ובא הכתוב החמישי: התאחדות האטליין איבערן פיוס
זינט די וועלט האט געכאפט דעם שאק פון די אומ-גערישטע נייעס אז דער בעלזער האט איבערגעבעטן דעם רבין ז"ל כדין, האט ביי די זאלונים זיך אפגעשפילט א אומבאהערשטע צומישעניש.
דעי ערשטע ספאנטאנע רעאקציע פון די זאלונים (די המון עם), בעל פה און אויף היידפארק, איז דאך א דבר פשוט אז מען רייסט אראפ די גאנצע מעשה. אמער, ר' אהרן איז דאך דער וואס האט פארלאנגט די פיוס, און אויב האט דאס פאסירט מוז דאס אטאמאטיש אראפגעריסן ווערן, נאך פאר ווי-וואס-ווען.
א טאג שפעטער איז געקומען א ניק 'געלעכטער', וועלכער איז כנראה פון די "קראו" פון משה פר"מ, און אנגעהויבן מאכן פשרות. ער האט שוין געשריבן עפעס אזוי: די עצם פיות איז יא ווערט א אנערקענונג, און מען גייט דאס יא מחשיב זיין, אבער די ארונים וועלכע באריכטן די פיות, זענען שקצים, ווייל דערמיט איז מען זיך מתחבר צו בעלזא (?), כעדותו פון "עמי".
ויבא הכתוב השלישי, "דער איד" איז ערשינען, און די זאליס זענען געכאפט געווארן אין א שאק אז משה פר"מ האט אנדערע חשבונות ווי זיי, און ער האט פאזיטיוו באשריבן און אנערקענט דעם פיוס.
די צומישעניש וואס דאס האט אנגעברענגט דארף מען נישט זאגן, און טראץ וואס געלעכטער האט פרובירט מיט אלע מיטלען מסביר צו זיין אז באמת איז שלום ושלוה, האט דער מציאות געפאטשט אין פנים אז אין די זאלונישע שוהלן הענגט פלאקאטן פון די קול קורא וואס איז ארויסגעקומען 30 יאר צוריק, דאס הייסט: מען ווארפט אפ די פיוס, און דערצו א פרישער פאשקעוויל "על כבוד עצמכם מחיתם" וועלכע רייסט אראפ דעם פיוס, און דערצו איז א נאכט בעפאר פארגעקומען א דרשה פון מנשה פילעפף וועלכע שטעלט קלאר אז דער פיוס איז א פארדארבענע פריוו חרוב צו מאכן כלל ישראל, און דערצו איז געקומען די נייעס אז די סיקריקים פון ירושלים האבן מבער געווען דעם איד, וכן ב'לאנדאן.
ובא הכתוב הרביעי, די בג"ץ ד'ראדני האט ארויסגעגעבן א בריוו צו די גאס, דירעקטירט צו "דער איד".
דאס איז לכאורה די ערשטע מאל וואס רבני הקהילה שרייבן א בריוו צום איד (איך פרוביר זיך פארצושטעלן אזא בילד, אז דייני קהילתינו זאלן שרייבן א בריוו לעניני הדת דירעקטירט צו דער בלאט. וואספארא נידריגע ליצנות).
די רבנים זענען מעורר אז היות עס קען משמע זיין פון די נייעס אין איד אז בעלזא האט ריכטיג איבערגעבעטן, מוזן זיי מעורר זיין אז בלעזא איז שוין געווען טריפה פון בעפאר די דרשה קעגן רבין, און דעריבער האט זיך גארנישט געטוישט (דאס הייסט: זיי אנערקענען נישט דעם פיוס), און זיי שפורן פאר וויכטיג ארויסצוקומען מיט א ליסטע פון אלע בעלזע חטאים מאז ועד עתה.
אצינד, האב מיר שוין פיר שיטות מער ווייניגער מצד די צומיטשע זאלונים, וועלכע וואקלען זיך אין א טיטאניק קרוז שיף אן קיין פירנדער קאפיטאן.
האב איך זיך היינט גענומען די מיה אריינצורופן אין די האטליין וואס איז געעפנט געווארן דורך "ועד הפעולה שע"י התאחדות הרבנים" מיט עטליכע חדשים צוריק, וואו עס ווערט געפירט די מערכה פון די סיקריקים שב'ירושלים ושב'וומ"ס אקעגן די מחריבי כלל ישראל, הלא המה, די ציונים און די ארונים... (כמעט א דאפלט לשון...)
האב איך אריינגערופן הערן וואס ער זאגט, און, איך האב געקריגן דאס וואס איך האב ערווארטעט.
ער רייסט אראפ די אזוי גערופענע פיוס פון דעם בעלז'ן רשע ושייגעץ, מיט א גאנצע משל פון די פיוס צווישן משה רבינו מיט פרעה. (איך האב נישט צוגעלייגט קאפ, אבער ווי עס האט אויסגעזעהן האט ער ר"ל צוגעגליכן דעם רבין ז"ל צו פרעה און דעם בעלזער צו משה רבינו, עפ"ל...)
אלזא, איך האב באשלאסן אז אלס "אל תמנע טוב" מוז איך מפרסם זיין די נומער פון דעם האטליין, פון די איינציגע אין אונזער דור מיט א ריכטיגע השקפה:
718-513-7660 עקסטענשן 2
==========================
ווער עס קען אויסשטעלן א פאטאגראפירטער מפתח (Index), וואס זאל פארגרינגערן פאר די ליינער מיטצוהאלטן די פארשידנארטיגע רעאקציעס איינס קעגן די צווייטע, זאל דאס ביטע צושטעלן לתועלת הרבים.
 |
|
|