בית פורומים כל העולם כולו

בירגער קריג ביי די זאלי'ס ???

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-19/1/2012 15:50 לינק ישיר 
בירגער קריג ביי די זאלי'ס ???

נאך אלע באשרייב'כצער פין א גאנצע וואך איבער דעם בעלזער פיוס שטעלט זיך ארויס אז דער  " דער איד " האט עס די שענסטע געדעקט אין שרייבט זייער שיין פין בעלז

איז ערווארטאט א בירגער קריג ביי די זאלי'ס

די רעכטע זאלי'ס ווי מנשה פילעף אין די בני יואל שעלטן שוין א גאנצע וואך אין זיי הענגען ארום צעטעליך אין אלע זאלי בתי מדרשים
אין דא קומט זייער אפיציעלר צייטנונג דער איד אין נעמט אן דעם פיוס אין אנדערע ווערטער דער איד שטעלט זיך צי רבי'ן שליט"א פארלאנג



תוקן על ידי בלומבערג ב- 19/01/2012 15:51:14




דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-19/1/2012 17:13 לינק ישיר 

דאס איז נישט קיין געוואלדיגע נייעס, וויבאלד משה פר"מ האט ווי באוויסט געטון וואס מעגליך אז ער זאל זיין דער וואס דעליווערט די שלום אפמאך צווישן סאטמאר אין בעלזא, אין צי זיין גרויס ווייטאג אין שאנדע איז עס געקומען דורך זיין גרעסטן שונא מרן רבינו שליט"א, אין וויבאלד דער איד איז דאך זיין (איינציגסטע) אייגנטום היינט ביי די זאליס, האט ער דארט אויסגעגעבן זיינע קרעמפן, אין בנוגע דער ברודער קריג, די זאליס זענען היינט א געהעריגע פארטיי (ממש ככל הגוים -עיין ערך נפתלי בלומענפעלד) אין וועלן לכאורה טוען וויאזוי די פארטיי פיהרער וועלן זאגן, אין די פאר העצערס וועט מען שטיל מאכן א שטייגער ווי פרשת בתי ווארשע



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/1/2012 18:53 לינק ישיר 
קרעדיט לאנצהוט

 

עס איז אביסל אינטערסאנט צו באטראכטן דעם צד מהרז"ל, וועלכע קען נישט אפמאכן וועלכע ליניע צו נעמען.

פון די פילע פראקציעס און שפאלטן דא איז דא א בני יואל, דא א שאפראן, דא א קאראד, דא א לייטנער, דא א ברסלב'ער, דא א פאפא'ער, דא א קאשויער, דא א מעסיגער, דא א געוועזענער און דא א צוגעקומענער האט אויסגעבראכן אן אינטערסאנטער שוי שפיל וואס איז כדאי מיטצוהאלטן:

אין ראדני הענגט היינט צעטלעך אין וועלכן דער "פיוס" ווערט אראפריסן!
ראדני קוקט אויס צו א אן "פארק" וואס מיר קענען זעהר גוט יעדער הענגט צעטלעך און איסורים איינס הארבער פון צווייטן.

איינער קלעפט און דערצווייטער רייסט און דער דריטער שמייסט:

פונעם צירקוס דארט קוקט אויס אז דער בעלעבאס דארט איז איינער וואס דער ערשטער אות פון זיין נאמען הייבט זיך אן מיט א סמך, און ענדיגט מיט א למד!

דאס איז פון היינט אין ראדני








דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/1/2012 19:03 לינק ישיר 
המשך

 

דער מצב אין ראדני.
יא פיוס אדער נישט פיוס?

פראטעסט גאר?





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/1/2012 19:11 לינק ישיר 

קוק דעם סוף פסוק פון די קול קורא, היות די מערכה קאסט שווערע געלטער וכו' וכו'

נישטא ווער זאל לאכן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/1/2012 19:11 לינק ישיר 

די ליניע פון צד מרז''ל  איז זייער גראד, וואס ער האט פוער פיו געווען אויף רביה''ק זי''ע האט ער געטון על פי השו''ע, אבער ס'נעמט נישט אוועק אויף דעם וואס ער האט אפגעלאכט פון תורת החת''ס ותלמידיו (וואס האבן מתיר געווען שטאפ גענז..) פון התבדלות מרשעים, און ער איז די פאן טרעגער פון התחברות לרשעים, פארדעם טאר מען ניט האבן קיין שייכות מיט די כת עד אשר ישובו מדרכם.
כנלע'ד 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/1/2012 19:29 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/1/2012 19:30 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/1/2012 19:30 לינק ישיר 

אוטספאוקן.

זייער גראד.

1) א דרשה אין ראדני דורך הרב הגאון הצדיק ר' מנשה פיליפ קעגן בעלזא מיטוואך נאכט, קודם  יא. נאכדעם ניין. נאכדעם קיין אראד.
דאס איז ערשטע גראדע סטעפ אויפן לייטער.

2) דער איד שרייבט אז בעלזא האט מקיים געווען דעם פסק אין שלחן ערוך ה' יום הכיפורים.
דאס איז צווייטע גראדע סטעפ אויפן לייטער.

3) דערנאך קומען היציגע קול קורא'ס קעגן בעלזא אין ראדני, איינס שארפער פון צווייטן.
דאס איז די דריטע גלייכע סטעפ. און די באן פארט ווייטער.

ווי האט נאר באב קערי געזאגט איבער איראק, איך בין געווען די מלחמה אין איראק איידער איך בין געווען דערפאר....

אבי ס'איז שלום !

ביטע נישט פארגעגסן: מיר זענען דעקעלעך !



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/1/2012 19:42 לינק ישיר 

איך האלט נישט ס'קומט א בירגער קריג אין לאמיר רעדן נארמאל

דער איד די וואך איז א שאק באלד אזוי גרויס ווי דער פיוס אליינס איך האב מיך עס נישט געגעלייבט
אין לאמיר טאקע אריין לערנען פשט אין משה פריעדמאן ווייל ער איז אנפרעדיקטעט

די וואך איז כולי עלמא מודה אז ס'איז געווען אן ערד ציטערניש
אז א רבי זאל נאך 32 יאר איבער בעטן דעם רבי'ן ז"ל

די וועלט האט עס אויף גענימען מיט שאק אין אנערקענט אז בעלזער רבי האט געטיען א שיינע אין געוואגטע שריט
בעלז האט עס אנפאנג אויף גענימען מיט ווייטאג אבער נאך דעם האבן זיי געזאגט אז מען האט עס געטיען למען השלום
אהרונים וואס זיי זענען געווען דער ארכיטעקט פין דעם פיוס האט עס אויף גענימען קאשעסלי אפטעמיסטיג
אין געזאגט קלאר אז די רעדט מען נישט פין קיין התחרבות מען רעדט אן אנערקענונג אזוי ווי גור אין ווישניץ
זאלונים זענען געווען אינגאנצען צימישט זיי האבן נישט געהאט קיין מעסיזש איין טייל האט געזאגט אז ער האט גוט געטיען א טייל האט געשריגן אז בלעז זענען שקצים ס'האט אויס געקוקט ווי דער טיטאניק אינטן איז געווען אין וואסער אין אויבן איז מען געטאנצען מנשה פילעף האט שוין געהאלטן נעכטן א דרשה אין אראד אין ראדני זו איז אנגעקלעבט מיט פאשקעווילן

יעצט איז משה פריעדמאן געגאנגען אריין געלייגט אן ארטיקל אין דער איד ווארט ביי ווארט פין בחצרות סאטמאר
 פארוואס ער האט עס געטיען קען זיין
ווייל ער וויל ווייזן אז ער איז רעלעוועניט אין אקטיוו ( וואס ער האט פיין געוויזן אז ער איז נאך א פלעיער )
אדער קען זיין ער האט געוואלט ציפיקסן מנשה פילעף מיט אלע עקסטרמיסטן ( וואס דעס וועט צייט זאגן ווער עס איז שטערקער ביי די זאלי'ס )
אדער האט ער זיך געוואלט לעקן צי בעלז
צי קען זיין ער האט געזעהן אז די גאס האט עס פאזטיוו אנגענימען האט זיך נישט געוואלט שפירן אויס גישפילט

ווי אזוי ס'זאל נאר זיין האט געטיען א געוואגטע שריט

מיין שאלה איז נאר צי ר' זלמן לייב האט געוואסט דערפין פין פאראויס אין משה האט זיך מיט אים דורך גערעדט  ?


תוקן על ידי יקרבו ב- 19/01/2012 19:45:05




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/1/2012 19:50 לינק ישיר 

לאנצוט כתב:
אוטספאוקן.

זייער גראד.

1) א דרשה אין ראדני דורך הרב הגאון הצדיק ר' מנשה פיליפ קעגן בעלזא מיטוואך נאכט, קודם  יא. נאכדעם ניין. נאכדעם קיין אראד.
דאס איז ערשטע גראדע סטעפ אויפן לייטער.
 ס'איז זייער נארמאל אז ווען איינער טוט א פאזיטיוו שריט מיטן איבערבעטען די רבין (נישט קיין חילוק אלץ וואסערע סיבה) זאל מען נישט אין סאטמאר יעצט האלטן אן אפציעלע דרשה אקעגן אים.

2) דער איד שרייבט אז בעלזא האט מקיים געווען דעם פסק אין שלחן ערוך ה' יום הכיפורים.
דאס איז צווייטע גראדע סטעפ אויפן לייטער.
יא, ווייל ער האט דאס געטון, אבער זיי ברענגען אויך ארויס אין די זעלבע ארטיקעל די צווייטע זייט פון מטבע.

3) דערנאך קומען היציגע קול קורא'ס קעגן בעלזא אין ראדני, איינס שארפער פון צווייטן.
דאס איז די דריטע גלייכע סטעפ. און די באן פארט ווייטער.
יא, ווייל ביי די צד רז''ל איז דא וואס ברענט זיי קנאות וואס רביה''ק האט אונז געלערענט


ווי האט נאר באב קערי געזאגט איבער איראק, איך בין געווען די מלחמה אין איראק איידער איך בין געווען דערפאר....

אבי ס'איז שלום !

ביטע נישט פארגעגסן: מיר זענען דעקעלעך !
פערענדליך האלט איך אז די (גוטע)שרייבערס דא זענען ווייט פון דעקלעך "יודעים את... ומתכון...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/1/2012 19:53 לינק ישיר 

די פאקטען זענען זייער טריקען

בעלזא איז  ביטער פארוויייטאגט, און קענען נאך נישט דערגיין פארוואס זייער רב, האט נאך 32 יאר איבערגעדרייט דעם דאטשיק,

ארונים האפן אויף פאזעטיווע אנטוויקלינגען, וואו למשל אז בעלזא זאל זיך איבערבעטן מיט די עידה אויך, און אויף הערן צו נעמען געלט פון די ממשלת הכופרים, אד''ג, אז דער כבוד ה' ותורותו הק' זאל פארגרעסערט ווערן, 

זאלונים פליען נאך אויף א ראלי קאסטער, אזוי קיקט אויס א פארטיי וואס א שטירק און מן הארץ שטייט בראש,

בן פראדל, ביי איז נישט קיין חילוק צו יא שלום, נישט שלום, נאר וואס עס געשענט זאל ער זיין פארמישט דעראין, מען זאל זען אז ער איז נאך אלס דער פילאט,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/1/2012 21:12 לינק ישיר 

בן פראדל בן פראדל בן פראדל

האסט גוט אויס געפראסקט די זאלי'ס די וואך די אהרונים דארפן דיר אריבער שיקן א קראנץ בלומען פאר בן פראדל

א נחת צי קוקן ווי די זאלי שעפסן לערנען אריין פשט אין דעם פראדל ווי אין א קצות החושן
זיי מוטשען זיך וואס ער האט געוואלט

חסדי השם אינז זעמיר פטור געווארן פין דעם קענסער אין ביי אינז מאכט דער רבי דיסשענס אין נישט קיין צייטנונג שרייבער

יעצט זעהט מען וואס אינז האמיר זיך אנגעליטן אלע יארן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/1/2012 21:16 לינק ישיר 

פרעגסט מיך,

"דער איד" איז דא ארויסגעקומען דער קלארע געווינער, און "דער בלאט" געזונטע לוזערס,

קוקט נאך אויס אז דער בלאט ווערט נאך אלס געפירט פון אומפראפסיאנעלע שרייבער

מיין השערה איז אז דער בלאט האט זיך אינגאנצן נישט גערישט פון דער איד'ס גאנצע פאזיטיווער באשרייבונגען, זיי זענען און גאנצן סורפרייזט און צימישט געווארן, זיי האבן זיך פארגעשטעלט אז אדער וועט דער איד עס אינגאנצן איגנארירן אדער אפחוזקן,

למעשה קומט דארנעשטאג, מ'ליינט דער איד, זעהט מען א קורצע ארענטליכער דיפלאמאטישע באריכט,
און דער בלאט ווי פחדנים, קלעבן אריין די בילדער און האבן נישט די אינטעליגענץ צו שרייבן קיין איין גוט ווארט פון אזא היסטראישע זאך, פארוואס? ווייל ווי געשמועסט האט זיי נישט עולה על הדעת געווען אז דער איד גייט שרייבן עפעס פאזיטיוו, ממילא קעגן דער איד וועלן זיי זיין די דשענטעלמענס, דערווייל זענען זיי ארויסגעקומען ווי בטלנים, פחדנים און געזונטע חוזק'ס,

איך מוז אויך ציגעבן, אז דער גאנצער רעיון וואס ביידע צדדים האלטן און איין איבערקייען,
אז אין הכי נמי בעלז האט מפייס געווען,
אבער!!!! אבער!!!! אבער!!
חלילה נישט פארגעסן אז זיי זענען ציונים!!!

פליז, קאט די קרעפ!!!

קיינער ווייסט דען נישט דאס?!!
העט דען איינעם עולה על הדעת זיין אז די שיטת ויואל משה זאל זיך טוישן ציליב א פיוס פון  א רבי,

וואס איז די שגעון פונקט יעצט דאס צו אריינרייבן און א מענטש ווען יענער שטרעקט ארויס א איילבירט צווייג און יעדער ווייסט אז זיין ציל איז נישט צו טוישן זיין שיטה בעניני קנאות, נאר בלויז צו זיין בשלום,
דו האלטסט טאקע אז אויב דו זאגסט נישט ממש שוין יעצט אונעם זעלבען סענטענס וועלן חלילה סאטמארע אידן זיך איינרעדן אז אגודה און התחברות לרשעים איז מותר געווארן?

און אפי' אויב דו האסט יא א שטיקל חשש, זאג א דרשה מארגן ביי א צווייטע געלעגנהייט, אבער וואס אזוי וויכטיג עס פונקט יעצט צו אריינמישן,

נאר דער תירוץ איז פשוט, ס'האט גארנישט צוטאן מיט בעלז, און גארנישט מיט קנאות,
ס'האט נאר מיט די דרעקישע ארוני זאלוני פאליטיק,
זייט די אהרוני זאלוני מחלוקה זענען ביידע צדדים און שרעקליכע פערעניוע אז דער צד שכנגד וועט זיי אנרופן ציונים, ממילא איז די גאנצע רעאקציע פון די בעלזא פיוס נאר געטריבן געווארן וויזוי מ'קען עפעס געינען פאליטיש קעגן דעם צד שכנגד, און היות מ'ציטערט דאך געפערליך אז מ'וועט זיי באשולדיגן אלס ציונים האט מען למען הפורים געמוזט שרייבען "אבער!! די בעלזא זענען ציונים!!"

דו"ק ותשכ"ח 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/1/2012 21:37 לינק ישיר 

סקאט טייערער.

געווענליך בין א גרויסער חסיד פון דיינע אנאליזן און עסייען. אבער דאסמאל בין איך אביסל צעמישט.

דער אשכול איז בכלל נישט קיין אנאליז איבער דעם באשרייבונג פון דער איד אדער דער בלאט.
מ'רעדט דא איבער דעם ריס צווישן דער איד און די מחאות פלאקאטן און פראטעסטן פון די פארשידענע שפלינטער גרופעס אינערהאלב צד מהרז"ל.

דער איד האט פיין געשריבן. מסכים.
דער בלאט איז א בעבי, פחדן, בטלן, יונגעלע, אויך מסכים.

אבער דאס האט נישט מיט קיין בירגער קריג.

ביטע קארעקט מיך אויב אין בין זיך טועה.

ידידך, לאנצוט.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/1/2012 21:39 לינק ישיר 

סקאטמאלען

שיין געשריבען, אבער דאס וואס דו שרייבסט

נאר דער תירוץ איז פשוט, ס'האט גארנישט צוטאן מיט בעלז, און גארנישט מיט קנאות,
ס'האט נאר מיט די דרעקישע ארוני זאלוני פאליטיק,
זייט די אהרוני זאלוני מחלוקה זענען ביידע צדדים און שרעקליכע פערעניוע אז דער צד שכנגד וועט זיי אנרופן ציונים, ממילא איז די גאנצע רעאקציע פון די בעלזא פיוס נאר געטריבן געווארן וויזוי מ'קען עפעס געינען פאליטיש קעגן דעם צד שכנגד, און היות מ'ציטערט דאך געפערליך אז מ'וועט זיי באשולדיגן אלס ציונים האט מען למען הפורים געמוזט שרייבען "אבער!! די בעלזא זענען ציונים!!"

ס'איז נישט אזוי, ווייל דאס איז פון די זאכען הצריכים חיזוק, אפילו  זאב ברענער און דער(שוטה)פרענקפוטער האבן פארשטאנען אז די שלום איז  נאר מיט מהר''א ווייל צד רז''ל זענען אנטי ציוני, ממילא אז צד רז''ל נעמען אן די פיוס פאזעטיוו, דארפען זיי שטארק ארויסברענגען די צוויטע זייט פון די מטבע.

דו"ק ותשכ"ח

 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > בירגער קריג ביי די זאלי'ס ???
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext