פארגאנגענעם שבת צופרי האב איך געדאווענט אין ראדני צוליב א שמחה. ביים לייענען האט מען מכבד מיט שלישי הר''ר... גרינוואלד נ''י, שווער פון אברהם בער יאקאבאוויטש בעפאר די אויפרוף חתנים וועלכע זענען מחויב עולה צו זיין על פי שולחן ערוך.
איך ווייס און פארשטיי אז פון מיין געפירקלאכץ גייט גארנישט פאסירן. מען וועט אלעס פארקוקען למען הפארטיי. אזוי האט פאסירט ווען מהרז''ל האט עובר געווען אויפ'ן שולחן ערוך בריש גלי ביים טאנצן ביי חתונות בתוך י''ב חודש לפטירת אמו הצ' ע''ה , ועוד ועוד.
אבער פארצייכנט אייך נאך א רינגעלע אין קייט פון אויסרייסן שטיקער פון שולחן ערוך למען הפארטיי
נשלח ב-27/2/2012 18:48
האסט פארגעסן דעם אויספיר, די חתנים האבן למעשה בכלל נישט עולה געווען ווייל די זאליס האבן דעם שו"ע אין בוידעם.
נשלח ב-27/2/2012 18:50
לויט'ן שו''ע דארפן די חתנים די חיובים עולה זיין בעפאר אדון גרינוואלד נ''י
נשלח ב-27/2/2012 18:55
יונה וואס פארשטייסטו נישט?
באמת וביי א צווייטען וואלטן די זאליס אפשר יא אויסגעפאלגט דעם שו'''ע,
נאר ווען עס האנדלט זיך מיט משפחת הידוע לשמצה/משפחת יאקאבאוויטש, דארט איז אן אנדערע הלכה, די זאליבאנעצעס פאלן פאר א וויטשל,
קדושת יאקאבאוויטש הוא למעלה מכל עשר קדושת!!!
נשלח ב-27/2/2012 19:08
איידער מען באשולדיגט זיי מיט'ן אויסרייסן דעם שלחן ערוך, אפשר קען עמיצער ברענגען א קאפי פון די הלכה ווי עס שטייט אז א חתן דארף עולה זיין בעפאר אן אנדערן?
רבי_יונה, עס איז דאכצעך מיר נישט מער ווי א מנהג אז א חתן איז עולה ערשט. קיין הלכה.
נשלח ב-27/2/2012 19:49
דאס אז א חתן איז קודם מיינט צו זאגן אז אויב ס'איז דא נאר פאר איינעם איז דער חתן "ענדערש" אבער עס מיינט בכלל נישט אז ער מוז באקומען זיין עלי' קודם. אפי' מטעם מנהג האב איך נאר געהערט אז ס'איז דא א הידור ער זאל באקומען פון די שבעה קרויים ענדערש ווי אן הוספה, אבער אויך מוז עס נישט זיין ביפאר אנדערע
נשלח ב-27/2/2012 20:06
מיין אטאקע אויף די זאלונים איז געקומען נאכ'ן הערן אין ראדני זעלבסט די פליאה פון עטליכע אידן.
אויב דאס איז נישט קעגען שולחן ערוך , דעמאלטס זענען די קריטיקירערס אין ראדני ווארשיינליך אומפארגינערס פון אברהם בער יאקאבוויטש.
און איך מצידי זאג טעיתי און איך בין מפייס יעדן וואס איז געווארן געטשעפעט