בית פורומים כל העולם כולו

סקר: אינעם בעלזא פיוס צו וועלכן כת געהערט איר ??

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-23/1/2012 03:18 לינק ישיר 
סקר: אינעם בעלזא פיוס צו וועלכן כת געהערט איר ??

מען האלט שוין א גאנצע וואך נאך דעם היסטארישן פיוס, ווען די בעלזא דיינים זענען ערשינען אינעם אוהל הק' פון רבותינו הק', און איבערגעבעטן בשם זייער רב וועלכע האט געשיקט די ספעציעלע מושלחת בפקידתו, פארשטייט זיך אז דער שטורעם וואס האט אנגעמאכט אין די גאנצע וועלט האלט נאך אן ביז יעצט, און אפשר וואס א טאג מער און מער, עס הייבן זיך אן די קרישקעלעך פון יעדן מאן דהו, יעדער וואס האט א קול, א פעדער, אדער א קיבארד, לאזט זיך הערן זיין מיינונג.

מיר וויל דא אביסל אויסקלארן דעם בילד, וואס מיר גלייבן אז נאכן אוועק שטעלן אט די יסודות, וועט יעדער סאטמארע אנהענגער אינעם כדור העולם אטאמאטיש אריין פאלן אין איינע פון די קאטעגאריעס,

וזהו:

כת א') אייגענע נגיעות, מענטשן וועלכע האלטן אז אויב דער פיוס איז צוגעגאנגען אן זייער וויסן, אדער אן זייער הסכמה, איז עס אטאמאטיש בטל ומבוטל און ס'האט נישט קיין תוקף, און מ'דארף מיט דעם לוחם זיין במלחמת חרמה, וואס דאס באשטייט בעיקר פון די דיינים מיט זייערע בריוו'ן צום צייטונג "דער איד" (אדער פון די אוסרים איבער עמי וד"ל), און פון אנדערע שיינע אידן בנש"ק'לעך ובני הקהילה פון די זאליס וואס האלטן אז וויבאלד זיי האבן די פארהאנדלונג נישט אויסגעפירט איז דאס אטמאטיש א זאך וואס איז נישט אקצעפטירט.

כת ב') חשדנים, מענטשן וואס דרייען זיך ארום מיט חשדות אויפן עתיד, וואס וועט זיין?, וואס מיינט דאס יעצט? אפשר גיי מיר ווערן ציונים פון איין רגע צום צווייטן? אפשר גיי מיר ווערן נאנט צו די מדינה?, אפשר ווערן מיר משכילים? אפשר גייט אראפ פאלן די חומה פון די קנאי'שע לאגער?, וויאזוי גייט אויסקוקן דעם עתיד?, וויאזוי גייט דאס אויסקוקן אין די בילדער מאגאזינען?, וואס אין דעם איז נכלל אויך אביסל תמימי לב פון די אהרונישע חדר וואס זענען נעבאך געשלאגן געווארן מיט די מחלה פון "חשד".

כת הג') קאנספיריטער, מענטשן וואס שטעלן צוזאמען הודו מיט קוש מיט גאנצע בנינים אויף לופט, מיט אייגענע האלבע וויסנשאפטן, כאמור, הייסט דאס אז ווען איך האב געזעהן יענעם בעלזא חסיד ביי די ארונים אין ביהמ"ד דאס מיינט שוין אז.... און ווען א קהילה מאן איז געוועהן אין בעלזא ביהמ"ד דעמאטץ און דעמאטץ הייסט דאס אז מ'האט שוין דעמאטץ פארהאנדלט..... אפגערעדט ווען מחזיקי הדת בעלזא - בארה"ב האט זיך צוגעשטעלט צו די חתונה תקנות און צו די מהודר'דיגע פלייש, וכו' וכו', דאס איז בעיקר אין די זאלונים לאגער וועלכע פראבירן מיט כל מיני דמיונות וחזיונות צו דערשנאפן די הצלחה פון די אהרונים.

כת הד') יענטעס, מענטש וואס האבן ליב ארום צו טראגן נייעסן, מ'שיקט, מ'טעקסט, מ'טוויטער'ט, מ'אימעילט, מ'גוגל'ט, מ'פירט נייעס פון איין עק וועלט צום צווייטן, און מ'רעדט זיך איין אז מ'ווייסט אלעס, און מ'קאנטראלירט אלעס, דאס איז בעיקר ביי די יונגעלייט אונטער 32 יאר, ביי ביידע הויפן גלייך.

איצט א ווארט צו די אלע אויבדערמאנטע קאטאגאריעס,

כת הא') די מענטשן און שיינע אידן וואס האלט אז "זיי" האבן געמוזט זיין דער וואס איז מחליט ווען און וואס צו טון, און דערפאר זענען זיי דערקעגן, צו די אלע זאגן מיר איין ווארט, "כלל ישראל האט א נאז", כלל ישראל שמעקט און ווייסט וועמענס דעת תורה מ'דארף אננעמען און וועמענס נישט, כאטש וואס איר רעדט זיך איין אז איר זענט גרעסער פון רבינו שליט"א בתורה בחכמה ובמנין, דאך זאגט אבער כלל ישראל, ניין, פון אייער נגיעות'דיגע הוראות האבן מיר שוין געהאט גענוג, און מיר זיכן דאס מאל א פינטעלע אמת, און מיר זענען מיד פון אייערע נאכאנאנדע שקרים, ווי עס האט זיך אויסגעדירקט א חשוב'ע רב מיט א פראגע, פארוואס ניצט נישט ביי זיי קיין תשובה פארן בעלזא רבי'ן שליט"א?, אונז זעהן בפי' אז פאר מרן הברך משה זצ"ל האט געניצט תשובה על אף זייערע גרויסע חטאים ווי למשל אז ער האט גערעדט אויף די הייליגע רעבעצן ע"ה, אדער אויפן פוסק הדור מאנטיווידעא רב זצ"ל, אדער נאך ארגער ער האט אויפגעשטעלט א צלם בהיכל אין ק"י און ע"ז מיט קראצמעך ביימער וועלכע האלט נאך אן ביזן היינטיגן טאג בכל תוקף, און ווי נאר אויף דער עלטערע יארן ווען ער האט געשריבן א קליינע צעטעלע בני ר' זלמן... איז אלע הארבע חטאים געפלויגן מיט די ווינט כאטש עס איז שוין געוועהן לעת זקנתו ווי דער מצב הבריאות איז געוועהן אפגעשוואכט, און דא ביים בעלזא'ער רבי'ן שליט"א ניצט נישט קיין תשובה כאטש ער איז יונג און בכח צו מאכן אזא החלטה, כלל ישראל פרעגט מיט ווינדער, ווען יא און ווען נישט? ווענט זיך דאס טאקע בלויז אין ענקער נגיעה און כבוד המדומה?, ווייל מ'האט זיך איינגערעדט אז ר' זלמן וועט צוריק אויפהייבן די כבוד פון די דיינים דורך זיך אלעס שואל עצה זיין מיט זיי.

כת הב') איר האט נישט וואס חושד צו זיין אינעם עתיד, ווייל די עבר האט שוין געוויזן אז ועצת ד' הוא תקום און מיר פאָרן ב"ה אויף א גראדן ליניע און מיר ווערן נישט פארדרייט פון זייטיגע נגיעות, און מיר בלייבן געטרייע ערליכע אידן לד' ולתורתו ביתר שאת וביתר עז מיט א אלע הידורים און חומרות וואס נאר מעגליך אזוי ווי חסידישע אידן בכל הדורות, די שחיטה מיט די ווייץ, מקואות וריבוי שיעורי תורה יוכיח, ועצה טוב קמ"ל אויב ליידט איר צו שטארק פון חשדנות קען עס חלילה גורם זיין צו או סי די.....

די מקור החשדנות קומט נעבאך פון קוקן אויף יענעם לאגער און זעהן ווי יעדע שני וחמישי קומט מען ארויס אין די מאנהעטענער גאסן אויף א מחאה און מ'ווייסט אליין נישט צוליב וועלכע צוועק מ'איז מוחה..., און צומאל איז מען מוחה אויף פריוואטע אידן בניגוד דעת רביה"ק זי"ע וועלכע האט זיך מיט מחאות קיינמאל נישט געווארפן, כאטש וואס די מחאות ווערן געפירט "נישט" מיט די מטרה קעגן ציניות אדער גזירות רעות, נאר פשוט צו ווייזן און צו צייגן אז זיי זענען די כלומר'שטע "אמת'ע" קנאים, (ובאמת מאכן זיי אלעס חרוב אויף דעם אופן, א שטייגער ווי די סקריקים אין א"י), און אז איר ווערט נעבאך מושפע און איבער גענומען פון זייער געמאכטע פאלשע קנאות זאלט איר באצייטנס באזוכן א דאקטער, אויב ס'איז נאך דא בכלל א רפואה.

כת הג') איר קענט דמיון'ן וויפיל איר ווילט, און צוזאמען שטעלן הוידל מיט בוידל, אבער דער הנהגת הבריאה וועט נישט ארבעטן לויט אייער קאפ, ווייל ווען די קאנספירעסיס האבן פאראויס געזאגט אז ביז א יאר איז רבינו שליט"א ארויס פון ק"י און וועט נישט קענען האבן קיין דריסת הרגל אין קיין שום סאטמאר'ע ביהמ"ד אין גרעיטער נ.י., האט זיך אפן ארויס געשטעלט אז די השגחה עלינוה רעכט זיך בכלל נישט מיט די בעלי דמיון און בעלי ריב ומדון ווי רבינו שליט"א האט זיי אנגערופן בעלי בחירה וועלכע האבן חשק צו זעהן זייער בלוט דארשטעריגע נקמה, והקב"ה מצילינו מידם, זיי האבן בכלל נישט געקענט ארויף ברענגען אויף זייער דמיון אז רבינו שליט"א אין אזא מצב זאל זיך שאפן ארום זיך א קרייז מיט רבנים מובהקים פון אלע שיכטן אין קרייזן וועלכע שעצן און קוקן ארויס אויף זיין דעת תורה א בחי' פון וראו כל עמי הארץ כי שם ד' נקרא עליך.

כת הד') עס איז שוין העכסט צייט אפצולאזן די אלע בלאג'ס, טוויטער'ס, און מעסעדשעס, וועלכע מאכן נאר אומגליקליך אידן, ווען רוב מאל איז דער ערשטע טוויטער עפעס אן אלטער בחור וואס זיצט אין א בעסמענט און ווערט משוגע פאר ליידיגיין און דו קויפסט דאס פאר גוט געלט, צו דארף מען דען א בעסערע מוסר השכל ווי די לעצטע וואך? מ'שיקט טוויטער'ס אז ס'איז דא א בריוו פון בעלזא דיינים, ס'איז דא א בריוו פון סאטמארע דיינים, א רגע דערויף קומט א פארקערטע מעסעדש ניין, ס'איז ליגנט, די דיינים שרייבן נישט אזא בריוו, איינער זאגט עדות אז ער האט אליין געהערט פון דיין'ס זון'ס ברודער'ס קאזן אז יא, אז ניין, מ'טוויטערט אז מ'רייסט צעטלעך אין ראדני, מ'הענגט צוריק, די שמשים באקומען א בעפעל, און ווי וועט מען לייגן דעם גרויסן בילד פונעם מארסי ארמארי אינעם "עמי" מאגאזין... אפשר הערט מען אויף?

אבער צום שלוס, וואלט מיר צוגעלייגט א פיפטע כת, און געגעבן א נאמען "אייסעליסטן" (דאס איז א געוויסע עלעמענט וואס האלט אז סאטמאר דארף זיין אנדערשט און פארפיינטעט ביי די גאנצע וועלט, און דאס איז אויסגעבויעט מיט שיטות און מיט מערכות און שלעכטקייט פארמישט מיט תמימות), דהיינו ס'איז דא צווישן ציבור א מספר פון פלאטשיגע מוחות וועלכע לעבן אין א שטארקע צימצום, און מיינען אז די אידישע וועלט פאנגט זיך אן ביים וויליאמסבורג ברידש און ענדיגט זיך ביים ברוקלין ברידש, דאס איבריגע אידישע וועלט זענען נישט קיין "געהעריג היימישע אידן", אט די אייסעליסטן פארשטייען נישט אז ס'איז דא א גרויסע וועלט אויסער זיי, א וועלט וואס טראכטן אביסל אנדערשט ווי זיי און קוקט אן יעדע זאך מיט א ביסל א ברייטערע בליק עטוואס ברייטער ווי דער טיפישע פלאטשיגע קאפ, נישט יעדער אין די גאס ווייסט פונקטליך ווי "רבינו הקפיד"... און ווי רבינו הלך..., ביי די אייסעליסטן איז א טעות הדפוס פון מחזור דברי יואל א תורה שלימה, און א פריש געבאקענע מעשה פון ר' עזריאל א דאורייתא, און א קרעכץ פון ר' ישעי' יעקב שטויבער פארמישט דעם שטן, אפגערעדט אז מושיען של ישראל דארף מען לערנען פאר כל נדרי, און יעדע שריט אין די גרויסע וועלט ווערט געמאסטן לויט זייער אייסעלעיטעט קאפ, און מ'ציט זיך אייגענע מסקנות אז לויט דעם געוואלדיגן ביאור פון סיי וועלכן עקסטרעמיסט / אייסעליסט קומט אויס אז דער רבי ז"ל וואלט דאס נישט געטון היינט, אדער יא געטון, ווענט זיך לפי המצב והזמן.

אט די אלע מענטשן ווייסן נישט אז די גרויסע וועלט מיט טויזנטער חרידישע און חסידישע אידן קוקן בכלל נישט מיט די זעלבע גלעזער ווי זיי, די וועלט קוקט אן למשל אזא שריט וואס בעלזא האט געטון מיט א שטארקע אנערקענונג, און די וועלט קוקט נישט אן אזא שריט מיט די אייסעלעיטעט בליק, אן אייסעליסט קוקט אן אזא שריט מיט קליינע אויגן און דערפאר שפירט ער אז דווקא יעצט איז די צייט צו געבן קלעפ פאר בעלזא און יעצט איז די צייט וואס מ'דארף אים אראפ רייסן אויף זיינע חטאים הראשונים מיוסד אויף א אלטע מאמר פון מנשה פילאפ אז דווקא יעצט מוז מען אים אראפ רייסן,

משא"כ א זייטיגע נארמאלע מענטש וואס איז נישט קראנק אויף די מחלה טראכט פונקט פארקערט, הלכה'דיג ווען א מענטש טוט אזא שריט דארף מען אים אויסלויבן און אוודאי נישט טון דאס פארקערטע, און אפי' מיט א סאטמערע בליק, פרעגט זיך, איז נישט אזא ווילדע שריט מבזה דעם הייליגן רבי'ן מיט די שיטה הקדושה?, מעג מען דאס טון? איז דאס אידיש? מענטשליך?

ס'איז ברייט באוויסט צווישן די עלטערע אנ"ש, יא... תלמידי רבינו, וויפיל דער רבי זי"ע האט געוואלט אז מענטשן פון אלע שיכטן און קרייזן זאלן פארשטיין די שיטה הק', און נישט האלטן אז דאס איז סתם א פעולה פון עקסטרעמוזם און שלעכטקייט, נאר אדרבה קנאות קומט פון אהבת ישראל און אהבת ד' פון נישט קענען סובל זיין אז אידן זענען עובר אויף די תורה און ברענגען חלילה א חרון אף, וויפיל כוחות האט דער רבי געלייגט אויף די ביקור חולים אויסער די גרויסע מצוה שאין להם שיעור אז ס'זאל מדת החסד צווישן אידן, גיין נאך געלט פאר ארימעלייט, אלעס נאר צו מאכן דעם סאטמאר'ע חסיד פאר א איש החסד נישט פאר א ווילדע עקסטרעמיסט.

די אייסעליסטן פארשטייען מיט זייער קרומע קאפ אז שרייען, ברענען מיסטן, פארפירן אין די גאסן יעדע פאר מינוט אויף צוויליע בירגער, איז נארמאל, אבער די נארמאלע גאס האלט נישט אזוי, די נארמאלע גאס איז מאוס ונמאס פון די אלע ווילדע עקסטרעמיזום, און עס ברענגט אראפ דער אמת'ע מציאות פון מלחמה לד' בעמלק, די מלחמה מיט די כפירה געדאנק וואס הייסט ציונות, עס ברענגט אראפ די מלחמה פון נעמען געלט משולטן הכופרים.

און צו זיי ווענדן מיר זיך, ביטע מאכט אויף אייערע אויגן, און זעהט גוט ווי ווייט ענקערע אייסעליסטן האבן אייך פארפירט, אויף אייך האט דער רבי פארפירט ביי די באקאנטע פתיחה שנת תשכ"ז, ווי דער רבי זי"ע האט געזאגט זייער קלאר אז פאלשע קנאות מאכט חרוב די וועלט, יא, ענקער פאלשע קנאות מאכט חרוב די וועלט, און דאס איז גורם איז אפי' ווען ס'קומט א ערנסטע טעמע ווי מ'דארף באמת לוחם זיין, איז נישטא מער די ריכטיגע כוחות פון די אמאליגע פאראייניגטע גאס, דאס איז נאר צוליב ענקערע ווילדע שריט ווי איר האט פארשווארצט דעם פנים פון קנאות, דאס זאגן חז"ל אין אדם עומד על דעת רבו עד ארבעים שנה, יא, פערציג יאר שפעטער זעהט מען קלאר וואס און וועמען דער רבי האט געמיינט, פאלשע קנאות מאכט חרוב די וועלט!!!




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/1/2012 04:27 לינק ישיר 

זייער שטארק ארויס געברענגט איך האב נישט וואס צי צילייגן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/1/2012 04:33 לינק ישיר 


רבי אברהם לייטנער ז''ל און רבי יענקעלע כהן ז''ל האבן דערקוטשעט דעם רבין זי''ע היתכן ער פארט קיין ארץ ישראל בו בזמן וואס ער ווייסט אז דעם כבוד(מלכים) אין ארץ ישראל וועט נאר צושטאנד קומען מיט די הילף פון די אכזריותדיגע מדינת ישראל פאליציי וועלכע רודפ'ן רבי עמרם בלוי ז''ל עד חרמה מיט מכות אכזריות.

האט דאס אפגעהאלטן דעם רבי'ן זי''ע צו פארן אין תשי''ב,תשט''ו,תשי''ט און תשכ''ה?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/1/2012 06:01 לינק ישיר 

די שיטה הקדושה האט די וואך באצלט א טייערע פרייז אנשטאט ס'זאל ווערן ארויף געברענגט אין זעהן ווי הייליג די רבי איז
האבן עס די שמוציגע זאלי פאליטעזירט אויף שענדליכן אויפן אין טאקע נישט מער ווי דורך זייערע פארשאלטענע לישקע קישקע

די פעריאל דיינים האבן שיין באצלט פארן רבי'ן ז"ל



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-23/1/2012 06:28 לינק ישיר 

מער געפעלט דאס בעסטע די אייסעליסטין אוי נעבעך וואס מושגעים סאטמאר האט



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-23/1/2012 07:02 לינק ישיר 

מיין אייגענע מיינונג איז אז בעלזא שטייט אסאך העכער בכמות ובאיכות פין צד סאטמאר ק"י ווען וואלט עס ווען געווען א געשעפט מיט ביידע סאטמאר אזוי ווי בעלזא פרובירט שוין 4 יאר ממילא, אבער צו געווינען נאר צד סאטמאר ק"י האט ער זיך אזוי גענידערט איז א שטארקער געווינס פאר צד סאטמאר ק"י, מיט זיי איז ער שוין בשלום יארן , משלוח מנות, ר' ירמי' דמן שבע ברכות , שחיטה , בלאט , אויפנעמען הרב אהרן מרדכי אין ק"י ועוד, איך גלייב אז ווען בעלזא זאל חלום'ן אז סאטמאר גייט אזא שטארקע זאך נישט ארויפקוקן וואלט ער דאס קיינמאל נישט געטוהן, איך בין זייער ווייט פין א חסיד פין בעלזא אבער עס ווייזט דער מענטש האט זיך געטוישט אין ארבעט אויף זיינע מידות אין טוט תשובה, 



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-23/1/2012 16:12 לינק ישיר 


2בעלזא2 , אויף ווי לאנג האסטו א קאנטראקט מיט אליש'ן?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/1/2012 21:10 לינק ישיר 

דער אמת איז איך האלט זייער שטארק פון שלום ס'איז א געוואלדיגע זאך וממילא וואלט איך אויך געוואלט געהערען צו דער כת פון שלום אבער וואס זאל איך טוהן די מציאות אין די היסטערי האט קלאר אויפגעוויזען אז דארט ווי דער בער אין אזוי אויך ר' אהרן האבען געלייגט א האנט האט דער באשעפער געלייגט א פיס וממילא וויל איך נישט זיין קיין לוזער גיי איך מיט מיט דער שטורעם פין ר' זלמן לייב ווייל דארט ווי ר' זלמן לייב'ס מענטשען האבען געלייגט א האנט האט דער באשעפער ציגעלייגט א האנט.
אין חוץ פון דעם אלץ חסיד פון רביה"ק זי"ע אין פון דער ברך משה זי"ע שפיר איך אז מלך שמחל על כבודו אין כבודו מחול אין ס'גייט נישט אזוי פשוט מ'זיצט זיך נאקעט אין קיסריה אין סווימינג פול אין מ'שיקט א מנין אידען זאלען גיין איבערבעטען (וואס דערווייל ווייסט קיינער נישט וואס דער נוסח איז געווען), אבער תשובה העלפט אייביג וממילא דארף ער גיין פאר 10 יאר אין גלות למקום שאין מכירים אותו אין זיצען מחוץ למחנה אין שרייען ביטער פושע אני נאך דאס זאל ער אפטרעטען פין די בענקעל זיינע אין שפעטער קען מען דן זיין וואס מ'טוט דא ווייטער. (דאס אלעס שרייב איך נאר מיט געפילען אלץ חסיד פין רביה"ק זי"ע).



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-23/1/2012 21:18 לינק ישיר 

איז אלי'ש מסכים אז אהרן מרדכי זאל זיין ממלא מקום אדער דער מאכפונקער זיין מ"מ?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/1/2012 21:20 לינק ישיר 

עס קיקט אויס ווי א שוידערליכע מלחמה האט אויסגעבראכען צווישען די מזכיר הקהילה אין ליגעל טים פין בעלזא מאכניווקע מיט די מזכיר הקהילה  אין ליגעל טים פירער  פין קהל יטב לב 163 ראדני


תוקן על ידי דערסיגעטער ב- 23/01/2012 21:24:34




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/1/2012 21:29 לינק ישיר 


אליש'ס שליח אין וויליאמסבורג לעניני מחלוקת ארבעט במסירת נאמנה צו פירקלן אויף העיידפארק.

מ'האמיר שוין לאנג נישט געזען אליש'ן מיט די בלוטיגע פיס אינדערהייך , כאשר זכינו לראות בהעיתון ידיעות אחרונות בין כסא לעשור תש''ע.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/1/2012 21:29 לינק ישיר 

וועט מאכפונקע שיקן א מנין?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/1/2012 21:34 לינק ישיר 

בעצם האט קיינער גארנישט קעגען זיין זוהן (?) אהרן מרדכי ס'איז נישט אזוי ווי אין אנדערע חצרות ווי מ'שלאגט זיך אויף אדמור"ות אדער געלט אדער בנינים דא שלאגט מען זיך נאר קעגען דער בער אליינס מ'האט קעגען איהם ווייל מ'האלט אז ער איז א גראבע שייגעץ א משכיל א מענטש וואס האט אפגעלאכט פון כל דבר קדוש א מענטש וואס האט מזלזל געווען אין אלע גדולי ישראל בלי יוצא מהכלל א מענטש וואס האט געפייניגט אין גערודפט מענטשען מיט א אכזריות וואס איז נישט צו באשרייבען א מענטש וואס ווייסט נישט וואס מיינט א געפיהל פאר א צווייטע וממילא אז אהרן מרדכי וועט זיין רבי וועט עס לכאורה זיין אסאך לייכטער.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-23/1/2012 21:35 לינק ישיר 

א שיינער זאך פין א נאמען געבן רבי יונה ע"ש א קרוב וואס האט ל"ע נישט קיין קינדער
דער מעמבערשיפ גורל איז שוין געווען ? דער ארמארי קאנטראקט האט מען שוין ? סאוט 8 איז אפען ? נישטא פארן מזכיר וואס צוטוהן אחוץ בעלזא מאכניווקע ? אפשר זאל מען טיילן הבדלות ?

תוקן על ידי דערסיגעטער ב- 23/01/2012 21:44:48




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/1/2012 00:45 לינק ישיר 

פארמאגראנט אייזן 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/1/2012 00:46 לינק ישיר 

2בעלזא2 כתב:
דער אמת איז איך האלט זייער שטארק פון שלום ס'איז א געוואלדיגע זאך וממילא וואלט איך אויך געוואלט געהערען צו דער כת פון שלום אבער וואס זאל איך טוהן די מציאות אין די היסטערי האט קלאר אויפגעוויזען אז דארט ווי דער בער אין אזוי אויך ר' אהרן האבען געלייגט א האנט האט דער באשעפער געלייגט א פיס וממילא וויל איך נישט זיין קיין לוזער גיי איך מיט מיט דער שטורעם פין ר' זלמן לייב ווייל דארט ווי ר' זלמן לייב'ס מענטשען האבען געלייגט א האנט האט דער באשעפער ציגעלייגט א האנט.
אין חוץ פון דעם אלץ חסיד פון רביה"ק זי"ע אין פון דער ברך משה זי"ע שפיר איך אז מלך שמחל על כבודו אין כבודו מחול אין ס'גייט נישט אזוי פשוט מ'זיצט זיך נאקעט אין קיסריה אין סווימינג פול אין מ'שיקט א מנין אידען זאלען גיין איבערבעטען (וואס דערווייל ווייסט קיינער נישט וואס דער נוסח איז געווען), אבער תשובה העלפט אייביג וממילא דארף ער גיין פאר 10 יאר אין גלות למקום שאין מכירים אותו אין זיצען מחוץ למחנה אין שרייען ביטער פושע אני נאך דאס זאל ער אפטרעטען פין די בענקעל זיינע אין שפעטער קען מען דן זיין וואס מ'טוט דא ווייטער. (דאס אלעס שרייב איך נאר מיט געפילען אלץ חסיד פין רביה"ק זי"ע).


נעבעך זיך פארמישט מיטן ניק. מיט דעם ניק ביסטו דאך א מחנופקער, ניין ?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > סקר: אינעם בעלזא פיוס צו וועלכן כת געהערט איר ??
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext