מערכה קעגן די גזירה איומה פון ניתוחי מתים אנגעפירט דורך מוסד הקדוש נטרונא אריין אין אירע שטורעמישע פאזעס
אין די טעג איז פארשפרייט געווארן אין די בתי מדרשים און אויף די בליץ פאסט, די פונקטליכע דעטאלן פון די נידריגע פארשוינען וועלכע זענען פאראנטווארטליך אויף די שרעקליכע בזיון המת וואס ווערט אפגעטוהן אינעם אבו כביר אנשטאלט, וואו טויזנטער איברים ווערן רח"ל געהאלטן אין פרידשידעירס, און ווערן נישט געברענגט לקבר ישראל.
די מומרים לכל התורה כולה האבן ליידער נישט דאס מינדעסטע אמונה אין השארת הנפש, און זייענדיג איינגעשטעלט אין די מדינה של שמד וועלכע זוכט אויסצורייסן אט די אמונה, ווערט אונטער זייער אויפזיכט פראקטיצירט די גרעסטע און שאנדפולסטע כפירה בהשארת הנפש.
די מערכה גייט שוין באמת אן א לענגערע צייט אויף א שטילע פארנעם, מיט א אויסגעארבעטע מהלך וויאזוי צוצקומען צום ציהל בעז"ה, אז די ציוניטסישע אינסטאנצן זאלן זיך ברעכן און אפשוינען די טויזנטער אידישע מתים, און ענדיגן די פראקטיצירונג פון כפירה בהשארת הנפש וואס דאס רופט אויס.
צוערשט האבן די עסקנים אונטערגעשטעלט פארשידענע מיטלען וועלכע האבן געפירט אז אויך די פרייע גאס זאלן ווערן אויפגעשאקלט, נאכן געוואויר ווערן דורך פארשידענע אופנים אז זייערע אייגענע קרובים ווערן געהאלטן אן זייער וויסן פאר לאנגע יארן אויף א שאנדפולע פארנעם אין קעסטלעך, און זיי זאלן אויך פארלאנגען פון זייער זייט אז מען זאל ארויסגעבן די אברים לקבורה.
דער מהלך איז געווען וויכטיג ווען מען שטייט אין א מצב וואס די חרדישע חברי הכנסת האבן געקעמפט מיט ציין און נעגל פאר זייערע אינטערעסן אינעם כנסת המינים, און עס איז געקומען צו א מצב אז די פרייע ציונים זוכן אלעס אין די וועלט צו ווייזן פאר די פרומע ציונים אז די פרייע זענען בעה"ב, א פאקט וואס שטערט למעשה נישט נאר פאר די אגעדיסטישע און ציוניסטישע חרדישע קרייזן, נאר אויך שלומי אמוני ישראל שטויסן זיך אן אין פיל מער פראבלעמען, ווען יעדע זאך וואס מען וויל נאר טוהן, שטייט קעגן דעם א קאכעדיגע פייער פון די פרייע פרעסע וועלכע האבן אין זייערע הענט די גאנצע פרייע המון עם וועלכע זענען אנגעהעצט אויף דעם חרדישן אידנטום בכלל, און פירן א ענדלאזע היציגע קאמפ קעגן יעדע זאך וואס קומט פונעם חרדישן לאגער.
אין ליכט פון דעם האבן די עסקנים פארשטאנען, אז דא וועט זיך מעגליך איבערשפילן די זעלבע שפיל, און ווי נאר מען וועט ארויסקומען מיט אונזער פארלאנג אז מען זאל באפרייען די מתים, וועט די פרייע גאס ארויסטאנצן דערקעגן, און דאס וועט ברענגען אז די רעגירונג וועט זיך מער קיינמאל נישט בייגן, דעריבער האט מען צוערשט פאר-ארבעט אז די שטורען זאל זיך אנהייבן אויך ביי די פרייע, דורך שרייבער און צייטונגען וועלכע האבן פשוט אויפגעדעקט די אומ-וויסנדע פאקט וואס עס שפילט זיך אפ אין אבו כביר, און עס איז ב"ה געלונגען אז עס האט זיך אנגעהויבן הערן פארלאנגען פון פילע פרייע משפחות וועלכע זענען חושד אז זייערע קרובים ליגן אויך דארט, און פארלאנגען מען זאל דאס באפרייען.
אצינד איז שוין דער טיר פון די פרייע פרעסע פארשלאסן פון צו קענען שטערן די מערכה, און עס איז געקומען די רייע אויפן יהדות החרדית צו טוהן די ריכטיגע שריט אויסצודרוקן אונזער פראטעסט קיגן די מעשי נבלה, און צו לייגן די מאקסימום פרעשור אויף די פאראנטווארטליכע זיי זאלן דערהערן די קלארע פארלאנג פונעם יהדות החרדית, וועלכע גלייבן אז די נשמות פון די מתים רוען נישט און ווארטן אויף די קבורה פון זייערע אברים, און מיר קענען נישט צולאזן אזא שרעקליכער פאסירונג זאל אדורכגיין רואיג פאר אונזערע אויגן.
ווי געזאגט האט זיך שוין אנגעהויבן די מערכה דאהי, אוטן די אימעיל אדרעסן און טעלעפאן נומערן זענען שוין פארשפרייט געווארן אין די מאסן, און דער ציבור רופט אריין מיט אונזער קאכעדיגער פארלאנג צו די מנוולי המתים רח"ל.
פאלגנד זענען די נעמען און טעלעפאן נומערן פון די דריי איינגעשטעלטע וועמען'ס טעלעפאנען עס ווערן אצינד פארפלייצט מיט רופן.
יהודה הִיס, דער הויפט פטולוג:
011-972-50-624-2747
מיכאל וִיגוּדְה, דער מנהל פון די געזעץ אפטיילונג איבער די אידישע מתים:
011-972-50-621-6657
עַנַת לִיהִי זַקלַר, די סעקרעטאר פון די פוטולוג אנשטאלט:
011-972-57-734-6869
בשם די עסקנים בעהט מען אז מען זאל נישט רעדן מיט א ווילדע אומאיידעלע שפראך, ווייל דאס וועט שעדיגן דעם ציהל, נאר מען זאל פארלאנגען רחמנות, פארלאנגען אז זיי זאלן רחמנות האבן אויף זיך אליינס און אויף די טויזנטער מתים, און מען זאל זיי אבער אויך קךארשטעלן אז דאס יהדות החרדית וועט נישט זיצן שטיל אויב וועט די ניוול המת חלילה ווייטער אנגיין, היה לא תהיה.
די ביזנעס לייט וועלכע האבן אימעיל, און ווילן באקומען אין זייער אימעיל א אויסגעשטעלטע נוסח און אזוי אויך די אימעיל אדרעסן פון די דערמאנטע מְנַוולֵי המת, זאלן אריינשיקן א פארלאנג צו די פאלגנדע אימעיל אדרעס:
[email protected]
כדי צו לייגן א דרוק אויף די פאראנטווארטליכע וועלכע האלטן אין זייער פוטולוג פרידשידעיר אריבער 8000 אידישע מתים מנותחים רח"ל, ביטע שיקן אימעיל'ס און אנרופן די פאלגנדע דריי איינגעשטעלטע, וועלכע ווילן זיך דערווייל נישט בייגן צו די פארלאנגען פונעם יהדות החרדית צו באפרייען אלע מתים לקבורת ישראל.
לתועלת הענין איז וויכטיג מען זאל אכט געבן, נישט צו רעדן/שרייבן מיט א ווילדע שפראך, וד"ל, ווייל דאס וועט אפעקטירן די קאמפיין און ברענגען פארקערטע רעזולטאטן חלילה.
פרופ' יהודה היס
פתולוג ראשי במכון
[email protected]
011-972-50-624-2747
Prof. Jehuda Hiss:
You, the pathologists at Abu Kabir Forensic Institute, have been caught storing 8,288 human body parts in jars for years. Jewish tradition teaches that the soul cannot rest in the World to Come as long as any part of the body remains unburied. Your storage of body parts is a crime that disgusts any person who has any feeling at all for the dignity and sanctity of the human body. World Jewry will not be silent until this offense is rectified. We demand that all parts be released for burial immediately!
Signing in protest,
________________________
ד"ר מיכאל ויגודה
ראש המחלקה למשפט עברי במשרד המשפטים
011-972-50-621-6657
Dr. Michael Wigoda:
You, the pathologists at Abu Kabir Forensic Institute, have been caught storing 8,288 human body parts in jars for years. Jewish tradition teaches that the soul cannot rest in the World to Come as long as any part of the body remains unburied. Your storage of body parts is a crime that disgusts any person who has any feeling at all for the dignity and sanctity of the human body. World Jewry will not be silent until this offense is rectified. We demand that all parts be released for burial immediately!
Signing in protest,
________________________
ענת ליהי זקלר
דוברת אסף הרופא
[email protected]
011-972-57-734-6869
Anat Lihi Zaklar:
The pathologists at Abu Kabir Forensic Institute have been caught storing 8,288 human body parts in jars for years. Jewish tradition teaches that the soul cannot rest in the World to Come as long as any part of the body remains unburied. Your storage of body parts is a crime that disgusts any person who has any feeling at all for the dignity and sanctity of the human body. World Jewry will not be silent until this offense is rectified. We demand that all parts be released for burial immediately!
Signing in protest,
________________________