איך האב געהערט פין קראנטע מקורות אז פאר מרן רבינו הקדוש מסאטמאר שליט"א טוט זייער וויי צי וועלכע שטאפלן די התאחדות הרבנים האט זיך דערקייקלט מיט זייער השגחה אויף פסח
האט רבינו שליט"א באפוילן נישט צי ניצן קיין התאחדות הרבנים פראדקטון אין פסח אנשטאט דעם ניצט מען וואלוואע הכשר
זאל יעדער וויסן מיטן שטיצן די התאחדות ציקער שטיצט מען ירידת הדורות אין פארדארבענע רבנים
נשלח ב-5/4/2012 01:12
הנאה צו הערן, איך טראג שוין צירוק די סאכדות צוקער אין סטאר (ניין ,איך בין נאכנישט קיין ארוני) דאס הא באיך געשריבען לעצטע וואך. כמדומה אז ס'איז ווייט פון טיפשות, התאחדות האט זיך אלץ אויפגעטון אז מ'געט נישט קיין כשר לפסח השגחה נאר אויף גאר וויכטיגע פראדוקטען, אויך האבן זיי א בריוו פון רביה''ק אז מ'זאל דווקא קויפן התאחדות צוקער ווייל דאס איז זייער איינציגע הכנסה, איצט אז זיי האבן גענידערט די סטאנדערט, איז געווען אן אסיפת הרבנים?איז נאך די בריוו אקטועל?
נשלח ב-5/4/2012 01:43
די רבי האט באפוילן זייער שארף א ביי אים אין שטוב זאל נישט קיין התאחדות פראדקטון אנשטאט נעמט מען אלעס פין גפן
די רבי קאכט געפערליך איבער די ירידה פין די התאחדות אין אז ס'האט נישט קיין שום איבער זיכט פין רבנים ס'איז געווארן א ריין ביזנעס אונסטעטאציע אין זיכט נישט צי קעטערין דעם ערליכן ציבור
נשלח ב-5/4/2012 17:12
באלאני.
נשלח ב-5/4/2012 17:57
איך ווייס נישט פון ווי דו נעמסט די נייעס אזוי לאנג ווי ס'איז נישטא קיין בריוו אדער גערעדט ברבים, האסטו נישט קיין רעכט עפעס נאכצוזאגן בשמו
יעצט, איך קויף נישט התאחדות, אין טראסט זיי אויך נישט פאר א לעק וואסער, אבער זיי נישט תולה באילן גדול, יעדער דארף אליין האבן די אייגענע שכל וואס צו טון
ווען איך גיי אין גראסערי און אין זע די הכשר פון התאחדות שווימט מיר אויף די הזמנה פון התאחדות פארן רבינ'ס קינדער תשס"ה, און איך קלער צו מיר אזעלכע מענטשן זאל איך טראסטן?
נשלח ב-5/4/2012 18:57
וואלן-סח זייט ווען זענען דיין רבינ'ס קינדער העכער די תורה אז התאה''ר טאר זיי נישט שיקן אן הזמנה לדי''ת.
די תורה איז העכער יעדעם אפילו פון פארטיי פירע און זייערע קינדער.
נשלח ב-5/4/2012 19:55
אנטשולדיגט איך האב מיר נישט גוט מסביר געווען מיין פראבלעם איז נישט געווען די הזמנה, א הזמנה מעגן זיי שיקן פארן רבין אויך מיין פראבלעם איז געווען אז ווען די קינדער האבן געענטפערט אז זיי זענען גרייט צו גיין איז פלוצלים אלעס שטום געווארן, אין אנדערע ווערטער, זיי האבן מיטגעארבעט מיט די אינטערעסען פון די זאליס, און דאכט זיך אין איד איז דאן נתפרסם געווארן א הזמנה ב' אדער ג', בזמן ווען קיינער האט נישט געזען א הזמנה א' אפגערעדט אז ס'איז געווען נתפרסם אין איד בעפאר די קינדער האבן עס בכלל באקומען
נשלח ב-5/4/2012 20:06
איך האב היינט נאך אמאל גערעדט צי די שטוב די רבי לאזט נישט אריין ביי זיך אין שטוב קיין התאחדות פראדקטן ביי זיך אינדערהיים
איך זאג נישט אז ס'איז פסק פאר יעדן איך זאג עס נאר פאר ווער עס וויל וויסן וויאזוי די רבי פירט זיך פסח