א ישר כח פארן ארויף לייגען דו כתב ביטול ההסכם – יעצט קען יעדער זעין ווער עס האט דאס מבטל געווען.
אויך דארף מען פארשטיין פארוואס זיי האבן עס מבטל געווען, און אויף דעם קען זיין 2 סיבות,
- אזוי ווי זיי שרייבן, אז בעלזא האט עובר געווען אויפן הסכם.
- אז סאטמאר האט געלייגט גרויס פרעשור אויף דו עדה און דו עדה האט מחוסר ברירה געמיזט מכטל זיין.
יעצט לאמיר מאכן א חשבון, דו הסכם איז געחתמ'ט געווארען כ' שבט (ה' יתרו). דו בריוו פון דו עדה אז זיי זענען מבטל דו הסכם איז כ"ו שבט (ד' משפטים), קענסטי אפשר מיר מסביר זיין וואס האט בעלזא געקענט אזוי שנעל טיען אז מזאל קענען זאגען אז זיי האבן עובר געווען? האבן זיי אפשר געגעבן נאך א הכשר פאר א געשעפט און ירושלים? אפשר אן געיאגט צו מאכן אן "עצרת" "פראטעסט" אן דו רשות פון דו עדה?
עס לייגט זיך מער אויפן שכל אז א הסכם ואס מען איז מבטל בלויז אפאהר טעג נאכן חתימת ההסכם, איז געווען צוליב דו פרעשער פון סאטמאר.
י