א איד האט מיר היינט מבשר געווען אן אומוויסענדע זאך ביים ציבור וועלכע ווילן שוין לאנג פטור ווערן פון ראיות אסורות ביים קאמפיוטער און איך שפיר אז ממוז עס מפרסם זיין פאר יעדן איד וואס האט א קאמפיוטער און וויל נישט בע"כ פארפאלן ווערן
מקען בלאקן בילדער פון יעדע סייט באזונדער אדער פאר ווער עס וויל קען אינגאנצען בלאקירן בילדער פון זיין אינטערנעט
עס איז א פלא אז קיינער ווייסט נישט דערפון אבער פארט איז קיינמאל נישט צי שפעט
די זכות פון שמירת עניים וואס וועט פון דא פארשפרייט ווערן בכל העולם זאל זיין לרפואת האשה החשובה יענטא בת חי' מלכה לרפואה שלימה
פאלגענד איז די אנווייזינגען וויאזוי מען בלאקט די אינטערנעט ברוסער פון גוגעל קראם google crome (ביי די אנדערע אינטערנעט קען מען זוכען אבער מיר האבן עס דערווייל נישט געטראפן)
1) קליקט ביי די רעכטע זייט פון אייער סקרין אויבן וועט איר זעהט א צווענגל וואס מיינט סעטינגס
2) קליקט אויף אפשענס options
3) קליקט ביי די לינקע זייט פון אייער סקרין אויבן ביי די בלויע ווערטער onder the hood
4) קליקט אויבן (ביי פררייוועסי) אינמיטן מער לינקס קאנטענט סעטינגס content settings
5) זעהט דעם אויסווייל פון באקירן אלע בילדער ביי אימעידשעס images אדער קליקט אריין ביי menage exceptions און פולט אן דעם ליכטיג בלויען קעסטל מיט א וועב סייט וואס נאר דארט זאל ווערן די בילדער געבלאקט ווי למשל נאר טוויטער לייגט אריין דארט twitter.com און פולט אן די רעכטע זייט פונעם בלויען קעסטל אויף block נישט אויף allow
עצה טובה צו האבן צוויי יאָסערס users און ווען מוויל עפעס זעהן וויכטיג ווי קויפן אויף איבעי וכדומה זאל מען צוויטשן יאסער אדער קען מען בלאקירן אלע אימעידשעס און ווען מוויל עפעס זעהן וויכטיג קען מען טוישן אויף א וויילע די סעטינגס ווי אויבנדערמאנט
ביי די אנדערע אינטערנעט בראוזערס דארף אויך זיין אזא אפשען אבער מדארף עס זוכען. מיר האבן עס דערווייל נישט געטראפן און ווער עס ווייסט זאל ביטע מזכה זיין דעם ציבור
סאיז קלאר אז רוב אידן אין רוב פעלער ברויכן נישט די בילדער וואס שפרינגט אין די אויגן ווען מוויל ליינען סיי וואס צו נייעס אין א זייטל אדער אפילו פאר ביזנעס