פארוואס ירושלימע רב קומט נישט באזוכן ביים סאטמאר רבי
ס'איז נישט דאס ערשטע מאל וואס דער סאטמאר רבי שליט"א געפונט זיך אין אר"י (כמו שנאמר...). זייט ער איז סאטמאר רבי, ער איז שוין געווען עטליכע מאל אין ב"ב, און איינמאל אין ירושלים.
אלע מאל ווען דער סאטמאר רבי שליט"א איז געפארן קיין ב"ב (איינמאל כמעט אויף א גאנצע וואך), איז ער געגאנגען באזוכן ביי אלע רבנים און אדמורי"ם פון שטאט, פונקט אזוי ווען ער איז געווען אין ירושלים איז ער געגאנגען ביי אלע רבנים און אדמורי"ם פון ירושלים.
ווען ער איז געווען א באזוך אין ב"ב, איז עער קיינמאל נישט געפארן קיין ירושלים זיך טרעפן מיט איינער פון די רבנים, נישט דער ירושלימער רב, און נישט דער ראב"ד, און אויך נישט אנדערע רביים און רבנים. פונקט אזוי ווען ער איז געקומען עקסטער קיין ירושלים, איז ער נישט אראפ געקומען קיין בני ברק, אפילו נישט באזוכן ביי זיין שווער אדער ביי הרב וואזנר שליט"א.
ער גייט יעדן מאל עקסטער צו אנדערע פלאץ. ווען ער איז אין ב"ב איז ער אין ב"ב. ווען ער איז אין ירושלים איז ער אין ירושלים. ווען ער איז אין בני ברק באזוכט ער ביי די בני ברק'ע רבנים ואדמורי"ם, און ווען ער איז אין ירושלים באזוכט ער ביי די ירושלימ'ע רב, רבנים און אדמורי"ם.
אבער די שאלה איז, צו די ירושלימ'ר רב, וואלט זיך נישט געפאסט קומען עקסטער קיין בני ברק באזוכן דער מנהיג ישראל וואס געפונט זיך נישט ווייט פון איהם?
וואלט דאס געווען די ערשטע מאל, וואלט מען געקענט זאגן אז ס'איז צוליב זיין שוואכקייט נאך זיין אין שפיטאל באזוכן ביי רב אלישיב. וואלט דאס געווען די ערשטע מאל וואלן די זאלונים געקענט זאגן אז ס'איז צוליב דעם אז דער סאטמאר רבי האט זיך געטראפן מיט זיין שוואגער דער בעלזער, אהן איהם צו פרעגן. אבער, ס'איז נישט דעם ערשטע מאל, טו וואס איז דער תירוץ אויף די פריעדיגע מאל?
תוקן על ידי SIM89 ב- 19/02/2012 11:07:50
נשלח ב-19/2/2012 11:58
מ'קען אפילו נישט זאגן אויף דיר מחוצף, ווייל דו ביזט אפלעינער טיפש, רבינו הגדול ירושלימער רב דארף קומען באזוכן דעם סטמער רבי'ן?, אפשר קענסטו מסביר זיין פארוואס דער ירושלימער רב וואס איז אסאך אסאך עלטער פון אים דארף אים קומען באזוכן? נאך פארן קיין בני ברק. דער סאטמער רבי שליט"א איז געקומען אמאל פון קרית יואל באזוכן רבינו הגאון גאב"ד ירושלים ווען ער איז געווען אין וויליאמסבורג אדער אין בארא פארק?.
אינטרעסאנט, צום בעלזער מחוצף האט דער סאטמער רבי שליט"א יא גקענט פארן פון בני ברק קיין טעלז-סטון, אבער קיין ירושלים קען ער נישט פארן באזוכן ביי רבינו הגדול.
אזהרה, נישט שרייבן בלשון זלזול קעגן גדולי ישראל. דער מנהל
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 19/02/2012 20:28:41
נשלח ב-19/2/2012 12:00
גערעכט עפעס א אנשיקעניש פון פלעפקערייען פארוואס דער רבי באזוכט נישט ביים גאב"ד ווייל כאילו דער רבי מוז יעצט ארומפארן אין ירושלים אויף נאך 7 טעג באזוכן אלע רבנים דארט סדא איין סיבה פארוואס מפרעגט כהיום מער ווי פאריגעס מאל ווייל כהיום איז סאטמאר רבי ארויף מיט דרגות אין בליק פון כלל ישראל מער ווי טאפעלט ווי 2 יאר צוריק ממילא וואס דער רבי טוט האלט כלל שראל מיט יעדע ריר אז די פאריגע באזוך איז שוין כלא היה קעגן דעם און מדענקט גארנישט פון דעמאלץ
נשלח ב-19/2/2012 12:12
[quote]
מ'קען אפילו נישט זאגן אויף דיר מחוצף, ווייל דו ביזט אפלעינער טיפש, רבינו הגדול ירושלימער רב דארף קומען באזוכן דעם סטמער רבי'ן?, יא. דער סאטמאר רבי שליט"א איז מנהיג ישראל, און עומד בראש מערכות ישראל סבא, דער ריכטיגע ממלא מקומו פון רביה"ק מסאטמאר גאב"ד ירושלים ומרא דארעא קדישא, וואס אהן איהם איז נישטא עדה החרדית, און אוודאי ס'פאסט זיך אז דער ירושלימער רב, זאל קמען חולק כבוד זיין פאר ממלא מקומו און דער גרויסע שר צבא ה' וואס רבבות אלפי ישראל סרים למשמעתו. אפשר קענסטו מסביר זיין פארוואס דער ירושלימער רב וואס איז אסאך אסאך עלטער פון אים דארף אים קומען באזוכן? יא. דער גאנצע סמכות פון ירושלימער רב, איז יונק פון סאטמאר. נאך פארן קיין בני ברק אז ער קען פארן קיין בני ברק באזוכן ביי ר' חיים קניבסקי, קען ער חאטש פארן באזוכןן ביים סאטמער רבי. דער סאטמער רבי שליט"א איז געקומען אמאל פון קרית יואל באזוכן רבינו הגאון גאב"ד ירושלים ווען ער איז געווען אין וויליאמסבורג אדער אין בארא פארק? איך מיין אז יא. נישט נאר דאס, ווען דער ירושלימער רב צום ערשטען מאל געקומען קיין אמריקא, האט דער סאטמארע רבי געמאכט אן עקסטערע קבלת פנים ביי זוך אין ביהמ"ד הגדול אין קר"י, טראץ דעםם וואס צו מארגן איז דער ירושלימער רב געגאנגען באזוכן ביי זיינע מורדים אין ביי די געאסרטע בני יואל.
אינטרעסאנט, צום בעלזער מחוצף זיין שוואוגער האט דער סאטמער רבי שליט"א יא גקענט פארן פון בני ברק קיין טעלז-סטון נאך דעם וואס דער בעלזער האט געפולט זיין תנאי איבערבעטן רבוה"ק זיע"א, אבער קיין ירושלים קען ער נישט פארן באזוכן ביי רבינו הגדול ער מיט זיין אלע דיינים און רעבעס. אוודאי, אז ער גייט אריין קיין ירושלים דארף ער באזוכן נישט נאר ביים רב, נאר ביי אלע רבנים, און ער הייבט נישט אן מיט דעם, דאס מאכט ער אין א געללעגנהייט ווען ער איז עקסטער אין ירושלים.
ליין דעם צעטיל אין נאכדעם זאג מיך צי די פארשטייסט שוין פארוואס די גאבד גייט עם נישט באזוכען....
נשלח ב-19/2/2012 12:52
דער צעטיל וואס וואס שטאמט מכלומר'שט פון ירושלים'ער רב איז מהחל ועד כלה נישט געטויגן און נישט געפלויגן עס איז פשוט אבלוף פון איינעם א הוזה הזיות וואס ער רעדט נעבעך מהרהורי לבו אהן קיין שום בסיס עס איז פשוט צום לאכן כאילו דער רב האט געזאגט אז ער האט טאקע וואס מורא צוהאבן עס איז פשוט נישטא ווער זאל לאכן אז דער רבי זאל זיין געזונט האלט נעבעך די גאנצע וואך אין איין ציטערן וואס דער רב וועט זאגן די קינדערישע שיך איז ער שוין לאנג אויסגעוואקסן .
ליין דעם צעטיל אין נאכדעם זאג מיך צי די פארשטייסט שוין פארוואס די גאבד גייט עם נישט באזוכען....
ליין צום ערשט ווואס איך האב געשריבן, אין שפפעטער ענטפפער דיינע חלומות וואס האסט קאפי גענומען פון הייד פארק שרייבערס.
צום ערשט זיי מיר מוחל ענטפערן פארוואס דער ירושלימער רב איז פאר דריי יאהר צוריק, נישט געקומען באזוכן סאטמארע רבי אין בני ברק.
שפעטער ענטפער פארוואס דער ירושלימער רב איז געגאנגען באזוכן ביי די געאסרטע בני יואל וואס איז א פגיעה אין מרא דאתרא, א פגיעה ביים סאטמארע רבי דער ברך משה, און א פגיעה ביים פסק פון בי"ד עדה החרדית.
תוקן על ידי SIM89 ב- 19/02/2012 13:09:03
נשלח ב-19/2/2012 13:18
SIM89 כתב:
ליין צום ערשט ווואס איך האב געשריבן, אין שפפעטער ענטפפער דיינע חלומות וואס האסט קאפי גענומען פון הייד פארק שרייבערס.
צום ערשט זיי מיר מוחל ענטפערן פארוואס דער ירושלימער רב איז פאר דריי יאהר צוריק, נישט געקומען באזוכן סאטמארע רבי אין בני ברק.
שפעטער ענטפער פארוואס דער ירושלימער רב איז געגאנגען באזוכן ביי די געאסרטע בני יואל וואס איז א פגיעה אין מרא דאתרא, א פגיעה ביים סאטמארע רבי דער ברך משה, און א פגיעה ביים פסק פון בי"ד עדה החרדית.
תוקן על ידי SIM89 ב- 19/02/2012 13:09:03
איך געדענק נישט וואס איז פארגעקומען 3 יאר צוריק . איך רעדט וועגען יעצט די האסט געפרעגט פארוואס די גאבד קומט נישט יעצט קיין ב"ב צי באזוכען . די תירץ שטייט אויפן צעטיל פון דעם אליינס זעהסט טו אז די צעטל איז אמת ווייל אויב נישט וואלט ער זיכער געקומען קיין ב"ב אויף א באזוך...
נשלח ב-19/2/2012 13:30
ס'גייט מיר זייער וייניג אהן, וואס איז די מיינונג פון דער ירושלימער רב אויף דעם באזוך, אזוי וואו אלע זייענע מיינונגן.
אבער, אזא מין סארט ראיה, פון א מענטש וואס דעם מינימאלישע שכל האט נישט געהאט פאר דריי יאהר צוריק, קומען באזוכן סאטמאר רבי, און וואס האט געמאכט דאס פארקערטע פון נארמאלקייט וואו ער האט געמאכט מיט גייען באזוכן אין קרית יואל ביי די געאסערטע בני יואל אין ביי די שונאים פון מרא דאתרא, אנטקעגן די אייגענעם דעה פון הנהלת העה"ח. זאל איך פראבירן צו פארשטיין פארוואס די מאל ער קומט אויך נישט, דאס איז נישט א ראיה אויף אתה חונן לאדם דעת.
נשלח ב-19/2/2012 13:43
ירושלים'ער רב
לא המקום מכבד את האדם אלא האדם מכבד את מקומו...................
האט איינער געוואוסט פון הרב ווייס שליט"א פון אנטווערפען???????????????????????????????????
ירושלים'ער רב איז פונקט אזוי גלייך ווי אפגאניסטאנער רב...............
די פריערדיגע גדולים האבען דאס געמאכט פאר א יש אבער דער איצטיגער רב מיט די גאנצע חברה עדה'ניקעס זענען נישט מער ווי פאליטיקאנטען מיט געלט אינטרעסען.
נשלח ב-19/2/2012 13:44
SatmarBum כתב:
ליין צום ערשט ווואס איך האב געשריבן, אין שפפעטער ענטפפער דיינע חלומות וואס האסט קאפי גענומען פון הייד פארק שרייבערס.
צום ערשט זיי מיר מוחל ענטפערן פארוואס דער ירושלימער רב איז פאר דריי יאהר צוריק, נישט געקומען באזוכן סאטמארע רבי אין בני ברק.
שפעטער ענטפער פארוואס דער ירושלימער רב איז געגאנגען באזוכן ביי די געאסרטע בני יואל וואס איז א פגיעה אין מרא דאתרא, א פגיעה ביים סאטמארע רבי דער ברך משה, און א פגיעה ביים פסק פון בי"ד עדה החרדית.
תוקן על ידי SIM89 ב- 19/02/2012 13:09:03
איך געדענק נישט וואס איז פארגעקומען 3 יאר צוריק . איך רעדט וועגען יעצט די האסט געפרעגט פארוואס די גאבד קומט נישט יעצט קיין ב"ב צי באזוכען . די תירץ שטייט אויפן צעטיל
פון דעם אליינס זעהסט טו אז די צעטל איז אמת ווייל אויב נישט וואלט ער זיכער געקומען קיין ב"ב אויף א באזוך...
האסט נאכאמאל נישט געליינט וואס איך האב געשריבן, איך האב בכלל נישט געפרעגט אויף יעצט.
איך דארף נישט קיין ראיה אויף צעטעלעך, די צעטל איז הונדערט פראצענט אמת, אמת אז מ'האט דאס געשריבן אויף הייד פארק. אבער אז ס'איז נישט געווען, נישט געפלויגן און נישט געשטויגן, לא היה ולא נברא, איז אויך נישט קיין ספק.
נשלח ב-19/2/2012 14:16
בכלל עס איז א וואנדער וואס מען מאכט זיך צוטוען פון א צעטיל וואס חותמו מעיד עליו אז עס שטאמט פון א געוויסע בית היוצר פון שקרים געשוואלענע קעפ פול מיט נארישקייטן פון אזעלכע וואס אויף זיי זאגט מען בטלה מביאה לידי שעמום ושעמום מביאה לידי שגעון און די האלטן שוין נאך שגעון .
נשלח ב-19/2/2012 19:44
טייערע שרייבער לאמיר אראפקריכן און אפלאזן דעם טייערען ירושלימער רב וראש ישיבת פאר התורה שליט''א.