בית פורומים כל העולם כולו

שוידער: 20 פראצענט טריפות ביי מהדרין עופות. אפגעשטעלט שחיטה

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-13/3/2012 18:32 לינק ישיר 
שוידער: 20 פראצענט טריפות ביי מהדרין עופות. אפגעשטעלט שחיטה

ביטערע נייעס פון נעכטן י"ח אדר תשע"ב (מאנטאג ויקהל-פקודי)

א ספר'דישער רב הרב חושיאל וועלכער איז א משגיח ביי "מהדרין עופות" (התאחדות) פאר די ספר'דישע קהלה, האט נעכטן אונטערזוכט די עופות נאכ'ן שחט'ן, און ער איז שאקירט געווארן צו זעהן אז "א גרויסע פראצענט" זענען טריפה ממש צוליב די "צומות הגידין".

ליידער איז דאך דא די הוראה פון געוויסע מופקרים אז מ'דארף נישט "באקוקן" קיין צומות הגידין און אדאנק דעם האבן אידישע  קינדער געגעסן טריפה ממש, פאר גרויס געלט.

דער ספרדישער רב קען נישט קיין חכמות האט געזאגט אז די עופות זענען טריפה און ער נעמט עס נישט. מ'האט שנעל אלאמירט די רבנים המכשירים פון התאחדות הרבנים, וועלכע האבן נעבעך נישט געוויסט בין ימינם לשמאלם פון "צומות הגידין" און וויאזוי מ'איז עס בודק.

נאך א לאנגע דין ודברים האט דער הויפט רב הרב הלל וויינבערגער געגעבן דעם ארדער אפצושטעלן די שחיטה, און אנהייבן אונטערזוכן די עופות יעדע איינע באזונדער.


די בדיקות האבן געוויזן אז 25 פראצענט עופות זענען איבערגעריסן ביי די צומות הגידין. רח"ל.
ליידער גייט דער פראבלעם אן א לאנגע צייט, און  מ'איז נישט בודק (משום טעם הכמוס) און דאס גיט מען צו עסן בחזקת כשר למהדרין!





דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/3/2012 19:11 לינק ישיר 

א נקמה אין ר' הלל וויינבערגער ווייל ער האט אנדעקט פאר די גאס איבער די טריפות פון צומות הגידין וואס טוט זיך אין קרית יואל בית השחיטה



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/3/2012 19:18 לינק ישיר 

געלעכטער כתב:
א נקמה אין ר' הלל וויינבערגער ווייל ער האט אנדעקט פאר די גאס איבער די טריפות פון צומות הגידין וואס טוט זיך אין קרית יואל בית השחיטה


1.
עס איז נישט קיין נקמה ווען אידן מהדרין בכשרות עסן רח"ל טריפה. איך בין נישט קיין היטלער רח"ל אזוינס צו זאגן. עס איז א שרעקליכער מכשול ליידער.

אויב א נקמה איז עס אין די אויסווארפן וועלכע האבן "נישט בודק" געווען די אלע יארן, און דער דער ספרדישער רב הרב חושיאל האט געדארפט מאכן אן אלארעם, נאכדעם וואס יעדער האט געזען אז קרית יואל האט געטראפן, זיי נישט קלוגער.

ממילא אמאל, האט מען דאך נישט געוואוסט, אבער אויב מ'האט יא געוואוסט פונעם פראבלעם, פארוואס האסטו נישט נאכגעטאן? פארוואס האסטו געלאזט געבן פאר דיינע קאסטומערס טריפה ממש.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/3/2012 21:00 לינק ישיר 

די נייעס איז מיר נאר א שמחה ווייל איך ווייס בנאמנות אז דארט ביי דשי ענד דשי ווערט געשחטן טריפה פלייש פאר אידן נישט נאר צוליב צומות הגידין נאר בכלל מיט די אופן השחיטה ווי א שוחט האט מיר מעיד געוען אויפן משגיח אז ער ווייסט וואס א גלאט כשר מעסער מיינט פונקט ווי מיין אינגעל פון כיתה א' און דאס ליצנות וואס דארט טוט זיך ווען דיח רבנים קומען נעמען דעם טשעק איז עד להפליא ממילא האט מיין הארץ געצאפעלט ביז היינט פארוואאס די זאליס דארפן נכשל ווערן אין עסן טריפה פלייש און צומאל טיילט מען דאס ביי שמחות אויך פאר אנדערע אידן מדקדקים וואס חלומען נישט אז מרעדט פון טריפה ממש
אבער לאמיר האפן אז דער יעצטיגער שערירי' וועט זיי אויפשאקלען אביסל וידע הציבור ויזהרו



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/3/2012 21:10 לינק ישיר 

גרונים. דאס גראדע בין נישט מקבל.
איך האלט נישט אז די שוחטים קענען נישט שטעלן קיין חלף.

אבער די פראבלעם פון צומות הגידין איז אזוי געפערליך אז עס שרייט ביזן הימל. די פראגע איז צי וועט ר' יצחק שטיין מיט גאלאנטער רב און ר' הלל וויינבערגער הייסן מאכן א "ריקאל" אויף די עופות וואס זיי האבן פארקויפט די לעצטע 2 וואכן אדער נישט.

וועלן די רבנים המכשירים שטעלן די תורה הקדושה פאר זייער "פרעסטידזש" אדער נישט?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/3/2012 21:33 לינק ישיר 

שמעתי איז אין קרית יואל ווי מען איז בודק יעדע עוף

מאכט זיך אויך אז מען טרעפט יעדע שטוק צייט גרעסערע פראצענטן צומות הגידין

אין ווען נישט די בדיקות וואלט מען מכשיל געווען יודן מיט טריפות


אין איך גלייב שווער אז ביי התאחדות איז מען נישט בודק




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/3/2012 22:07 לינק ישיר 

דין תורה סלייגט זיך טאקע נישט אויפן שכל אבער אדברבה פרעג איינעם פון די שוחטים שטילערהייט אגב כהאב נישט גערעט פון די שוחטים כהאב גערעט פונעם משגיח אז דער שוחט וואס האט מיר דערציילט ער אליין ווייסט אבער זיין משגיח האט אים געהייסן ממשיך זיין מיטן פגוםדיגן מעסער ווייל דער שוטה משגיח מיינט אז ער ווייסט וואס א חלף מיינט אדער איז ער סתם א בהמה און האט נישט קיינעם העכער זיך פון וועם מורא צו האבן וויסענדיג אז קיינער אינטערסירט נישט אז ער זאל קענען די הלכות סאיז טאטאל אנע השגחה! אדרבה גלייבט נישט און פרעגט שטילערהייט איינע פון די ארבייטער דארט!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/3/2012 22:14 לינק ישיר 

גרוינים

ס'לייגט זיך נישט אויפן שכל אז א שוחט זאל נישט נישט קענען שטעלן א חלף

גלייב נישט אלעס



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/3/2012 22:46 לינק ישיר 

נאכאמאל איך רעד פון א משגיח העכערן שוחט און פון א מעשה שהי' בברור ממש נישט היינט נאר שוין אריבער א יאר צוריק האב איך עס געהערט פון א שוחט דארט 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/3/2012 05:25 לינק ישיר 

צומתהגידין כתב:
גרונים. דאס גראדע בין נישט מקבל.
איך האלט נישט אז די שוחטים קענען נישט שטעלן קיין חלף.

אבער די פראבלעם פון צומות הגידין איז אזוי געפערליך אז עס שרייט ביזן הימל. די פראגע איז צי וועט ר' יצחק שטיין מיט גאלאנטער רב און ר' הלל וויינבערגער הייסן מאכן א "ריקאל" אויף די עופות וואס זיי האבן פארקויפט די לעצטע 2 וואכן אדער נישט.

וועלן די רבנים המכשירים שטעלן די תורה הקדושה פאר זייער "פרעסטידזש" אדער נישט?


ווי קען מען צוריק בעטן די פלייש, זילותא דרבנן איז עפס א קליינע קייט




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/3/2012 17:20 לינק ישיר 

הוא הדבר אשר דברנו:
דער שלחן ערוך קומט פאר דעם פרעסטיזש.

אזוי ווי עס איז נתברר געווארן אז מ'האט פארקויפט פאר אידן טריפה ממש, זענען די בעלי מכשירים (אויב זיי האבן א טראפ יראת שמים) מחויב צו מאכן ריקאל, און זאגן פאר אלע מענטשן און מפרסם זיין אין אלע צייטונגען:

היות עס איז ליידער נתברר געווארן אז אין די לעצטע שיפמענטס זענען "מעגליך" אריינגעפאלן עופות מיט א שאלת טריפה וועלכע מ'האט נישט בודק געווען די צומות הגידין, ע"כ בעט מען ווער עס האט געקויפט "מהדרין" פלייש די לעצטע 3 וואכן זאל ביטע צוריקטראגן צום געשעפט, און מ'וועט אים צוריקצאלן דאס געלט.

ואתכם הסליחה, ויאכלו ענוים וישבעו !

הק' הלל וויינבערגער
הק' יצחק אייזיק אייכנשטיין
הק' יצחק שטיין
הק' שלמה שטערן

אבער אזוי ווי די רבנים האבן ליידער ווינציגער יראת שמים פון די רבנות הראשות, און זייער פארשטינקענע כבוד קומט פריער, וועלן זיי מאכן א פתח שין. שאַ.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/3/2012 18:14 לינק ישיר 

וואס ווילסטו פונעם גאלאנטער רב מיטן דעברעצינער רב?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/3/2012 18:19 לינק ישיר 

דיןתורה כתב:
גרוינים

ס'לייגט זיך נישט אויפן שכל אז א שוחט זאל נישט נישט קענען שטעלן א חלף

גלייב נישט אלעס



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/3/2012 18:31 לינק ישיר 

דין תורה,
זיי אלע געבן א הכשר אויף די מהדרין פלענט. און אויב מ'כאפט דארט 20 פראצענט טריפה, (נישט זייער משגיח) און זיי מאכן זיך נישט וויסנדיג צו זאגן פאר טוזנטער אידן מדקדקים בכשרות, מיר האבן אייך "מעגליך" מכשיל געווען מיט טריפות ממש פאר חדשים און יארן.

עס לאזט זיך נישט גלייבן אז די רבנים המכשירים זענען שטיל, און מאכן א שווייג פון די טריפה פלייש וואס זיי האבן דורכגעלאזט.

זיי זענען אלע שולדיג אן אויפקלערונג פאר אלע קאסטומערס.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/3/2012 22:50 לינק ישיר 

ביי אונז אין סאטמאר האט דער רבי ארויסגעברענגט דעם מוצאי שבת אין ביהמ"ד הגדול אז ווער עס פארקויפט אומיידעלע פאנדשעלאוס ובפרט די דיזיינערס וואס לאכן זיך אויס און ווילן דיקא נאר אריינברענגען פריצות זענען ממש א "פינקעל" און דער ווארט פינקל איז מיט וואס מקען מעורר זיין אידן מזאל כאפן אז טריפה איז טריפה 
אבער ביי אונזערע ברידער ליידער שונאי סאטמאר איז טריפה נישט מער ווי הליכה לבג"ץ און "פינקעל" וואלט געווען א לכתחילה אויב וואלט ער גארבעט מיט די זאליס אדער מיט התאחדות ע"ה עכ"פ אזוי זעהט עס אויס דערווייל 

תוקן על ידי גרוינים ב- 15/03/2012 22:53:43




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/3/2012 20:50 לינק ישיר 

עס איז נתברר געווארן אז דעם גאנצען שיפמענט פון טריפה'נע עופות (ביז 2 אזייגער נאכמיטאג) יום ג' פ' ויק"פ העעל"ט, ביי די מהדרין פלענט איז געפארן צו דעם בוטשער סטאר אויף 82 ליע עוועניו.

ערשט 2 אזייגער האט דער ספרדישער משגיח הרב חושיאל גענומען בודק זיין פאר זיין ארדער.
דער ספרדישער רב האט געמאכט אן אלארם און א וויי געשריי און מ'האט געמוזט אויפהערן שחט'ן. נישט ווייל די רבנים האלטן אז "צומות הגידין" איז עק וועלט, נאר מ'האט געמוזט פארשפטאפן דאס מויל פון הרב חושיאל, ער זאל נישט פארציילן פאר זיינע אויבערהארן אין אמעריקע און אין ארץ ישראל, אז "שווארצע בעקיטשע רבנים" זענען מאכיל נבילות און טריפות.

די טריפה'נע עופות פון מאנטאג און דינסטאג זענען ליידער צו באקומען אין 82 בוטשער סטאר, ואין פוצה פה. קיינער פון די משגיחים האט זיך דערווייל נישט אנגערופן הויך היתכן, פארוואס גיט מען אונז די טריפה'נע סחורה.





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > שוידער: 20 פראצענט טריפות ביי מהדרין עופות. אפגעשטעלט שחיטה
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 4 5 לדף הבא סך הכל 5 דפים.

bholext