| נשלח ב-22/1/2012 02:33 |
|
| |
מלחמת הזאליס: סיין בי"ד שארפע בריוו קעגן משה פראדל
די זאליס האבן זיך דעם שבת ארום געדרייט צופליקט און צוהאקט, זיי קענען זיך נאך נישט צוזאם נעמען פון וואס דער בעלזער רבי האט געטאן, און נישטאמאהל זיי אנגעקאלט מודיע זיין אז עפעס טוט זיך, און דא איז געקומען משה פראדל און אריין געריקט פאר די זאליס, און געמאלדן אין דער איד איבער די מחילה בעטן, אלעס ווייל משה וויל זיין גוט מיט בעלזא צוליב אביסל אייז קרים... ווייל ער וויל אז קליינס אייז קרים זאל ארדוויטייזען אין דער איד, און צוליב אביסל אייז קרים האט ער אלע זאליס מיטן גאנצן סיין בי"ד אין דער ערד.
די זאליס האבן אנגעהויבען א ביטערע מלחמה קעגן דער איד און משה פראדל, אין לאנדאן האט שלום ציק אוועק געווארפען אלע איד'ן, און עס נישט געלאזט פארקויפען אין קעזענאוו ביהמ"ד, אין אוהל רחל - ירושלים האט דער יפוער חיים הערש געהייסען בארמיקא זאל קאלן דער מפיץ פון דער איד אז ער זאל נישט ברענגען דער איד, דער מפיץ האט עס יא געברענגט נאכדעם וואס משה פראדל האט אים געזאגט אז ער זאל עס יא טראגען און אנפייפען דעם יפוער, איז געגאנגען בארמיקא אין יצחק ווייס און צופליקט אלע אידן און עס נישט געלאזט פארקויפען.
משה האט עקלערט מלחמה! פרייטאג אינדערפרי האט ער געהייסען ר' זלמן לייב ארום קאלן אלע גבאים פון די בתי מדרשים אין ווילי, אז מען זאל אראפ נעמען אלע צעטלען וואס הענגען קעגן בעלזא.
זענען געגאנגען די זאליס און שנעל ארום געגאנגען נעמען חתימות פון די באוויסטע פאשקאווילען שרייבערס די סיין בי"ד קעגן דער איד און משה פראדל, זיי האבן אפגעשריבען א בריוו צו דער איד, ווי זיי רייסן שארף אראפ דער איד פארן דעקן בעלזא, און ווארענען בכל חומר אז מען זאל זיך נישט מקרב זיין צו בעלזא, ווייל בעלזא איז טמא אין זיי זענען כופרים, עס האבן אונטער געשריבן ר' שלמה לייב וויינבערגער, ר' זלמן לייב פילאפף, ר' משה מנחם טירנווער, ר' חיים דוד כ"ץ, ר' חיים הערשעלע פון ירושלים, ר' משה וואלף זארגער.
משה גבאי איז געוואור געווארען דערפון פרייטאג נאכמיטאג, ער איז אריבער געלאפען צום הויפט פאשקאווילען שרייבער ר' ישראל חיים מנשה און אים געווארענט מיטן הארבסטן אז ער זאל נישט אונטער שרייבען, ר' מנשה האט געכאפט די קדחת און ער האט נישט אונטער געשריבען, ליצים זאגן אז ר' מנשה האט מען געניצט צו דעליווערן דעם בריוו צו דער איד, ווייל ער איז עקספיריענס אין פאסט דעליווערי...
די זאליס זענען פארן זמן ארום געלאפען און אויפגעהאנגען די בריוו פונעם סיין בי"ד, אין ראדני איז שמשון יעקב מיט יודעלע וויינשטאק ארום געלאפען אראפ געריסען און צופליקט די בריוו פונעם סיין בי"ד, די זאליס זענען געווען גרייט דעראויף אין מיטן קבלת שבת האבן זיין ארום געלייגט קאפיס פונעם בריוו, פראדלס חברה זענען געלאפען און עס צוזאם נעמען, און צופליקט די בריוון.
שמשון יעקב האט געפערליך געברימט שבת, ער און משה פראדל האבן געשווארען נקמה בעיקר אין חיים הערש פון ירושלים פאר די חוצפה פון שרייבן בריש גלי א בריוו קעגן משה, איצט ביי שלש סעודות האט שמשון געשריגען דער בריוו האט געמאכט יעקב בער פאר רבי, דער פעפער אנגעפרעסענער חיים הערש וועט גארנישט באקומען, ער וועט קענען גיין קיין ביסטריץ, האט ער געשריגען.
תוקן על ידי פאפיטעס ב- 22/01/2012 02:41:27
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-22/1/2012 02:36 |
|
| |
|
|
|
|
| נשלח ב-22/1/2012 02:38 |
|
| |
טייערע יודען מען דארף איין זאך מתפלל זיין אויף אריכות ימים ושנים מיט א קלארן דעת די נייעס פין די בעלזע פיוס האט אויף גערידערט די וועלט אין די נייעס מיט די רעאקציעס לויפט שנעלער ווי ספיד אוו לייט
די וועלט האט עס זייער פאזעטיוו אויף גענימען אין ביי די זאלי האט מען זיך ארום געריסן ווי אזוי אויף צי נעמען די נייעס משה פריעדמאן בהסכמות מהרז"ל טייטלבוים האט אין דער איד פרובירט אראפ צי לייגן די זאלי'ס אלעס נארמאלע מענטשן אין געשטעלט א פאזעטיווע שטימע
אבער היות ביי די זאלי'ס איז הפקר אין מען רעוואלטירט אויף פיערעשאפט אין מען שטיצט הפקירות אין אנאריכע האט מען אין ראדני אנגעקלעבט אלע אלטע קול קורא'ס מנשה פילעף מיט ר' משה מנחם טירניוער האבן אנגעהויבן צי העצן דעם נער'שיען זאלנשיען ציבור אז ס'איז א שרעקליכע בולבול המוחות
האבן זיי ארויס געגבען פאר א שבת א קול קורא קעגן דער איד וואס ווערט אנגעפירט דורך זייער געוועזנער בעל בית משה פריעדמאן וואס פארשטייט זיך דעס רעפלעקטירט די הפקירות אין צילאזענע פיערעשאפט וואס טוט זיך ביי די זאלי'ס
יעצט דער בריוו קעגן דער איד האט גארנישט מיט קנאות ח"ו ס'זאל זיך קיינער נישט טועה
ס'האט איין באדייט די אלע דיינים האבן איין ציל אין לעבן זיך אנטיען א ריקן עטרה טאנצען הקפות מיט פאראנטשעס אין פירן טיש אין מריווח זיין פין די סאטמארע מחלוקה די אלע דיינים האבן געשיקט א קלארן זענדנונג פאר מהרז"ל טייטלבוים די ביסט מער נישט בעל בית אז די ווליסט עפעס טיען דארפסטו דיך מיט אינז דורך רעדן ווייל אינז זעמיר " סאטמערע רבי "
נאך איין זאך מנשה פילעף מיט ר' משה מנחם טירנויער האבן פארקויפט בשם דער רבי'ן ז"ל א פרישע געבעקס אז א יוד איז אמאל געקומען איבער בעטן דעם רבי'ן ז"ל האט אים די רבי געזאגט מיין כבוד קען איך מוחל זיין אבער דעם ויואל משה'ס כבוד קען אין נישט מוחל אזא מעשה מעשה גרענציט זיך מיט כפירה ומינות בה' ובתרותו יום כיפור באנאכט נעמט מען אין א יעדע שול ארויס דעם ספר אין מען מפייס די ספר תורה קומט אויס תורת משה קען מען מפייס זיין אבער דעם ויואל משה נישט ??? די אני ואפסי'ניקס ווילן פאקויפן אז די רבי ז"ל האט געהאלטן אז דער ויואל משה איז הייליגער ווי תורת משה
וויל איך בעטן מנשה פילעף מיט ר' משה מנחם טירנויער מיט אלע איבריגע זאלונשיע אני אמלוכ'ניקס די רבי ז"ל איז נישט ענקער האנטוך אין ווישט'ס ענק נישט אריין ענקער פארקימטע דעות אינעם רבי'ן
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-22/1/2012 03:53 |
|
| |
ר' זלמן לייב פילאפף האט געזאגט אין אברכים אז מען דארף פטור ווערן פון משה פראדל ווייל ער מאכט חרבנות, און מען דארף אים ארויס פירן, איבערהויפט פאר די חוצפה פון נישט לאזן זיין ברודער מנשה זאגן זיין דרשה קעגן בעלזא אין ראדני.
משה פראדל פון די אנדערע זייט, האט געזאגט שבת אז די זאליס גייען פטור ווערן פון די אלע קרעציגע ובראשם פון מנשה פילאפף, פראדל זאגט אז די קרעציגע מאכן נאר חרבנות און איצט איז געקומען די צייט וואס מען גייט פטור ווערן פון זיי.
|
|
|
|
| נשלח ב-22/1/2012 04:01 |
|
| |
שלום ציג האט אפגעקויפט אלע אידן אין 86 אין אוועק געווארפן
בן פראדל פלאקרט אויף דעם ציגעלע
|
|
|
|
| נשלח ב-22/1/2012 05:00 |
|
| |
איך האב מיך עס נישט געטרויט צי בעטן פינעם רבוש"ע וואס ס'גייט פאר ביי די זשיגאנער א כאפטע מטרופים כולעגאניס
בן פראדל כאפסט שוין מיט וועם די ליגסט אין בעט ? בן פראדל ס'האט זיך געלוינט די מחלוקה ?
|
|
|
|
| נשלח ב-22/1/2012 07:48 |
|
| |
איך נעם זיך אהן פארן כבוד פון משב"ק אדמור"י סאטמאר זכותם יגן עלינו הרב החסיד רבי משה פרידמן שליט"א אחוץ וואס ער פאר זיך איז א גיוואלדיגער בעל חסד אין א גרויסע בעל צדקה, זיין הערליכער צייטונג איז די שענסטע צייטונג וואס דער וועלט פארמאגט אין אידיש אין עס גייט שוין אן אזוי יארן ב"ה , ער האט זייער נערמאל אין דיפלאמאטיש געשריבן צום פינטל לגבי בעלזא , דערביי קומט אים אויך א ישר כח פארן פירן זיין צייטונג מיט יושר אין מען קען זעהן ס'איז נישט א קינדערישע ארבעט ווי דער בלאט עס איז מלא תוכן ,
|
|
|
|
| נשלח ב-22/1/2012 09:15 |
|
| |
2בעלזא2 טייערער הייסט עס אז אויב איך גיי דעקן מאכנובקא אין מיין צייטונג גייסטו מיר אויך פארטיידיגן אפילו אויב כוועל ניצן מיין צייטונג בלויז פאר שקר ושנאת חנם? אדער אפשר דעם דיל האסטו נאר מיטן איד ווייל ער איז קעגן בלאט וואס איגנארירט מאכנובקא?
|
|
|
|
| נשלח ב-22/1/2012 09:17 |
|
| |
און וואס זאגט רז"ל אליין ? (קיינער פרעגט נישט ?!)
|
|
|
|
| נשלח ב-22/1/2012 09:50 |
|
| |
די זאליס זענען א כנופיא פון אנשי דור הפלגה, יעדער רעדט אן אנדערע שפארך, די מושג זאלי איז א שם הכולל וואס באשטייט פון בני יואל, אלטא פייגא, שארמאש, בעק'ניקס, פילאפף'ס, לעפקאוויטש, שארווינטער, קרעציגע, נטורי קרתא, סיקרוקים, משוגעים, שלעכטע מענטשן, טארעם, דשיגאן, געלער בדחן, עם הארצים, וואלדמאן, מוסרים, מלשינים, בג"ץ'ניקס, פאסט טרעגערס, שפאטיווקער 1, שפאטיווקער 2, נואפים, גרים, בעלי תשובה, בעלי עבירות, טאהש'ע, שאלזאהן, קוטישס, גרושים, מורדים, לייטנער'ס, פאלאקס, יאקאבאוויטש, טשאטה, שטויבערס, לויפערס, פראדל, זרילע גליק, סעפטיק טענק, אביגדור, ברך ליפא, צימערמאן, אביש, וכו'.
יעדער דארט האט אנדערע מיינונג, נאר איין זאך וואס אלע ווילן אז זלמן לייב זאל אים פאלגן און טוען וואס ער וויל.
איצט רייסן זיי זיך ביי די קעפ, און אונז וועל מיר שטיין אין די זייט, און שמייכלן וואספארא חורבן נורא די בעלזער האט אנגעמאכט מיט זיין פיוס ביי די זאליס.
|
|
|
|
| נשלח ב-22/1/2012 09:59 |
|
| |

|
|
|
|
| נשלח ב-22/1/2012 10:07 |
|
| |
דאס אז דער איד איז א שענערע אין א צייטונג מיט אסאך מער תוכן איז א פאקט די ארטיקלען זענען אסאך רייכער, דאס וואס ער אנערקענט נישט בעלזא מכנובקא אין באבוב 45 אין האט יעדע וואך נייעס פין סקאליע מאכט נישט גרעסער סקאליע פין בעלזא מכנובקא אדער באבוב 45 , ער איז אינגאנצען א צייטונג פאר די ארונים פארטיי , אין בכלל היינט א אשכול אויף היידפארק האט מער ליינער'ס פין וויפיל בלאט עס ווערט געדריקט ,
איך האב ביי מיר א רעקארדינג וואס איך קען ארויפלייגן אויף יו-טאב מען הערט פאר איינס אהאלב יאר צוריק אדמו"ר מסאטמאר ק"י זאגט פאר הרה"ח ר' אלי ענגלענדער בזה"ל "איך אליינס אליינס האב גערעדט מיט אים ער זאל שרייבן בעלזא מכנובקא ער פאלגט מיך נישט. גלייבט מיר איך האב פרובירט איך האב פרובירט רעדן מיטן - ער פאלגט מיר נישט איך וועל פרובירן נאכאמאל. בעלזא-בעלזא מכנובקא איז ביי מיר אנגענומען אזוי ווי ביים טאטן " ווארט ביי ווארט פין די ריקארדינג ,
מיר האבן עס קיינמאל נישט פארשפרייט חלילה נישט פוגע צי זיין בכבוד פין די סאטמאר ק"י רבי ער איז א גרויסער מנהיג א ת"ח אין האט אסאך אויפגעטוהן אין אונזער דור , דער וואס דארף וויסן דערוועגן ווייסט אין עס האט גארנישט אויפגעטוהן , איך גלייב אז ער איז חלילה נישט א פלענער ליגענער מסתמא איז ער סתם נישט בעל הבית אויף זיינע חסידים,
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-22/1/2012 10:41 |
|
| |
טעות מהר"א איז בעה"ב אויף זיינע חסידים אבער נישט אפען בלאט וואס טענה'ט אז זי פארטרעהט נישט אפיציעל סאטמאר
|
|
|
|
| נשלח ב-22/1/2012 10:45 |
|
| |
קיינער קערט נישט פאר מאכנאווקע, אז די ווילסט מזאל רעדן פון די הונדערט מעמבערס פון קהילת מאכנאווקע, עפן אויף א נייעם אשכול
|
|
|
|
| נשלח ב-22/1/2012 10:57 |
|
| |
ארוני: דער רבי דיינער זאגט אזוי בזה"ל "איך אליינס אליינס האב גערעדט מיט אים ער זאל שרייבן בעלזא מכנובקא ער פאלגט מיך נישט. גלייבט מיר איך האב פרובירט איך האב פרובירט רעדן מיטן - ער פאלגט מיר נישט איך וועל פרובירן נאכאמאל. בעלזא-בעלזא מכנובקא איז ביי מיר אנגענומען אזוי ווי ביים טאטן "
100 מעמבערס ? אין וויפיל האט סקאליע ?לויט די בלאט זענען די צוויי גרעסטע חסידותן סאטמאר ק"י אין סקאליע
|
|
|
|
| נשלח ב-22/1/2012 11:00 |
|
| |
| יקרבו כתב: |  |  |
|
די ווערטער זענען נישט אזוי שלעכט נאר נישט אין פלאץ און אין אזא צייט ווייזט עס מדות משחתות בנוסף צום פליפ פלאפ פון זיך הרגנען ביי די קעפ מיט משה ברבים אויף קול סאטמאר 223 האב איך געהערט אז סדא א קלארערע מהלך דורך ר' ש"ש טעלער אז רביה"ק זי"ע האט נישט געפירט מערכות פערזענדליך טראץ וואס ער האט אונז אראפגעשטעלט אן הבדלה פון די פארבלאנשעטע קרייזן למיניהם
ער רעדט שיין פונעם "אל נא תהי מריבה ביני וביניך.. הפרד נא מעלי.."
תוקן על ידי גרוינים ב- 22/01/2012 11:22:36
|
|
|
|
|