטע קלאפ פאר די זאלי'ס זיי קענען עס נישט איבער טראגן

ס'מאכט צינישט זייער זייפן בלאז אז ר' אהרן איז קעגן רבי'ן ווען די גאנצע וועלט זעהט אז איינע פין די גרעסטע רבי'ס זענען געגאנגען איבער בעטן דעם רבי'ן ווייל ר' אהרן האט געהייסן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/1/2012 07:10 לינק ישיר 

זאלי טייערער, כ'פארשטיי דיין שטארקע ווייטאג אין טיעפע דעפרעסיע, ווען די וועלט רודערט נאר מיט עפעס א געשעעניש צו איז עס בנוגע אראפרייסן אבאמא, צו איז עס כשרות אויפוואכונג, אין וואס נישט, אלס איז עס דער אמת'ער מנהיג ישראל מרן הגה"ק מ'סאטמאר שליט"א  דער פונקט-ציהל! דער הויפט רעדע פון די טעמע,

אלס פארנעמט ער די אויבענאן ביי די וועלט סענזאציעס!

אין אזוי אויך איצט, ווען די בעלזער האפט אין גאארט אזוי שלום צו מאכן מיט סאטמאר (לאו דווקא 'נאר' מיט זיין שוואגער) אין שוין עטליכע יאהר וואס ער בעט זיך, אין פון וועמען הערט ער די קלארע תנאים אין אינסטרוקציעס וויזוי די זאך קען צושטאנד קומען? ווייטער מרן הגה"ק שליט"א!    

      אין ווען ער פאלגט אויס, אין א חשובע משלחת קומט פערזענליך אריבער צים ציון הק' אין טוט די אנווייזונגען פון ממלא מקומם אין ממשיך דרכם פון די הייליגע רביים נבג"מ וואס זיי האבן אצינד פוקד געווען ציונם הק', אין די וועלט קאכט אין רעש'ט ווי קיינמאל פריער,

 פון וועמען רעדט מען? 

  ווייטער איז ער "די" טאלק אוו טאון! די הויפט מחותן! ער האט די אויסשליסליכע רעכט אין באשלוס ווען אין וויאזוי מען קען שלום מאכן מיט סאטמאר!                  

   אין ניין איך נער מיך נישט ! איך ווייס אין עטס ווייסטס אויך אזוי קלאר אז יא דער גז"ל וועט אויך פריער צו שפעטער זיך טרעפן מיטן בעלזער! נאר ווילאנג ס'קומט פאר די באגעגעניש וועלן די קעלבער ארומלויפן שרייען מיט די הוט אראפ געצויגן ביז די מויל געוואלד!! די רבי זי"ע, וויזשניץ, פאבליק סקול. אין נאך שקרים וכזבים באגלייט מיט קללות נמרצות אין ניבול פה, צו בארואיגן די איניווייניגסטע ווייטאג וואס קרענקט נעבעך! אבער פארגעסט נישט ווען ער האט אפגעמאכט שלום מאכן מיטן שוואגער, נאכדעם אין טאקע נאר נאכדעם קען גז"ל 'אויך' שלום מאכן!....

נו, זאגט עטס' ווער פירט די וועלט??



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/1/2012 07:14 לינק ישיר 

ילדות.
אחר שהאדמו"ר מבעלז ציית לדברי מרן המחבר, ושלח מנין אנשים חשובים לפייס מרן רביה"ק בעל דברי יואל, אין להמשיך שום מחלוקת.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/1/2012 07:18 לינק ישיר 

מישמאש כתב:
   אין ניין איך נער מיך נישט ! איך ווייס אין עטס ווייסטס אויך אזוי קלאר אז יא דער גז"ל וועט אויך פריער צו שפעטער זיך טרעפן מיטן בעלזער! נאר ווילאנג ס'קומט פאר די באגעגעניש וועלן די קעלבער ארומלויפן שרייען מיט די הוט אראפ געצויגן ביז די מויל געוואלד!! די רבי זי"ע, וויזשניץ, פאבליק סקול. אין נאך שקרים וכזבים באגלייט מיט קללות נמרצות אין ניבול פה, צו בארואיגן די איניווייניגסטע ווייטאג וואס קרענקט נעבעך! אבער פארגעסט נישט ווען ער האט אפגעמאכט שלום מאכן מיטן שוואגער, נאכדעם אין טאקע נאר נאכדעם קען גז"ל 'אויך' שלום מאכן!....

נו, זאגט עטס' ווער פירט די וועלט??

אט האסטו א תגובה פון "נפל" אויף בחדרי, וואו ער גרייט שוין צו דעם באדן:

לדעתי אין בפיוס שום קשר ספציפי לחצי פלג של סטמר, האדמו"ר ר' אהרן שולח לאדמו"ר מבלז "משלוח מנות" כבר כמה שנים (היה מפורסם כאן באתר) נתנו שלום אחד לשני (גם כן מפורסם כאן). לא נראה לי שאחרי "משלוחי מנות" יתעורר ביום בהיר ויציב תנאים... לדעתי האדמו"ר חותר להתפייס עם העדה וירוויח את כל הקופה, גם את 2 פלוגי סטמר גם את 2 תולדות גם דושינסקי וכו' ולמי שלא יודע, העדה הציב 2 תנאים 1 בקשת מחילה מהגאב"ד לשעבר (האדמו"ר מסטמר ז"ל) וסגירת שחיטת בלז. הם זה נכון שהשחיטה כבר נסגרה, ממתין הפתעות ולא במסגרת מצומצמת של סולחה של 2 גיסים שמזמן כבר אין ביניהם נתק




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/1/2012 07:56 לינק ישיר 

קרעדיט: דזשיגאן ‎​
 
למעשה זע איך נישט אז קיין איין זאלי זאל זיין צעטראגן פון דעם אז ר' אהרן גייט גיין צום בעלזער, ער האט שוין געטאן סאך ערגערס. לעומת זה באגריסן זיי דעם אקט פונעם בעלזער וואס האט נאך צוואנציג יאר זיך געבראכן און איינגעזען אז רבינו משה אמת ותורתו אמת, דער ברך משה איז גערעכט געווען און ער האט טאקע פוער פיו געווען קעגן רבין זי"ע און דערפאר דארף ער איבערבעטן דעם רבין. ווידעראמאל צו זאגן אז יעצט איז שוין דער בעלזער רב כשר לשיטת סאטמאר איז היפאקראטיע ווייל ער האט נאכנישט פארמאכט זיין הכשר, בי"ד און המחנה החרדי, אויף וועלכע רבינו בעל ברך משה זי"ע און נאך רבנים זענען שארף ארויסגעקומען דערקעגן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/1/2012 11:27 לינק ישיר 

פארוואס ווען יוסל וואלדמאן האט איבער געבעטען די ברך משה ביים ציון
האבען די ארונים עס נישט געוואלט מקבל זיין ביז ער בעהט איבער ברבים אויף 60 מוניטס ?
אבער די זאליס האבען גראד מקבל געווהען זיין תשובה באהבה.
אין יעצט ווען די בעלזער האט איבער געבעטען די דברי יואל ביים ציון זענען די ארונים עס מקבל
אין זיי זענען גרייט שלום צי מאכען. אבער זי זאליס ווילען די בעלזער זאל איבערבעטען ברבים?
 
הא לן והא להו... 


דא איז די 60 מינוטס קליפ



ליין אלע תגובות אין די אשכול

http://www.bhol.co.il/forums/topic.asp?whichpage=1&topic_id=2808751







תוקן על ידי SatmarBum ב- 17/01/2012 11:31:16




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/1/2012 18:38 לינק ישיר 

זיך שטעלן פאר היידפארק כאפען א בילד ביים הייליגען ציון הק' הייסט לויט אינזער שו''ע מפייס געווען, נאכדערצו אז ער איז נאכדערצו אז האט זיך נאך גארנישט געטוישט,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/1/2012 18:49 לינק ישיר 

דער מחבר פסק'ט, אז אויב מ'האט מבזה געווען איינעם "בחייו" מוזן מען גיין מיט א מנין!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/1/2012 19:18 לינק ישיר 

יא דער בעלזער שגץ האט זיך געלאזט איינבעטען אין געשיקט א דעלעגאציע איבער בעטען דעם רבין ז:ל ? וואט א דזשאק..ער וואלט זיך געדארפט אויף שטעלען בפני כל עם ועדה אין איבער בעטען דעם רבין ז:ל נישט שיקען דעלעגאציעס...זאגט נאר ארונימלך..
האט ער שוין צי געמכט זיין שחיטה? ניין
גייט ער נאך צים כותל? יא
גייט ער נאך צי די בחירת? יא
שיקט ער נאך זיינע יונגעלייט צי דינען אין מושטרה? יא
אבער דער עיקר איז אז ער האט געשיקט א דעלעגאציע....
אין דער עיקר איז אז אלע תילמידי וחסידי רבינו זענען שקצים
קואשי רב שגץ
ר/אברהם לייטנער שגץ
ר מאטעלע שגץ
ר/ יחזקאל ראטה שגץ
ר/ישראל חיים מנשה פרידמאן שגץ
ר/זלמן לייב פילף שגץ
ר/ שלמוה לייב וויינבערגער שגץ
אבער דער עיקר איז אז דער בעלזער שגץ איז א צדיק
איך קען מיך פשוט נישט איינהאלטען אין אויסשרייען מיטן גאנצען הארץ ברוך הוא אלק/שבראנו לכבודו והבדילנו...



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-17/1/2012 19:22 לינק ישיר 

פארוואס זאל ער נישט גיין צום כותל? ער איז דאן אתלמיד פון רביה"ק? עפעס געלערנט ביי איהם?
רי"מ דושינסקי מיט רי"י פישר זצ"ל זיי זענען אויך געגאנגען אין כותל, סו וואט?

צום בחירות גייט ער נישט! אזוי וואו זייין פעטער זצ"ל איז נישט געגאנגען טראץ דעם וואס ער האט געחתמעט אויף דעם "חובקדוש".



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/1/2012 19:30 לינק ישיר 

אמת'ע דיבורים אין קאנטראסט צו הוילע פראפאגאנדע!

אין די טעג שטעלט זיך ארויס אינטערסאנט בילד צווישען די צוויי סאטמארס בנוגע די מערכה קעגן ציונות.

‫‫ווי באקאנט דרייט זיך איבער דאס לאנד די לעצטע צוויי חדשים מיט א שרעקליכען רדיפת הדת אויף די ערליכע אידן אויף א שרעקליך פארנעם ווי קיינמאל בעפאר, און מען האלט אין איין הערן פון פרעמדע קרייזן, וואס סאטמאר איז בכלל נישט זייער טעיסט אז דער סאטמאר רב זי"ע (נישט דער בעל דברי יואל) איז געווען גערעכט, און געהאט א ווייטען בליק ווען ער האט געשריגען אז עס וועט נאך קומען א צייט וואס א ערליכער איד וועט נישט קענען וואוינען אין א"י ה"י.

‫‫זונטאג פארטאגס - ווען דא איז געווען מוצש"ק - איז עס געקומען צו א קלימאקס ווען מען האט ארעסטירט 6 אינגעלייט אין שפיץ פונעם משב"ק פון ירושלימער רב, הרה"ח ר' עמרם שפירא הי"ו. ווי נאר רבינו שליט"א האט דאס געהערט האט אים דאס זייער שטארק וויי געטאן און ער האט געשפירט אז ער מוז זיך ערגעץ לאזן הערן דאס ווייטאג פון די ערליכע אידן און ווייזן אז ער פילט מיט זייער ווייטאג און איז גרייט צו טאן און העלפן מיט וואס אימער צו זיך צוריק שלאגן מיט די ציונים ימ"ש.

‫‫בשעת מעשה איז פארגעקומען אן ענגע מסיבה פאר נגידים ביים רבי'ן אין שטוב אין ביהמ"ד ברך משה, וואס איז פארופען געווארן דורך דעם געטרייען משב"ק לבית סאטמאר הרה"ח ר' משה פריעדמאן שליט"א טאקע לטובת כולל יטב לב אין ארצינו הקדושה, דער מקום וואו עס האלטן זיך אויף די הייפעלע ערליכע אידן וואס ווערן נישט נאך געשלעפט נאכן ציוניסטישן שמעלץ טאפ, און ביי דעם געלעגענהייט האט זיך רבינו שליט"א אויסגערעדט וואס די ערליכע אידן מאכן מיט אין א"י אויף א שרעקליכן פארנעם, און ספעציעל איבער די שרעקליכע ידיעה וואס ער האט יעצט באקומען פון ירושלים איבער די ארעסט פון ר' עמרם. דער רבי האט קלאר געשטעלט אז מיר אידן דא אין אמעריקע וועלן נישט זיצען מיט פארלייגטע הענט נאר מיר מוזען איינלייגן וועלטן מיט אלעם וואס נאר מעגליך זיך אנצונעמען פאר אונזערע ברודער אין ארצינו הקדושה.

‫‫די פאר אמת'ע אין שטארקע דיבורים האט רבינו שליט"א געזאגט מוצש"ק פאר א ענגער ציבור אין א קליין בית המדרש'ל אויף 550 בעדפארד עוו. אויפן זעלבן מקום ווי דער אלטער סאטמאר רבי זי"ע פלעגט לאזן הערן זיינע הייליגע דיבורים בשעתם, און די ווערטער פון רבינו שליט"א האט אפגעקלונגען אין די גאנצע וועלט, און אפילו אין אלע ציניסטישע צייטונגען, טעלעוויזיע און ראדיא אז דער סאטמאר רבי זאגט אז ער גייט נישט שווייגן אין גרייט זיך אויף א מאסן דעמאסטראציע אויסשרייען די וויי געשריי פון די ערליכע אידן. ( דאס איז שוין נאך דעם ווי די בעלזא - וואס לעבן גוט מיט די פרייע - האבן פארלייגט וועלטן אז מען זאל דערשטיקן דעם סאטמאר רבין'ס ווערטער, נאך וואס דער רבי האט שארך אראפגעריסן די פארלאפענע וואך ביים דינער אין קרית יואל זייער פאלטשע השקפה.)

‫‫אפגעזען אז עס האט געהאט א גרויסען השפעה אויף די פארשאלטענע ציונים ימ"ש וואס האבן געפילט אז זיי צוען איבער דאס שטריקל, און דער ציניסטישער שופט האט ארויסגעלאזט ר' עמרם גענצליך פריי מכלומרשט אז עס איז נישט דא גענוג באווייז (כאילו עס איז זיי געווען אמאל א פראבלעם מיט באווייז...)

‫‫עכ"פ, דאס איז געשען אין די זעלבע צייט וועט 3 וואכן צוריק, ביום כ"א כסלו ווען ביידע סאטמאר'ס האבן געמאכט דעם יערליכען גרויסע צוזאמקום, און ביי די ארונים האט דער פירער זייערער דערקלערט פאר זיינע טויזענטער צוהערער (נאכן הערן וואס דער ברודער האט שוין געזאגט) "אז מען טאר נישט אראפרייסן דעם אמעריקאנער פרעזידענט אבאמא אזוי ווי די פרומע ציונים טוען".

‫‫גלייך דערנאך האט מען איינגעשפאנט די גאנצע מידיע מיט א פרעס ריליעס, אלעס כדי צו איבערצייגען פאר די קעלבער אז די וועלט שאקעלט זיך מיט זייער שטריק ווען אין פאקט איז נאך אזא באמבע נייעס - ווי דער בלאט האט דאס אראפגעלייגט - האט מען פון קיין פרעזידענט נישט געהערט וואס ער זאגט דערצו, און אפילו פון די ציונים איז קיין ווארט נישט געהערט געווארן (אפילו ביי דעם באזוך פון דעם פרומען ציוני, און שטענדיגער מתגרה באומות, דוב הייקינד, יענע וואך אין זייער 13 הופפער צענטראל).

‫‫ווידעראמאל יעצט ביים ארעסטירן די 6 אידן הערט מען פון דעם ארוישע לאגער בלויז דעם ציוניסטישען קאלבישן סלאגאן אז די ארעסט איז וועגן כשרן געלט.... מען דארף נישט איינטיילן די פרייע.... געלע לאטעס איז צו משוגע.... וכדומה. מען זינגט דעם זעלבן ניגון ווי די משכילים פון בעלזא ודומיהן וואס שטאפן זיך אן מיט געלט פון די טריפה'נע מדינה. צו דער זעלבער צייט נופש'ט דער שטריק אין פאלם ספרינגס מיט א זעלטענעם רואיגקייט, אזוי וועט ער קענען גיין באזוכען דעם בעלזער מיטן קלויזנבורגער ווען ער וועט פארן שוואוילטאגן שבת שקלים אין ארץ ישראל, על אפם וחמתם פון זיין וויזניצער שוואגער ר' ישראל און חיים הערש מייזליש, און מ'וועט זאגן אז דאס איז דער רבי וואס שטעלט זיך נישט צו צו די קיצונים עפ"ל, און שטיצט נישט די "געלע לאטע" קנאים.

 

‫‫דא שטעלט זיך ארויס צום וויפילטן מאל ווער עס מיינט פראפאגאנדע אין ווער עס מיינט עס אמת'דיג!

 

-------------------------------------------------------3

דאס האט ערשיינט אין איינע פון די שרייב פלעצער אין ארץ ישראל

גרויס נייעס ווערט געמאלדען פון די צוויי חסידישע הויפען – די בעלזע הויף וואס שטייט בנשיאות אדמו"ר מבעלזע שליט"א ירושלים, און פון די סאטמערע הויף פון קרית יואל וואס איז בנשיאות דער אדמו"ר הרב ר' אהרן שליט"א – דער שוואגער פון אדמו"ר מבעלזא:

נאך יאהרען וואס די צוויי חסידות סאטמאר און בעלזא זענען דערווייטערט כרחוק מזרח ממערב, איז דעקומען צו א דורכברויך צו א דערנעטערונג צווישען בעלזא און עכ"פ איין חלק פון סאטמאר די וואס זענען בנשיאות הרב ר' אהרן שליט"א פון קרית יואל, און ווי אלע זעהן פאהר וועלען זיך די צוויי שוואגערס אדמורים בקרוב צוזאם באגעגענען.

שוין א לאנגע צייט וואס די צוויי שוואגערס אדמורים ארבעטען צווישען זיך צו אויסארבעטען א שלום און ערמעגליכען צו א פגישה, וואס וועט דינען וואויל ביידע אינטערעסן. סיי פאר אדמו"ר מבעלזא וואס האט אויפגעשטעלט א הערליכע קעניגלעכע הויף אין ירושלים מיט מוסדות איבעראל און הונדערטער חסידים אין ארץ ישראל און אמעריקע קענעדע אנטווערפען לאנדאן און אויך אויסטראליע, און מיט דעם אלעם טוען די בעלזע ווירבלען נאר צווישען זיך און זיי זענען מער ווייניגער אויסגעשלאסען פון די גאנצע חרידישע חסידישע וועלט. און דאס איז אזוי דעווארען זייט ער האט יארען צוריק געפירט א פארביסענע קאמף אקעגען די עדה החרדית און געהאלטען דרשות אקעגען די פריעדיגע רבנים פון די עדה החרדית, און דער קלימאקס איז געווען א שטייענדיגע דרשה ווי אדמו"ר מבעלזא האט גערעט מיט א חוצפה אקעגען דעם הייליגען סאטמערע רבי זי"ע און אקעגען זיין ספר ויואל משה, בשעתו האבען הונדערטער פריעדיגע רבנים ארויס געגעבן זייער א שארפען בריעוו אקעגען דעם בעלזער רבי ווי זיי שרייבען אויף דעם בעלזער רבי "הרי הוא ככל מהרסי ומחריבי כרם ישראל" און ווי געזאגט איז זייט דעלמאס האט זיך בעלזא געבויט ביי זיך אליין אויסגעשלאסען פון די כלליותדיגע חרדישע וועלט.

אדמור מבעלזא האט שוין מערערע מאהל פרובירט צוריק דרייען און ווערען אנגענומען צוריק ביי דעם חרידשען המון, ער האט אפילו שוין אנגעבאטען פאר די עדה החרדית אז זיי וועלען מער נישט געבען קיין השגחות (וואס איז ממילא נישט צו מצליח) פאר א דערנענטערונג מיט די עדה החרדית, אבער ביז דערווייל האט זיך עס נישט איינגעגעבען.

אצינד אזוי ווי עס בלאזט אנדערע ווינטען אין די חלק סאטמערע הויף וואס ווערט געפירט פון דעם עלטערען זוהן ארמו"ר הרב ר' אהרן שליט"א, ווי ער פרובירט צו דערנענטערען  פארשידענע קרייזען וואס פלעגט זיין דערווייטערט אין סאטמאר, זיי האבען שוין דעם כ"א כסלו וואס איז דער גרעסטער צוזאמקום אין סאטמאר איז זייער גאסט רעדנער געווען איינער פון די אגודה לאגער וואס מוטיגט די בחירות, דאס איז א גרויסער דורכבראך אין סאטמאר. ווי אויך האט זיך שוין ארמו"ר מסאטמאר שליט"א (ר' אהרן) דאס לעצטע מאל ווען ער האט באזוכט אין לאנד, האט ער אפגעשטאט א באזוך ביי אדמו"ר מקלויזענבוירג שליט"א, דאס איז אויך געהייסען א געוואגטע דארכבראך אין סאטמאר, עכ"פ דער סאטמערע רבי שליט"א פון מאנארא פירט זיין פאליטיק נאנט צו ווערען ציט די אלע וואס מען פלעגט אמאל צו דערווייטערען, און שוין א לאנגע צייט וואס ווערט אויסגעארבעט א פלאן ווי מען קען פארווישען די אמאליגע מחלוקה און ארבעטען צוזאמען פאר די טובה פון די צוויי גרויסע הויפען פון די צוויי שוואגערס אדמורים,

פאר א יאהר שוין האט אדמו"ר מסאטמאר שליט"א געשיקט צום ערשטען מאהל משלוח מנות פאר האדמו"ר מבעלז שליט"א, אזוי ארום רייף צו מאכען דעם סאטמערע באדען צו קענען מקבל זיין אזא דערהער פון שלום מיט די וואס פלעגען ווערען גערעכנט "מהרסים" אין די פארגאנענהייט, אין דער זעלבער צייט האט מען שוין פארהאנדעלט מיט בעלז אז די בעלזע קהלה זאל נוצען די סאטמערע קרית יואל שחיטה מהודרת וואס איז די פראכט און שטאלץ פון אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, אצינד אז האבען די צוויי שוואגערס האדמורים שליט"א איינגעזעהן אז די צייט איז שוין רייף פאר דעם לעצטען טריט צו דעם אויסדעארבעטען שלום.

 

א דעלעגאציע וואס איז באשטאנען פון צען בעלזע דיינים און פני פון בעלז צוזאמען מיט דעם גבאי הרה"ח רבי שמעון וולף קליין, שליח פון האדמו"ר מבעלזא שליט"א איז ארויף צום ציון פון דעם סאטמערען רביים דער בעל דברי יואל ז"ל און דער בעל ברך משה ז"ל און געבעטן מחילה בשם האדמו"ר מבעלזא שליט"א ושלום על ישראל

 

בקרוב פארט האדמו"ר מסאטמאר שליט"א אויף ארץ ישראל און וועט באזוכען זיין שוואגער האדמו"ר מבעלז שליט"א




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-17/1/2012 19:33 לינק ישיר 

עכשיו, לאחר שהאדמו"ר מבעלזא עשה כדברי השו"ע והפוסקים (סי' תר"ו)

מה בין האדמו"ר מבעלז להאדמו"ר ממאחנובקא?

(חוץ מפוליטיק כמובן).



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/1/2012 19:45 לינק ישיר 

לויט דעם פשט'ל פין אייעםסמארט, גייט ר' זלמן לייב שלום מאכען מיטן ראש הכופרים ביבי נתני' ווייל די לעצטע צייט בלאזען דארט נייע ווינטען נאכדעם וואס ער האט אנקערקענט אין די ציוניסטישע געזעצן אין זייער בתי משפט, ווי אויך וועט ער קענע שלום מאכען מיט די ראשי האגודה ספצעיל נאכדעם וואס ער האט גערופן כ''א כסליו א רעדנער פין אנטווערפן וואס איז א שטארקע אנהענגער אין די אגודה, אין נאכדעם וואס ער האט געברענגט היי יאר א שרייבער פון עמי מאגעזין הרב הערץ פרענקל, ווי איך וועט ער קענען שלום מאכען מיט די גאר רעכטע ציונים נאכדעם וואס ער פירט אן מלחמת חרמה מיט די הייליגע מוסד נטרונא, אין געשיקט זיינע בחורים אראפרייסן אין שטערן די גרויסע פראטעסט עטליכע יאר צירוק אין מאנהעטן וואס סאטמאר האט פאררריפן, אין ער האט עטליכע יאר צירוק אויפגעטרעפן אין א טעמפל מיט מגן דודס וכו' כו'



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/1/2012 20:00 לינק ישיר 

IAMSMART כתב:

דאס האט ערשיינט אין איינע פון די שרייב פלעצער אין ארץ ישראל



דו מיינסט עס ערנסט? עס איז ממש "ערשינען" אין א "שרייב פלאץ"?

איך "מוז" זעהן א קאפי, אנדערש קען איך נישט גלייבן אז דאס איז געווען בפירוש - אפן און גראב - קלאר געדרוקט אויף א שרייב פלאץ.

(אויב ברענגסטו מיר יא א קאפי און עס שטעלט זיך ארויס אלס א אמתע ערשינענע געדרוקטע באשרייבונג, מוז זיין אז עפעס א מאן-דהוא האט זיך אריינגעכאפט אן רשות אין יענע שרייב פלאץ...)




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/1/2012 20:02 לינק ישיר 

געלעכטער כתב:
קרעדיט: דזשיגאן ‎​
 
למעשה זע איך נישט אז קיין איין זאלי זאל זיין צעטראגן פון דעם אז ר' אהרן גייט גיין צום בעלזער, ער האט שוין געטאן סאך ערגערס. לעומת זה באגריסן זיי דעם אקט פונעם בעלזער וואס האט נאך צוואנציג יאר זיך געבראכן און איינגעזען אז רבינו משה אמת ותורתו אמת, דער ברך משה איז גערעכט געווען און ער האט טאקע פוער פיו געווען קעגן רבין זי"ע און דערפאר דארף ער איבערבעטן דעם רבין. ווידעראמאל צו זאגן אז יעצט איז שוין דער בעלזער רב כשר לשיטת סאטמאר איז היפאקראטיע ווייל ער האט נאכנישט פארמאכט זיין הכשר, בי"ד און המחנה החרדי, אויף וועלכע רבינו בעל ברך משה זי"ע און נאך רבנים זענען שארף ארויסגעקומען דערקעגן.


איך ווייס נישט אויב די ביזט בלינד אדער א שקרן במילתא דעבדא לגלי' איבעראל זענען די זאלונים פארנומען מיט טויזענט תירוצים פארוואס עס הייסט נישט איבערגעבטן (טראץ וואס לויטן שו''ע האט ער יוצא געווען)



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > שאק אין אה ביי די זאליס ! פארוואס ?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext