בית פורומים כל העולם כולו

מיינע 2 סענטס איבער די באזוך אין קרית יואל פון רבני בעלזא

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-17/1/2012 17:55 לינק ישיר 
מיינע 2 סענטס איבער די באזוך אין קרית יואל פון רבני בעלזא

_________________

הבלוג שלי
hirsheltzig.com




דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-17/1/2012 18:14 לינק ישיר 

שרייבט אן קיין שום סענס, נישט ווערט צו ליינען



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/1/2012 18:30 לינק ישיר 

איך ווייס נישט אויב דער ציג וויל הערן א ענטפער צו ער שרייבט סתם אזוי אלס ליידיג גיין, אבער אויב יא לאמיר ענטפערו זייער קורץ
דער בעלזער האט נישט איבערגעבעטן נישט צד מהר"א און נישט צד מהרז"ל און נישט צד בני יואל, ער האט גארנישט געטון קעגן זיין, און ער האט זיי נישט וואס איבערצובעטן
ער האט איבערגעבעטן רביה"ק בעל דברי יואל ורביה"ק בעל ברך משה וואס קעגן זיי האט ער חוטא געווען, און ער האט מקיים געווען א הלכה אין שו"ע


שו"ע סי' תר"ו ס"ה שרייבט דער תניא:

ואם מת מי שפשע כנגדו מביא עשרה בני אדם ומעמידם על קברו ואומר בפניהם, חטאתי לאלקי ישראל ולפלוני זה שפשעתי כנגדו, וצריך שילך לשם יחף.
ואם הוא חוץ לשלש פרסאות מן קברו אינו צריך לילך בעצמו לשם אלא ישלח שלוחו שיבקש ממנו מחילה בעבור השולחו בפני עשרה בפני אדם. 

אין ס"ו שרייבט דער תניא בזה הלשון:
ואם חרפו לאחר מיתה אינו צריך לילך על קברו אלא מבקש ממנו מחילה במקום שביישו.


יעצט, קיינער האט נישט געמאכט קיין שלום מיט בעלזא, בעלזא איז טריפה פונקט ווי אלע אנדערע אגודיסטישע קרייזן, זענען דערווייל זיך מתחבר לרשעים פונקט ווי וויזניץ גור קלז"ב וכו'
נאר וואס, ביז יעצט האט מען נישט אריינגעטרעטן צו זיי צוליב דאס חציפות, און יעצט קען זיין מען וועט אים יא גיין באזוכן, אבער שלום? וואס מיינט שלום? איז דאס עפעס מחייב?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/1/2012 20:24 לינק ישיר 

עמער זעהן ווי דאס וועט זיך אויסלאזען....



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-17/1/2012 20:29 לינק ישיר 

צבי היקר:
עס וועט זיך אויסלאזן גענוי ווי עס האלט דער שלום מיט מאחנובקא.

מאך נישט קיין טעות, ווער עס וויל ווייטער פירן די מחלוקה הרשות בידו. עס איז פול דעמאקראטיע. עפ"י דת תורתינו הקדושה איז די מחלוקה געענדיגט, נעכטן.

ווער עס האלט די תורה וועלמיר זעהן שפעטער.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/1/2012 20:46 לינק ישיר 

זעהט אבער אויס, לאנצוט, אז מאנכע וועלן ווייטער אנהאלטען מיט די מחלוקה



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-17/1/2012 21:04 לינק ישיר 

צבי, אז עמיצער וויל מחזיק זיין במחלוקה, געזונטערהייט. מצד המחבר וכל הפוסקים איז די מחלוקה אויס מיט סאטמאר.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/1/2012 21:09 לינק ישיר 

מער ווי איבערבעטן ביי די ציון דארף מען נישט?



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-17/1/2012 21:22 לינק ישיר 

צבי טייערער,
לויט'ן מחבר, וכל הנושאי כלים דארף מען נישט גארנישט מער.

אויב ער מיינט עס ערנסט און איז נישט קיין כלב שב על קיאו איז די מחילה גענוג לפנים משורת הדין.

אדרבה אז דו האסט אן אנדערע שלחן ערוך, צייג עס ביטע.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/1/2012 21:29 לינק ישיר 

כ'האב נישט קיין אנדערע



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-17/1/2012 22:36 לינק ישיר 

צבי היקר:

איך האב הנאה פון דיין אויפריכטיגקייט.

להוי ידוע: די מאיאריטעט היידפארק שרייבער האבן אנדערן שלחן ערוך, וועלכע ווערט נתחבר לויט זייער פאליטישע אינטערעסן.

און דערביי טרעט מען אויף איסורי דאורייתא'ס אן קיין שום פראבלעם וואטסאעווער.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/1/2012 00:23 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-19/1/2012 12:06 לינק ישיר 

צבי היקר: צי זאגען "מצוה בו יותר מבשלוחו" איז סתם עם הארצות. ווען די בעלזער
וואלט ווען געוועהן אין אמעריקא קענסט די דאס זאגען . אבער להלכה איז ער נישט
מחיוב צי גיין אליין ער איז חוץ לשלש פרסאות. איז ער פונקט אזוי יוצא מיט שליח
אין בכלל וואס ער איז זייער נישט געזונט ווילסטו אז ער זאל קומען מיט א פליגער
קיין אמעריקא נאר צי גיין צום ציון? סתם נעריש גערעדט ער פארט שוין נישט 
ארויס פון ארץ ישראל 10 יאר ער איז נישט געזונט צי פארען אויף א פליגער
האסטו טענות אויף עם אז ער מיינט עס נישט ערענטס ווייל ער קומט נישט
אליינס צום ציון? ער האט געטוהן להלכה. כדי צו פארעכטען דיין טעות.



http://theantitzemach.blogspot.com/2012/01/blog-post_17.html


ס'איז אלץ בלאף. דאס איז נישט סאטמאר


















.....וואס די סאטמורים האבען אמאל געשריבען וועגן דעם בעלזער רב


דער עולם החסידות איז אויף רעדער! ס'טייטש? דער בעלזער רב האט געשיקט א מנין אידן - ובראשם שמעון וואלף דער גבאי - און נישט סתם אידן, נאר דיינים טאקע, דאס שענסטע און דאס בעסטע פון בעלז, און זיי געהייסען איבערבעטען בשמו דעם סאטמאר רב, בעל הויואל משה זצ"ל, אויף דעם וואס פאר 30 יאר צוריק האט זיך דער ב"ר אויסגעדרוקט אין א נישט-שיינעם אופן אויפ'ן סאטמאר רב. דאס איז דער לעצטער טריט וואס איז נאך פארבליבען אויף צו מאכען שלום מיט זיין שוואגער, דער סאטמאר רבי פון קר"י, ר' אהרן טייטלבוים, און אזוי מיט חסידי סאטמאר בכלל.  דאס אז אין סאטמאר איז פארהאן נאך א גרופע וואס איז נישט אונטערטעניג צום רבי'ן ר' אהרן, דאס איז א פראגע וואס קיינער האט נאך נישט דער ענטפער דערצו... "כל הכבוד צו דער סאטמאר רב", שרייט מען, "אזא איש השלום!" דער גרעסטער רבי אויף דער וועלט. אנדערע גיבען גאר קרעדיט צו דער בעלזער רב און זאגען אז טאמער איז ער ביז היינט נישט דער מערסטע מוצלח'דיגע רבי איז ער יעצט אוודאי! נישט נאר האט ער פסיכעלאגען אין זיינע חדרים און ישיבות, ער מאכט שלום אויך! העפי דעיז אר היער אגען. איז נישט נאר דאס; די סאטמורים זעהען אויס בעסער און בעסער פון טאג צו טאג, זיי ווארפען אראפ פון זיך דער אלטער לעיבעל פון שלעכטע מענטשען און זענען יעצט אנשי שלום. מ' רופט ר' מיכל זעלבער צו כ"א כסלו פארדיס און מ' פארט אין חב"ד אין פאלם ספרינגס. והאמת והשלום אהבו. נישט אז מ'אפרישיעט נישט די אלע גוטע זאכען וואס מ'טוט.






















א טראפ'קעלע דרך ארץ פאר'ן בעלזער רב ווייזען זיי נישט ארויס דא מיט'ן צעטל


וויל אייך דעמאלט זאגען אז דעם ציג קען מען נישט פארקויפען קיין הייסע לאקשען, ער עסט דאס נישט. ווער איז ער צו מאכען שלום בכלל? ווער דארף דען דיין שלום? וועם איז אנגעגאנגען די מחלוקת בכלל? ווער גלייבט דען אז דער שלום איז לש"ש? וואס וועט זיין פונעם שלום? נישט אז איך וויל ווייטער אנפירען מיט מחלוקת, ח"ו, נאר איך פארשטיי נישט די גרויסע שמחה בכלל! וואס איז ס"ה דא געשעהן? דער וואס האט לדעתם פוגע געווען אין סאטמאר רב'ס כבוד איז נישט געפארען צום ציון, ער האט געשיקט שלוחים. וואס איז מיט'ן "מצוה בו יותר מבשלוחו?" קען מען דען יוצא זיין דער חיוב אזוי? נאכאמאל, דאס מיינט נישט צו זאגען אז ער האט א חיוב פיוס בכלל.פארוואס זאל איינער וועלכע מ'האט פארשעמט פאר 30 יאר אין די גאסען - כפשוטו - דארפען איבערבעטן דער וואס זיינע מענטשען האבען עס געטוהן? צו דער וואס איז מכריז פאר' די וועלט אז ער איז דער ממלא מקום? איז שטיי און שטוין! וואו איז די שכל פונעם המון עם? וואו איז דער עם חכם ונבון אין די פרשה? פארוואס זעהט מען נישט דאס וואס איז קלאר ווי דער טאג?






















{די קו"ק קעגן בעלזא}

























און וואס איז מיט'ן צד שני אין סאטמאר? זיי דארף מען נישט איבערבעטן? זיי זענען זיך אינגאנצען מתעלם פונעם מחילה בעטען און פירען יעצט אהן ווייטער די מלחמה. דער רשע און עוכר ישראל מנשה פולאפ האט די וואך געפרעדיגט אין א העצע רעדע קעגן בעלז איבער 9 מינוט און האט זיי גערופען "מסיתים ומדיחים" און "משכילים" און נאך ארגער. זעהט אויס אז זיי נעמען נישט אהן די מחילה. איז וואס טויג אונז אזא שלום?אז איר גלייבט נישט און האט 9 מינוט צו מבטל זיין הערט אויס ווי פולאפ איז פוער פיו ווי דער נידערטרעכטיגע יונג וואס ער איז. דאס איז סאטמאר! דאס איז וואס מיר האבען געהערט אלע יארען וועגן סיי וועלכע קרייז וואס איז נישט געפעלען פאר סאטמאר. טאמער זענען די בריונים מוחל אויף דעם וואס די בעלזער האט זיך און זיין דרך און זיינע פעטערס און זיידעס פארטיידיגט וועט מען קענען גלייבן אז מ'זוכט צו מאכען שלום. ביז דאן איז עס גארנישט מיט ווידער נישט. וואס מ'זעהט היינט בראשית ר' אהרן פון קרית יואל איז לדעתי נישט סאטמאר. ס'איז א פארוואסערטע  נאכמאכונג וועלכע האט פארלוירען דעם מהות און איז נאר דומה צום ארגינעלן. סאטמאר
אהן קנאות און שעלטעריי איז קיין סאטמאר נישט! אזוי זאגט די ציג! וועם עס געפעלט נישט קען זיל טרעפן א נייע ציג.


















ווען איך וואלט געווען א בעלזער חסיד וואלט איך זיך געשעמט מיט דעם גאנצען צערעמאניע וואס איז דא פארגעגאנגען. מיין רבי האט דעמאלסט ס"ה זיך אנגענומען פאר זיינע הייליגען פעטער זצוק"ל, וועמענס מאנען די סאטמורים האבען אין יענע צייטען שוין 30 יאר געשלעפט אין די מאראסט. ער האט אים נישט פורס בשם געוועהן. ער האט נישט אנגעשמירט קיינע גאסען מיט מיאוס'ע גראפיטי כמנהג סאטמאר. ער האט סה"כ געזאגט א ווארט צוויי וועגן שטאפ-גענז. שוין. איך אליין וואלט עס נישט געזאגט. זייט ווען איז דער סאטמארער קהילה און עדה החרדית דער יורש פון רבינו החת"ם סופר איז מ'דארף זיי איבערבעטן ווען מ'טשעפעט זיך מיט'ן חת"ס?  דער בעלזער אליין איז דאך א האלבער אונגארישער מצד אמו תליט"א. טאמער וויל ער און טאמער שפירט ער זיך נייטיג, קען ער פארען קיין פרעשבורג און דארט איבערבעטען.ער איז פונקט אזא בר דעה אויף אונגארישקייט און חת"ם סופר'קייט ווי די אנשי סאטמאר. די סיגעטער קינדער זענען קיינמאל נישט געפארען לערנען אין פרעשבורג, זיי איז גוט געווען אהן די חת"ם סופר ותלמידין אויך, טא וואס ווערן זיי אזוי צוקראצט פון די פאר ווערטער וואס דער ב"ר האט ארויסגעלאזט פון מויל?


*************** allowfullscreen="" frameborder="0" height="315" src="http://www.youtube.com/embed/pwjkGYVjbxs" width="420"><*

מנשה פולאפ אין לאנדאן לעצטנס פרעדיגט קעגן בעלזא

Sorry for using a Holocaust analogy, but it's like Paris 1940, when AH dragged out the same railroad car that the Germans were forced to sign the Treaty of Versailles, and forced the French to sign their surrender there. That's what the "Bakoshas Mechilleh" ceremony here looked like. The only way to make this worse was if the Satmar Rebbehimself was there to "accept the apology." Thank G-d they didn't do that. If I was aBelzer Chossid I'd be terribly embarrassed and ashamed. No matter what I thought of my Rebbe and no matter how much I love Belz and stand up for its honor. What he did back in 1982 was to defend his uncle's honor. In no way was he beholden to the Eida HaChareidis, just like his uncle decided to deny the kanoyim when they requested/demanded that he wear the Jerusalem garb. He could have his own Beis Dinand Kashrus system if he so pleases. Now he embarrassed his holy uncle all for his own silly ego, and to please their wives, probably. His and Teitelbaum's. Such an inferiority complex he has? The Satmar Rebbe himself couldn't understand why hisshvogger wants so much to meet with him and to make peace. I fail to see what the reason for celebration is here.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > מיינע 2 סענטס איבער די באזוך אין קרית יואל פון רבני בעלזא
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext