בית פורומים כל העולם כולו

די טויזנטער ליינער פונעם שטערן לאזן זיך נישט פארפירן

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-13/3/2012 18:37 לינק ישיר 
די טויזנטער ליינער פונעם שטערן לאזן זיך נישט פארפירן

פארגאנגענעם פרייטאג שושן פורים, איין טאג נאכן ליינען אין די מגילה "מפוזר ומפורד בין העמים" האבן די איידעלע עסקנים געוויזן אז היינט האלט מען שוין א שטאפל ווייטער און נישט נאר איז מען צוטיילט און צושפרייט בין העמים נאר אפילו אינעם אייגענעם פאלק, צווישן אייגענע אידן זענען אויך דא וואס רופן זיך אידן און ווילן זיין צוטיילט און צוקריגט, און די גאסן זענען באקלעבט געווארן מיט פלאקאטן מיט דעם שוין באקאנטן מאדנעם איסור קעגן דעם באליבטן און גאר אינהאלטסרייכע מאגאזינען דער שטערן און דער שפאקטיוו.

דא האט אבער פאסירט א אינטערעסאנטע זאך, און געוויזן אז אפילו ווען א פאשקעוויל ווערט אויפגעהאנגען אויף די גאסן לעמפ און די ביימער אין שטאט, בלייבט עס נאך אלס דער זעלבער שמוץ בלעטל און די געטרייע ליינער פונעם שטערן האבן זיך אנגענומען פאר איר כבוד און זיכער געמאכט אז עס זאל נישט בלייבן קיין איין צעטל הענגען אין גאנץ וויליאמסבורג.

איך האב געכאפט א קורצן שפאציר ארום די גאסן פון מיין וואוינונג און נישט געקענט טרעפן קיין איין פלאקאט אדער א זכר דערפון אין גאנצן ארום. 

ווי איך פארשטיי גייט דער שטערן און איר צווילינג דער שפאקטיוו נישט ארויסגיין פון די גראסעריס אין ווילי אזוי גרינג און שנעל!

ברוך שנתן עולמו לשומרים. 



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/3/2012 19:07 לינק ישיר 

ב''ה אז כלל ישראל לאזט זיך שוין נישט מער פארפירן פון רבנים וואס ניצן אויס זייער טיטלן צו באגיין פארברעכן קעגן די מענטשהייט, מיט וואס כלל ישראל איז ליידער באשאנקן געווארן לרוב זייט דער שרעקליכער מן הארץ רבי זאלישעל האט זיך ארויף געצווינגן אויפן ציבור ביום המר והנמהר ח''י סוין תשנ''ט לפ''ק



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/3/2012 19:09 לינק ישיר 

בנציון לאוב האט דאך אויך אונטערגעשריבן אויפן איסור



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/3/2012 19:46 לינק ישיר 

אויב האט ער אונטערגעשריבן איז עס צוגעגאנגען אויף אן אופן כעין וויאזוי מען האט אונטערגעשריבן דעם דומ"ץ קרית יואל אויף די בתי וורשא מחאה.

דהיינו, מען האט אים אנגערופן אז מען שרייבט אונטער דא מערערע רבנים וועגן א געפערליכע פראבלעם אז די ציונים ווילן חרוב מאכן די בתי ורשא, און פארגעליינט די ערשטע און לעצטע און מיטלסטע שטיקל, און זעענדיג אז מען רעדט פון מלחמה לה' בעמלק האט ער מסכים געווען מצרף צו זיין זיין חתימה, און הערשט א טאג דערויף איז ער געוואויר געווארן וואס דער ציהל פונעם מחאה איז, און... צוריק גייט א קאזע.

בערך די זעלבע איז מסתמא דער פאל.

לדעתי, ווען מען וויל וויסן דער אמתער ציהל פון א מחאה, דארף מען קוקן אויף די ערשטע 5 חותמים.

און נאך בעסער איז, אויב מען קען געוואויר ווערן ווער עס שטייט דערונטער, דאס הייסט ווער עס זענען די עסקנים וואס האבן דאס ארויסגעגעבן.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-13/3/2012 21:08 לינק ישיר 

ר' בנציון לאוב האט "נישט" אינטער געשריבן

און נישט נאר ר' בנציון האט נישט אינטער געשריבן נאר קיין שום נערמאלע רב פון קיין שים קרייז

אויף דע צעטל זענען נאר אינטער געשריבן די סיקריקים רבנים וואס ווען שימעלע חזיר קימט מיט א צעטעל צי זיי אין זאגט זיי שרייב אינטער קיקן זיי אפילו נישט וואס זיי שרייבן אינטער נאר פרעגן: ווי איז א פעדער?

ווען זיי וואלטען געזיצען אויף גרויסע באנק אקאנטס וואלטן געשטאנען יעדען טאג ביי זייער טיר חמרים מיט מענטשען מיט בלענק טשעקס אינטער צו שרייבן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/3/2012 21:37 לינק ישיר 

קודם כל נישט אלע רבנים זענען פאליטישע רבנים

נאר די רבנים שרייבן קלאר אז זייער חתימה איז אויף די סמך פין 3 רבנים

איך האב שוין געשריבן אין א צווייטע אשכול ביי מיר איז סיי דער שטערן אין סיי דער בליץ נישט ראוי פאר אידישע שטוב


מיין שאלה איז נאר וואס איז דא געשעהן?

ווער זענען די 3 רבנים וואס אויף זייער סמך האט מען גענומען חתימות פין די איבריגע רבנים?

זיי שרייבן דאך קלאר אז די רעדאקציע פין די שטערן זענען געווען גרייט צו פארהאנדעלען, אין די תירוץ וואס זיי ברענגן צו איז בפי שכל אנושי זייער א שוואכע תירוץ?

פארוואס איז די קול קורא אזוי פאליטיש מאנעווירט?

פארוואס לאזט מען אויס דער בליץ?

פארוואס זענען די ענגליש מאגעזינען יא גיט? איז דער פראבלעם נאר אז ס'איז געשריבן אין אידיש?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/3/2012 21:49 לינק ישיר 

איך האב נאך ניטאמאל געזעהן די א"ג איסור, איך שרייב נאר לויט וואס איך ליין דא, ואני בתומי האב איך געמיינט אז מען קען טראסטן א ווארט פון "געלעכטער".

קען עס אפשר איינער ארויפשטעלן דא?



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-14/3/2012 09:15 לינק ישיר 

שקר ווי די עבודה זרה, ר' בנציון לאוב האט עס נישט אינטערגעשריבן.

דין תורה, דו האסט א רעכט אזוי צו האלטן, פונקט ווי איך האלט אז געוויסע שחיטות זענען אזוי כשר ווי מקדאנעלדס האט דאגס, אבער דאך פארקויפט מען זיי אין די היימישע געשעפטן, ווייל זיי טראגן א הכשר פון איינעם וועלכער רופט זיך א רב. דער שטערן האט א הכשר פון א מכון וועלכע שטייט אונטער די אויפזיכט פון חשוב'ער רבנים, און דער רב וועמענס נאמען שטייט דארט איז נאך אזוי חשוב ווי סיי וועלכער פון די חותמים.

קיינער מוז עס נישט אריינברענגען צו זיך אין שטוב, אבער דער איסור איז הויל וואנזיניגקייט. און וואס דער אויפטוה דערפון וועט זיין איז נאר אז מען וועט פארלירן נאך אביסל פון די גאר ווייניג געבליבענע רעספעקט פאר רבנים בכלל און פאר איסורים און חתימות בפרט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/3/2012 19:59 לינק ישיר 

גביר_אדיר,

וואס ביזטו אזוי היסטעריש איבער א קול קורא איבער אן איסור קעגן שפאקטיוו און שטערן.
איז עס דען דאס ערשטע מאל וואס די קול קורא'ס אונטערגעשריבן דורך רבנים בעירינו וויליאמסבורג איז הויל פאליטיק?


וואס ביזטו צערודערט פון די קול קורא?
איך קען זאגן אז כמעט 100 פראצענט פון אלע קול קורא'ס זענען פאליטיק, אונטערגעשריבן דורך די רבנים מיט פאליטישע אינטערעסן און האט גארנישט מיט אידישקייט.

ארטיסטן יוכיח (מ'איז מוחה קעגן פאליטישע שונאים, און קעגן אייגענע בוזעם-פריינט וועלכע פארדינגען פאר ארטיסטן איז מען שטיל)

פארדינגען חתונה זאל פאר ערלים יוכיח (מ'איז מוחה קעגן פאליטישע שונאים, און קעגן אייגענע בוזעם-פריינט וועלכע פארדינגען פאר גוי'אישע איווענטס איז מען שטיל).

פרוצות אין שטאט: ווען עטרת אברהם האט אריינגעברענגט פרוצות האסטו אמאל געזען עפעס א צעטל, א מחאה קעגן דעם?

אזוי קען  מען איבערגיין רוב קול קורא'ס, אלעס איז פלעין פאליטיק. און די רבנים GET AWAY WITH MURDER יאר איין יאר אויס. אלזא ווער נישט צעווילדעוועט יעצט.

נישט אומזיסט זענען זיי ללעג ולקלס אומעטום.





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/3/2012 19:26 לינק ישיר 

לאנצהוט ביסט גערעכט, איך דארף טאקע נישט ווערן אזוי צוטומלט. נאר ווייסטעך, ווען מען זעהט אזא קארופטירטע זאך, בפרט קעגן פריוואטע יחידים וועלכע האבן גארנישט מיטן פאליטיק, רעגט עס אויף.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > די טויזנטער ליינער פונעם שטערן לאזן זיך נישט פארפירן
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext