בית פורומים כל העולם כולו

די בעלזא פיוס מיט א ניכטערן בליק

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-19/1/2012 00:43 לינק ישיר 
די בעלזא פיוס מיט א ניכטערן בליק

צווישן חסידישע אידן איז יעצט הימל און ערד בעלזא – סאטמאר....

יעדער דרייט זיך מיט א צומישטן קאפ, און די מחשבות פליען אן א קאנטראל, רוב דערפון ווערן געטריבן פון הרגישים, נגיעות, אדער ווייטאג'ן, און ווי מ'קוקט און ווי מ'דרייט זיך שרייט ארויס אז ס'פאדערט זיך א קאלטן הסבר, און זיך אראפ זעצן מיט ישוב הדעת, מיט א גראדע מחשבה, אראפ צו געבן וואס און ווען די איצטיגע פיוס באדייט, און וואס דאס מיינט פאר אונז סאטמערע חסידים,

דאס איז פארשטענדליך אז סאטמאר האט געהאט אין די לעצטע 30 יאר א פראבלעם מיט בעלזא, מכח 3 סיבות,

1) די חלק הציונות שבו, 2) דאס רעדן אויף רביה"ק זי"ע ביי די שטייעדיגע תורה, 3) די מערכה קעגן די עדה החרדית, ווי בעלזא האט געפנט א אייגענע שחיטה (אונטער די מועצה דתית) קעגן די עדה.

נאכדעם הייבט זיך אן א רייע מיט קשיות וואס ווערט געפרעגט מצד זאלונים וואס שליגען שווער אראפ די לעצטע געשעניש, ס'הערט זיך א טענה, זאל ער אליין קומען איבער בעטן, זאל ער רעדן א דרשה, זאל ער צושפארן זיין שחיטה, זאל ער איבער בעטן דעם מנחת יצחק וואס האט אויך גע'אסר'ט ב"י מוסדות אין ק"י וכו' וכו'.

לאמיר איבער גיין די השתשלות הענינים און אזוי קומען צו א קלארן בילד, און אפשר כאפן א בליק וויאזוי קוקט דאס אן א נארמאלע מח וואס דרייט זיך ביי די אונז סאטמארע חסידים, און וויאזוי קוקט עס אן א קרומע קאפ וואס איז היינט א זלמנוי,

השתלשלות ענינים

האדמו"ר מבעלזא אין די ל' יארן געוועהן א פרישע שטערן בעולם החסידות, יעדער געדענקט ווען ער האט געוויילט אין ווילאמסבורג בשנת תשל"ב ווי זקני רבנים ובתוכם פאפא רב זצ"ל צעלימער רב זצ"ל האבן פארשפארט די בתי מדרשים און מיטן גאנצן ציבור געגאנגען קיין בעלזא, (דעמאטס קינגס טערעס) דרך אגב יענעם שבת צופרי איז ער געקומען אויף קידוש צום שוואגער רבינו שליט"א אויך היוז סט., אויך איז ער אראפ געפארן ספעציעל קיין מיאמי לקבל פני קדשו של מרן רביה"ק זי"ע, ער איז געוועהן דער איינציגסטע רבי וואס האט באקומען אין די נישט געזונטע יארן א אפציעלע באזוך צוריק דורך דער מרן רבינו הברך משה זצ"ל מיט ר' יאסל אשכנזי ע"ה, אלע חסידישע ערליכע אידן האבן געלייגט האפענונג אויף דעם אז ער זאל מרומם זיין בית בעלזא לשם ולתהלה, אויך מוז ארויס געברענגט ווערן אז כ"א אב יומדה"ל פון מהר"א מבעלזא איז דער מנחת יצחק געגאנגען יאר יערליך צו יארצייט טיש קיין בעלזא.

אין די סוף ל' יארן ווען בעגין איז געווארן ראש ממשלה, און די מדינה האט געפענט די קאסע צו שטיצן מוסדות, האט אויך בעלזא אנגעהויבן נעמען די גרעסערע געלטער, דער ברך משה זצ"ל איז געוועהן אין א"י תשל"ח און פראבירט צו רעדן מיטן אים בנוגע דעם ענין, אבער לפי עדותו האט ער מזלזל געועהן אין דעם גאנצן ענין, און אזוי ווי דאס ענין פון נעמען געלט איז אגענומען געווארן פאר זייער א ערנסטע ענין און א חומר הדבר, ווי עס איז שטארק ארויס געברענגט געווארן אין די תקופה פון מייסד זיין קרן הצלה, האט דאס בי"ד הגדול שבירושלים ובראשם בעל מנחת יצחק זצ"ל ארויס געגעבן א שארפן פסק אז מ'זאל נישט האלטן קיין קינדער אין די דאזיגע מוסודות "להוציא הילדים משם",

בעלזא האט דאס נישט געקענט פארטראגן ווייל זיי האבן זיך געהאלטן העכער און שענער פון יעדן איינעם און דער "להוציא הילידים" פסק איז געוועהן פאר זיי א פערזענדליכע פאטש, האט זיך אנגעהויבן א רייבעריי צווישן זיי אין די עדה החרדית, און איינס האט געשלעפט דאס אנדערע, ביז בעלזא האט מייסד געוועהן א אייגענע בי"ד, מיט א אייגענע שחיטה, מיט א אייגענע כשרות ארגענעזאציע, דאס איז געוועהן אין די צייט פון נאכן הסתלקות פון רביה"ק זי"ע וואס דאן האבן זיי געשפירט אז מ'קען זיך הייבן דעם קאפ און מאכן שבת פאר זיך.

ביום ו' שבט תש"מ אנהייב די הנהגה פון מרן הברך משה זצ"ל האט ער ביים יארצייט סעודה פון זיין טאטן מרן העצי חיים זי"ע, ארויס געקומען זייער שארף און ער האט דאס מדמה געוועהן צו די אמאליגע אטארדאקסישע קאנצעליי וואס ווערט ס'האט זיך אפגעריסן פון דעם איז פארעכנט געווארן ווי שטאטעסקווא, עס מוז אויך ארויסגעברענגט ווערן אז בעצם אין ירושלים זענען פארהאן מערערע בתי דינים לדיני ממונות, און אנדערע כשרות ארגענעזאציעס, ווי למשל רב לאנדא'ס פראדוקטן אדער חוג חת"ס נאר דער עיקר און דער יסוד פון די שארפע אויסטריט פונעם ברך זצ"ל'ס דרשה איז געוועהן צוליב די אייגענע שחיטה.

נאך די דרשה האט זיך די מחלוקה נאך מער פארשארפט און ס'איז געגאנגען לכאן ולכאן, עס האט זיך געצויגן נאך אנדערהאלבן יאר און מוצאי שמח"ת תשמ"ב איז ער ארויס געקומען מיט די באקאנטע "שטייעדיגע תורה" ווי ער האט באופן נורא ומבהיל מטיח דברים געוועהן כלפי דעם דרך פון התבדלות וואס מיר האבן מקובל פון רבותינו הק' תלמידי חת"ס, און בעיקר קעגן רביה"ק זי"ע, (ביי די דרשה איז נישט דערמאנט געווארן דעם יעצטיגן רבי'ן דער ברך משה זצ"ל).

אויף דעם ארויף האט זיך די פייער צופלאקערט און די באקאנטע קול קורא איז ארויס לאור עולם "אל תגעי במשיחי" וואס אויף דעם האבן אונטער געשריבן אדמורי"ם רבנים וצדיקים וואס פלעגן זיך געווענדליך מונע זיין פון אונטער שרייבן אזעלכע קול קורא'ס אבער דא צוליב דעם חומר הענין האבן זיי געגעבן זייער חתימה.

פון דאן אן במשך די אלע יארן איז בעלזא געוועהן א חסידות וואס איז געזעסן אין א ווינקל און נישט אנגעקערט מיט די קנאי'שע וועלט, די לעצטע פאר יאר בשנותיו האחרונים פון מרן הברך משה זצ"ל האט אנגעהויבן צו קומען שליחות'ער פון בעלזא צו רבינו שליט"א מיט א טענה פון למה נגרע, וואס זענען מיר אנדערשט פון גור, וויזניץ, מאחנובקה - בעלזא, סקווירא, סערעט – וויזניץ, ערלוי, ביאן ועוד ועוד, וואס די אלע גייען צו די בחירות, אדער נעמען געלט פון די מדינה, און האבן א אנדערע מיינונג בנוגע ציונית ווי סאטמאר, וואס מ'האט מיט זיי שייכות און מ'לעבט בשלום, און מ'קען זיך אפי' טרעפן און געבן פריסת שלום.

אויף דעם האט אייביג רבינו שליט"א געגעבן די אנטווארט אז דאס ענין האט נישט מיט מיר דאס האט מיטן טאטן, הפה שאסור הוא הפה שהתיר, און אזוי ווי דער טאטע האט געפירט די מערכה דארף די פארקערטע טייל אויך קומען דירעקט פונעם טאטן, ווען מרן הברך משה איז נסתלק געווארן און רבינו שליט"א איז געזעסן אבלות האט האדמו"ר מבעלזא גערופן מנחם אבל זיין, און דערנאך האט זיך אנגעהויבן א קייט פון משלחת'ן צו ארבעטן אויף א שלום פלאן, ובתוך פון די מושלחת'ן איז געוועהן אב"ד פאפא – בעלזא מאנטריאל זצ"ל, ווי אויך הנגידים ר' חיים לאקס ע"ה ויבל"ח ר' חיים יושע באב"ד מטארטיקאוו, ועוד ועוד.

יעדעס מאל ווען סיי וועלכע מושלחת איז געקומען און פראבירט צו רעדן איבער שלום בפרט מיט די טענה אז דער רבינו שליט"א איז זיין שוואגער, האט דער רבי יעדעס מאל געזאגט אונז זעמיר אידן שומרי תורה ומצות און מיר האבן א שו"ע און נאר דאס איז אונז מחייב, אין שו"ע שטייט וויאזוי מ'דארף מפייס זיין א שוכן עפר, (קומען אויפן ציון אדער שיקן א שלוח).

ווי פארשטענדליך איז דאס פאר בעלזא געוועהן זייער א שווערע תנאי אראפ צו שלינגען און זיי האבן פראבירט בכל מיני אופנים אויסצוקרויזן דעם תנאי און טרעפן א צווייטן וועג פאר שלום, ווי למשל שיקן די דיינים מיט בגדי שבת צו די חתונה פון רבי'נס יונגסטע טאכטער, שיקן משלוח מנות ביום הפורים, נעמען אויסשליסליך פלייש פון שחיטה המודרת פון ק"י ועוד ועוד, רבינו שליט"א האט זיך געהאלטן ביי זיין'ס ביז ווילאנג מ'טוט נישט וואס שטייט אין שו"ע קען מען נישט גיין ווייטער, דאס האט אנגעהאלטן א ערך פון קנאפע פינף יאר.

די וואך מאנטאג פ' וארא האט אנגערופן דער גבאי ונאמן ביתו פון האדמו"ר מ'בעלזא שליט"א ר' שמעון וואלף קליין הי"ו אז ער איז גרייט דאס אויסצופירן בשלימות ובשליחות פון זיין רב, און דאס זאל זיין אן קיין עגמ"נ, רבינו שליט"א האט באפוילן די חברה קדישא ר' אברהם יושע וו"ב – משמש מיט ר' יוסף ווייס זאלן שטיין על המשמר אז אלעס זאל אדורך גיין בשלום.

ווי מ'זעהט אויף די בילדער איז דער פיוס געוועהן מיטן העכסטן מאס דרך ארץ און הכנעה, דארט זענען געוועהן די חשוב'סטע דיינים פון ק"ק בעלזא, און כמה אנשים חשובים, קודם ביים ציון פון רביה"ק בעל דבר"י זי"ע און דערנאך ביים ציון פון מרן הברך משה זי"ע, דאס איז באמת א שריט וואס דארף אויסגעלויבט ווערן ווען אידן פירן זיך עפ"י תורה ועפ"י שו"ע, עס מוז ארויס געברענגט ווערן לשבחם אז אזא שריט איז נאכנישט געטון געווארן אין חסידישע היסטאריע עכ"פ זייט די וועלט מלחמה זיכער נישט, אז מ'האט זיך אזוי אראפ געבויגן דעם קאפ און געוויזן די שטעקסטע מאס התבטלות. (מי יתן הי' אז אין סאטמאר זאל מען זיך אויך פירן עפ"י שו"ע און זיך שטעלן צו א די"ת).

די נייעס איז גלייך צושפרייט געווארן אין די גאנצע וועלט אין א פאזעטיווע בליק, און ביי יעדן רעכטדענקיגע מענטש האט מען אפלאדירט די שריט פון בעלזא, ספעציעל האט מען נאכגעהערט פון הגאון האדיר פוסק הדור בעל שבט הלוי שליט"א און פון כ"ק מרן אדמו"ר משפעווארסק שליט"א, ווי אויך פון הרה"ח ר' שלמה פאפנהיים יו"ר הנהלת העדה החרדית.

ר' שלמה האט מגלה סוד געוועהן די וואך, אז לפני פטירתו פון כ"ק הגרי"מ דושינסקי זצ"ל גאב"ד ירושלים האט ער אים גערופן פערזענדליך אין שפיטאל און איבער געזאגט ווי פאלגענד, "איך בין די לעצטע געבליבענע פון דעם ארגינעלן בי"ד וואס האט ארויס געגעבן דעם שארפן איסור קעגן בעלזא איך האב געהאפט אז איך אליין וועט נאך דערלעבן דאס אראפ צו נעמען, אבער אזוי ווי ליידער איך זעה אז ס'וועט נישט געטון ווערן אין מיין צייט, בעט איך אייך איר זאלט טון וואס נאר מעגליך אז מ'זאל מיט די בעלזא דורך קומען און דעם איסור אראפ נעמען".

דאס איז די טריקענע מעשה מיט די פאקטן אויף וואס קיינער איז זיך נישט מחולק, יעצט הייבט זיך אן א דעבאטע אויפן עתיד ווי ווייט דארף מען גיין, און עס קומען ארויף די דריי אויבן דערמאנטע פראגעס,

חלק הציונות שבו: די פאקט איז אז בעלזא איז נישט מער ציוני'סטיש ווי די אויבדערמאנטע חסידות'ער, צו בחירות, געלט נעמען, עברית, און אויב פארשטייט מען אז פאר סערעט וויזניץ קען מען מאכן א שבע ברכות אין שטוב, פארוואס זאל בעלזא זיין אנדערשט?, ובנוגע שטחים ושלימות הארץ איז גאר מאחנובקה בעלזא אסאך ווייטער פארקראכן ווי בעלזא גופא כידוע.

בזיון רביה"ק זי"ע: איז שוין קלאר ארויס געברענגט געווארן אז בעלזא האט זיך געפירט 100 פראצענט עפ"י שו"ע וואס דער שו"ע איז מחייב אין אזא פאל, און ארויס געקומען מיט די גרעסטע מאס הכנעה איבער געבעטן דעם רבי'ן זי"ע בשלימות, און מ'קען נישט צולייגן אייגענע הרגישים, זאל ער רעדן, זאל ער שרייבן, זאל ער אליין קומען, ווייל נישט דאס שטייט אין שו"ע.

עדה החרדית: ווי אויבן דערמאנט איז די פייער און דער איסור געוועהן בעיקר געצילט קעגן זייער זעלבסט שטענדיגע שחיטה, כהיום איז שוין איבער צוויי יאר נישט אין דינסט זייער שחיטה, בעלזא מיט אנדערע חסידישע קהילות האבן זיך צוזאמען געשטעלט א שיינע שחיטה נישט אין ירושלים, און ס'שטייט נישט אונטער די מועצה הדתית.

דער עתיד: סאטמאר איז נישט דער וואס קען אדער דארף אראפ נעמען די אלטע איסורים פון עדה החרדית, אדמור"י סאטמאר האבן זיך בעבר געטראפן מיט די אויבדערמאנטע מנהיגי העדה'ס רבי'ס מיט רבנים און ראשי ישיבות אפי' ווען ס'איז דא יסודות'דיגע דיפערענץ צווישן זיי בעניני ציונות אמונה ודיעות, און בעלזא איז נישט אנדערשט פון זיי אלע, עס איז צו האפן אז די איצטיגע הנהגה אינערהאלב די היינטיגע עדה החרדית וועט טון דאס זייעריגע שריט המוטל עליהם.

אט די פשוט'ע גראדע אנאליז איז דער נארמאלע בליק פון א א סאטמאר'ע חסיד,

יעצט לאמיר אויפהייבן די אויגן און איבער קוקן די הויכע פלויט צו צד השני, בני יואל, זאליס, אדער סתם בעלי ריב ומדון, וואס האבן א פראבלעם מיט די לעצטע געשעניש, זיי ווילן אזוי שטארק שרייען אבער זיי שטיקן זיך... זיי שפירן אז דא קומט א פרישע פליפ פלאפ, ווי למשל אלע זייערע מערכות ביז אהער.

א) פלייש און ווייץ, וואס שוין די לעצטע פאר יאר איז געשריבן געוואררן גאנצע מגילות און ביילאגעס די חומר הענין פון משנה זיין, און אויף דעם איז ערשינן א חי"ק כל המשנה ידו על התחתונה / חדש אסור מן התורה וכו' וכו וכו', די פלא איז נאר אז ווי מ'דרייט זיך דעם קאפ אויף צוריק זעהט מען אז די געפערליכע שיניום ווערן צוביסלעך איינגעפירט אין זייער אייגן מקום (זעלבסט פארשטענדליך פאר ביזנעס אינטערעסן), ביי די פלייש האט ר' יעקב יודא פאלאק מו"ץ איינגעפירט פרישע תיקונים וואס זענען שוין לאנג דא ביי אונז, בדיקות סכינים וכדומה, און ביי בדיקות פנים האט מען משנה געוועהן פון ר' עזריאל גליק'ס בת קול אז ס'מעג זיין איבער 20 סירכות, און מ'ניצט נאר וואס ווערט אנגערופן שחיטות ב"י מיט א שיינע צו נאמען קעלבער- גלאט.

ביי די ווייץ ניצט מען היי יאר לעת עתה "נישט" די לאנג איילענד ווייץ, ווייל איצט ווייסט שוין יעדער ווען מ'האט געשניטן און ווען ס'האט גערעגנט, ס'איז שוין ידוע לכל און ס'איז שוין אויס סוד, דאס מיינט אז די געפערליכע שינוים וואס מ'האט אויף דעם געקלאגט איכה זענען גאר געווארן עצם מעצמי.

ב) נאכן באזוך פון רבינו שליט"א אין נתני' ביי האדמו"ר קלויזנבורג – א"י צו זעהן די חפצים פונעם יט"ל און כת"י פונעם יש"מ, איז געוועהן א ויצעקו עד לב השמים כאילו אונז ווערן משומדים, און א קורצע תקופה שפעטער ווען מהרז"ל זיצט שבעה נאך די מאמע ע"ה האט ער געלאזט וויסן אז ס'קען קומען מנחם זיין אלע ביידע קלויזנבור'גע רבי'ס, וכל המרבה הרי זה משובח.....

ג) גיין אין קאורט אין אמעריקא (מיט אונזער היתר בי"ד) איז געוועהן עק וועלט, מוסרים, קשר בוגדים, משומדים, רבן דקרו, און א קרוצע תקופה דערנאך לויפט מען אריין אין ציוניסטישן בג"ץ, א זאך וואס איז נאך נישט געטון געווארן ביז היינט ביי קיין שום ערליכן איד אין א"י, אפי' די אגודה און ש"ס פארטיי, און דאהי אין אמעריקא איז מען אויך געגאנגען אין יעדן שטאט עקסטער אין קאורט, וומ"ס, ב"פ, ק"י, אן קיין היתר בי"ד.

ד) מאחנובקה האט מען א נאמען געגעבן בעלזא ביי זיין לעצטע באזוך אין פריש געדריקטע פיר קאלירטע בראשורן וואס האלב איז געוועהן געווידמענט פארן מאחנובקה רבי'ן אונטערן נאמען "בעלזא", און די צווייטע העלפט איז געוועהן מיוחד פאר די בילדער פונעם פריש געקויפטע צאנזע ס"ת פון ר' משה שמואל זופניק, וויבאלד קיין אנדערע אויסגאבע האט נישט געקענט שרייבן "בעלזא", כאטש וואס אין עניני ציונות איז מאנובקה גארנישט בעסער ווי בעלזא.

מיר רעדן שוין נישט פון סתם פליפ פלאפ, ווי נישט פארן אויף מיאמי מכח האיסור, און שפעטער יא פארן, אדער אויפנעמען פרעמדע רבנים, ווען איך טו עס בין איך א שייגעץ און ווען ער טוט עס איז עס א מצוה, סך הכל שפירט יעדער זאלי אז דער פליפ פלאפ מאשין ארבעט אויף כח, און ביי נעקסטן באזוך פון מהרז"ל קיין א"י קומט א באזוך קיין בעלזא... ווער ווייסט?...

דעריבער וויל ער נעבאך שרייען אויף מיר שייגעץ היתכן איך ארבעט אויף א שלום מיט בעלזא, אבער ער קען נישט ווייל ער ווייסט אין אונטער זיין באוואוסטזיין אז נעקסט קומט ער צו מאכן שלום....

איר ווייסט וואס נאך אים קוועטשט?.....

דער זאלי קוקט אויפן בילד ווי די בעלזא משלחת בעט איבער דעם רבי'ן ז"ל, און א רגע דערויף דרייט ער זיך אויס מיט די זעלבע הכנעה און בעט איבער מרן הברך משה זצ"ל, אייגנטליך וואס האט דער בעלזא חוטא געוועהן קעגן דעם ברך משה? סך הכל האט ער זיך אויפגעפירט צו אים פונקט ווי יעדער זאלי אין די פארלאפענע יארן ביז די הנהגת מהרז"ל האט ארויס געשפראצט.... אויב אזוי דארף גאנץ ראדני גיין מיט א מנין און גארטלעך מיט די דיינים ומשב"ק איבער בעטן דעם ברך משה.... הא?

און ער פראבירט דעריבער אוועק צו מאכן דעם פיוס, נע, ס'איז הייסט נישט איבער געבעטן, זאל ער רעדן, זאל ער שרייבן, רבי איד, דאס הייסט נישט קיין פיוס?... אפשר זאגט איר מיר ווען יאסל וואלדמאן האט מפייס געוועהן דעם פאטער פון מהרז"ל?.... פארן אנרופן די ארגסטע לשונות פאר מיליאנען גוים?

און ווען האט ר' ישעי' יעקב שטויבער ובניו מפייס געוועהן דעם ברך משה? און ווי? און וויאזוי?

ווען האט הגה"צ מאנטיווידעא רב זצ"ל מפייס געוועהן רביה"ק זי"ע פארן זאגן די ווערטער "געצל מדברת מתוך גרונו"?.... אדער פירן א מערכה קעגן רצון פון רביה"ק אז מ'דארף גיין צוזאמען מיט די ארבער?.... ווי און וויאזוי איז דער פיוס פארגעקומען???....

ווי איז דער פיוס פון ר' שמעון ווייס ע"ה וואס מהרז"ל האט געזאגט ביי זיין לוי' אז ער איז געוועהן א ידיד בלב ונפש פארן טאטן?

ווי איז דער פיוס פון שארמאש'ע רב שליט"א וואס איז לעצטנס געווארן דער מציל ומשיע וואס געט אונטער שריפטן אויף יעדע זאך וואס דער פארטיי / אברהם לויפער פארלאנגט?....

נעבאך כיון דאידחי אידחי, איין פליפ פלאפ ברענגט דאס צווייטע, און זיי קאלערן זיך איבער זייערע אייגענע פליפ פלאפ, ועוד ידם נטי', ממילא איז פארשטענדליך אז זיי שטיקן זיך אין דרייען זיך זייערע אייגענע ראלער קאסטער, און מיר להבדיל נארמאלע מענטשן האפן אז דער עושה שלום במרומיו הוא יעשה שלום עלינו, אמן.




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/1/2012 01:10 לינק ישיר 

דאס הייסט "גערעט צו דער זאך"!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/1/2012 01:13 לינק ישיר 

זייער ניכטער געשריבן ! ממש ווי אינדרויסנדיגער, אן קיין שום נגיעות....



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/1/2012 01:24 לינק ישיר 
פאמאגראנט ישר כח זייער א שיינע ארטיקל - אבער א קליין הערה פון מיר


העדה החרדית

לאמיר עס צונעמען אין דריי חלקים

חלק א' דער מנחת יצחק האט כידוע אונטער געחתמעט א שטר הסכם לשלום נאך שנת תש"מ נאר סאטמאר האט בשעתו נישט מסכים געווען ביז ער בעט איבער רביה"ק זי"ע א זאך וואס ער האט יעצט געטוען.
צוויי פון די גרעסטע חותמים פון די עדה החרדית בשעתו, הגאון ר' משה האלבערשטאם זצ"ל מיט הגאון ר' מאיר בראנסדופער זצ"ל חברי הבד"ץ האבן ביידע אסאך גטוען צו שלום מאכן מיט בעלזא
אזוי אז די חלק פון די עדה החרדית און דער גאב"ד בעל המנחת יצחק איז בכלל נישט קיין רעדע דא

חלק ב' דער זעלבער מנחת יצחק און דער זעלבער בית דין האט ארויס געגבען א איסור חמור אויף די קהילת הבני יואל, איז מה נשתנה קהילת בעלזא וואס ס'איז אסור מכוח בית דין הגדול שבירושלים מקהילת בני יואל וואס איז מותר, לויט די שיטה אז אין בית דין יכול לבטל דברי בית דין חבירו אלא אם כן גדול ממנו וכו' ווי איין עם הארץ האט געשריבן נעכטען, איז פארוואס די בית דין פון קיעפ סטריט אין וומ"ס קען מבטל זיין די פסק פון בית דין הגדול שבירושלים מיט'ן איסור אויף קהילת בני יואל.

חלק ג' דער ראש ישיבת פאר התורה הרב יצחק טוביה ווייס שליט"א פון ירושלים האט פארשטאנען אז ער מעג אריין גיין אין קרית יואל אין א ביהמ"ד וואס איז מיוסד געווארן צו צוברעכן דעם כח פון דעם מרא דאתרא שליט"א, ער האט פארשטאנען אז ער מעג עסן אין קרית יואל שחוטי חוץ פלייש וואס איז נישט מיט'ן הכשר פון דעם מרא דאתרא, ער האט זיך נישט אנגענומען ווען מחוצפים האבן פראבירט צו צוברעכן דעם כח פון דעם מרא דאתרא מיט סידור קידושין און נישט ארויס געקומען מיט א בריוו קעגען די מחוצפים, איז מה נשתנה ירושלים מקרית יואל?

דאס האב איך געשריבן בבחינת ודע מה שתשיב

יעצט צום עצם נקודה
קיינער רעדט נישט דא פון קיין שלום צווישן סאטמאר מיט בעלזא אז זיי גייען ווערן גוטע פריינד, ס"ה וואס די רעדע איז פון א באגעגניש פון כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א מיט'ן בעלזער רבי, פונקט ווי ער באגעגנט זיך מיט גער'ער רבי קלויזענבורגע'ר רבי וויזניץ'ער רבי וויזניץ מאנסי רבי ליובאוויטש'ער רבי סלונים'ער רבי וכו' וכו'
רבי'ס מיט וועם רבותינו הקדושים זי"ע האבן זיך געטראפן מערערע מאל, איז ווייטער מה נשתנו אלו מאלה?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/1/2012 02:46 לינק ישיר 

ווען די מחלוקה אין סאטמאר האט אויס געבראכן 12 יאר צוריק האט משה בן פראדל אנגעהויבן שלום צי מאכן מיט יעדן אין פרובירט אנצילייגן אלע מחלוקת'ער אויפן רבינו שליט"א כיודע.

ער האט שלום געמאכט מיט ווישניץ מאנסי אבער די ווישניצער רבי האט געזאגט אויס מען מאכט שלום איז עס מיט גאנץ סאטמאר נישט נאר מיט ר' זלמן לייב .

משה בן פראדל האט דעמאלס געארבעט פאר א שלום מיט בעלז, חיים יושע באב"ד האט דעמאלס געברענגט טעלעגראמען אהין אין צוריק בן פראדל האט דערמיט געוואלט דערלאנגען א שירעם ( כלשונו ) פארן רבי'ן אז זיין שוואגער מאכט נאר שלום מיט איין צד.
דער בעלזער רבי האט אים דעמאלס איין געמאלדן אויב שלום איז עס מיט גאנץ סאטמאר, נישט מיט איין האלב ער איז נישט גרייט צי זיין בן פראדל'ס פורים רב.
בן פראדל האט געזעהן אז דער בעלזער רבי מיינט עס אמת'דיג האט ער זיך אפגעלאזט דערפין.

נישט אומזיסט איז משה בן פראדל ציפארן די טעג אז מען האט אים ניטאמאל איינגעמאלדן פין פאראויס ער איז געוואיר געווארן דערפין פין א טעקס מעסיזש.

א וועלט דרייט זיך.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/1/2012 03:26 לינק ישיר 

[quote]עדה החרדית: ווי אויבן דערמאנט איז די פייער און דער איסור געוועהן בעיקר געצילט קעגן זייער זעלבסט שטענדיגע שחיטה, כהיום איז שוין איבער צוויי יאר נישט אין דינסט זייער שחיטה, בעלזא מיט אנדערע חסידישע קהילות האבן זיך צוזאמען געשטעלט א שיינע שחיטה נישט אין ירושלים, און ס'שטייט נישט אונטער די מועצה הדתית. [/quote]

די גאנצע ארטיקל דא איז קולע אל השער א נחת צו לייענען. איך האב נאר א שאלה אויף די עדה החרדית שטאנדפונקט. איך מיין נישט מתווכח צו זיין, איך מיין צו פרעגן.
איז נישט די מלחמה פון עדה החרדית אקעגן די שחיטה געוועהן איבער וואס אלע חרדישע קהלות קדושות אין ירושלים האבן געהערט צו איין רבנישע קערפערשאפט (ווי באקאנט האט אפי' די בית ישראל געצאלט דמי חברות) און אויסער די עכט ציוניסטישע וואס האבן געהערט צו רבנות, האבן כל שלומי אמוני ישראל גענומען "נאר" פון די שחיטה פון די אריגינעלע עדה החרדית וואס איז געגרונדעט געווארן דורך רבותינו הקודמים מרא דארעא דישראל, אויך די וואס האבן נישט געשטומט אינגאנצן מיט די שיטה בשאר ענינים. עס איז ביז דאן געוועהן גערעכנט צווישן ירושלימער יודן אנדערע שחיטות ווי שחיטה חוץ. נו! אויב אזוי וואס טוט אויף דאס אז מ'נעמט פון שחיטות פון דערויסן אפי' אויב ס'נישט אונטער מועצה הדתית, טאמער דער השגה פון ברעכן די ענין פון נאר נעמען עדה החרדית שחיטה אין ירושלים האט ער געבראכן מיט 30 יאר צוריק?

תוקן על ידי האורח ב- 19/01/2012 03:26:50




תוקן על ידי האורח ב- 19/01/2012 03:28:16




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/1/2012 03:32 לינק ישיר 

פאמאגראנט כתב:

אין די סוף ל' יארן ווען בעגין איז געווארן ראש ממשלה, און די מדינה האט געפענט די קאסע צו שטיצן מוסדות, האט אויך בעלזא אנגעהויבן נעמען די גרעסערע געלטער, דער ברך משה זצ"ל איז געוועהן אין א"י תשל"ח און פראבירט צו רעדן מיטן אים בנוגע דעם ענין, אבער לפי עדותו האט ער מזלזל געועהן אין דעם גאנצן ענין,



איך וויל צולייגן, אז מ'דארף געדענקן אז הרה"ק מהר"א מבעלזא האט דאס קיינמאל נישט מתיר געוועהן, דאס איז גאר א באזונדערע מערכה פון הליכה לבחירות




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/1/2012 03:41 לינק ישיר 

הולך_לבגץ כתב:

חלק א' דער מנחת יצחק האט כידוע אונטער געחתמעט א שטר הסכם לשלום נאך שנת תש"מ נאר סאטמאר האט בשעתו נישט מסכים געווען ביז ער בעט איבער רביה"ק זי"ע א זאך וואס ער האט יעצט געטוען.
צוויי פון די גרעסטע חותמים פון די עדה החרדית בשעתו, הגאון ר' משה האלבערשטאם זצ"ל מיט הגאון ר' מאיר בראנסדופער זצ"ל חברי הבד"ץ האבן ביידע אסאך גטוען צו שלום מאכן מיט בעלזא
אזוי אז די חלק פון די עדה החרדית און דער גאב"ד בעל המנחת יצחק איז בכלל נישט קיין רעדע דא

גראדע איינמאל די שלום פון הגאון בעל מנחת יצחק איז צורינען, האט ער נעבעך אנגעהויבן ליידן אומגעהויערע רדיפות וואס איז געוועהן ברייט באקאנט אז די יונגאטשן זענען געקומען מיט די אפענע גוטהייסונג פון די הויכע פענצטערס אין בעלזא וד"ל.
וממילא זעה איך יא א שטיקל טענה אין דעם איין פוינט אז די מנחת יצחק קומט אויך מפייס צו זיין מיט מנין.
אבער די איבריגע חלק פון ארטיקל זאג איך נאכאמאל איז גאר גוט מיט שטארקע פונקטן. ס'איז טאקע א ווייטאג אז פונקט אין בעלזא וואס רבותיהם הקדושים זענען געוועהן די גרעסטע לוחמי מלחמות ה' פונקט דארט האט מען "געטוישט" די שיטה און אנגעהויבן זיין לייכטזיניג. דאס איז אנדערש ווי גור און ביאן וכו', און מיר פון אונזער זייט וועל מיר ווייטער דערמאנען דעם עולם צו חזר'ען דאס אז אפי' זיי גייען מיטן חסידישען טראגע פון דעסט וועגן איז דאס נישט לפי וואס מיר האבן מקבל געוועהן. און זיי זענען פארכאפט. פונדעסטוועגן, איז דא דער האקעלען דיפערענץ פון זיך האלטן בשלום און דאך זיין אפגעטיילט אין שיטה מיט ווייטאג, ווי צו לעבן אינגאנצן נישט בשלום.  און דאס איז וואס מ'פרובירט צו אקאמפלישען.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/1/2012 17:37 לינק ישיר 
ראיות צו מיין ודע מה שתשיב ארטיקל


ראיה אויף חלק א'








http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=36996



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/1/2012 17:42 לינק ישיר 
א ראיה אויף חלק ב'




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/1/2012 17:48 לינק ישיר 

רבותי, עס קומט קרעדיט פארן בעלזער
עס קומט אבער אויך קרעדיט פאר משה פריעדמאן
איך בין געווען זיכער אז דער איד גייט  אראפרייסן דעם שלום אז נאר, נישט אז ס'באדערט מיר וואס זיי זאגן, אבער ס'וואלט געווען זייער א שמוציג פנים פאר סאטמאר, יענער בעט דיך איבער און דו שפייסט אים צוריק (כ'מיין למעשה דער גאנצע פיוס איז נאך דערווייל נישט אפיציעל אינדעטפיצירט מיט רבינו שליט"א, ער איז ס"ה געגאנגען צום ציון הקדוש)
יעצט זע איך דער איד האט געשריבן בערך די זעלבע לשון וואס איז געשטאנען אין בחצרות, וואס דאס מיינט אין אנדערע ווערטער, ביסט מער נישט אין חרם, אבער האסט נאך א לאנגן וועג צוריק צו קומען כדרך אבותיו, אבער עכ"פ נישט אפגעלאכט פונעם פיוס

כה לחי



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/1/2012 18:02 לינק ישיר 

ס'איז אינטרעסאנט צו נאכפאלגן אויב די שרייבער'ס דא מצד מהרי"י וועלן יעצט אויך טוישן זייער שטעלונג.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/1/2012 18:08 לינק ישיר 
א ראיה צום חלק ג'

• לראשונה בהיסטוריה ישמש גאב"ד 'העדה החרדית' הגרי"ט וייס כראש ישיבה בישיבת 'פאר התורה' שנפתחה לפני כחודש בשכונת רמות בירושלים על ידי מוסדות 'תפארת ירושלים'. כמשגיח בישיבה יכהן הגאון רבי עקיבא וואזנר - מו"ץ ב'עדה' ונכדו של בעל ה'שבט הלוי'.

http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=31552

יעדער דארף פארשטיין אז אויב איז רבינו שליט"א נישט מרא דאתרא פון קרית יואל
איז ר' יצחק טוביה ווייס נישט גאב"ד ירושלים נאר ר"י פאר התורה

דער רבי שליט"א האט אסאך מער פראצענט אין קרית יואל
ווי ער האט אין ירושלים בכלל און אפילו אין מאה שערים געגנט בפרט

אויב האט ער נישט געזען פאר וויכטיג צו מוחה זיין אויפן כבוד פון מרא דאתרא פון קרית יואל
זע איך נישט פאר וויכטיג פארוואס עם צו באטיטלען גאב"ד ירושלים און נישט ר"י פאר התורה



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/1/2012 18:32 לינק ישיר 
in zaly shulls




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/1/2012 18:59 לינק ישיר 









דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/1/2012 19:55 לינק ישיר 
הולך לבג"ץ,

און איך וועל מוסיף זיין "אז דער דברי יואל" האט זיך אויך נישט געריפן "גאב"ד ירושלים" גיי קוק אויפן ציון און ליין דו מציבה עס שטייט דארט "אב"ד העדה החרדית" און נישט "אב"ד ירושלים"
"עדה החרדית" איז א פארטיי פונקט ווי "בעלזא" איז. און נישט אזוי ווי קרית יואל וואס האט א שטאטס רב.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > די בעלזא פיוס מיט א ניכטערן בליק
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext