|
|
| נשלח ב-19/4/2012 05:59 |
|
| |
פייערדיגע ווערטער פון רבינו שליט"א ביים סעודת הילולא כ"ו ניסן אין קרית יואל
יעצט ביינאכט אין קרית יואל ביי די סעודת הילולא האט רבינו שליט"א געשטורעמט איבער קאמפיוטערס און אינטערנעט ארויסברענגנדיג דעם חיוב פון האבן א פילטער, און אויסשרייענדיג בקול רם אז ס'איז א איסור גמור צו האלטן סיי וועלכע טעכנאלאגישע כלי אן א פילטער, און מען דארף האבן מסירות נפש פאר דעם. באזונדער האט די רבי זיך געוואנדן צו די געשעפטסלייט וואס האבן ארבעטער, זיי זאלן וויסן, אז פונקט ווי ביי דינא דמלכותא אויב איינער גליטשט זיך אויס אויף דיין פראפערטי קען מען דיך קלאגן, מלכותא דרקיעא איז די זעלבע זאך, אויב האט איינער חלילה געכאפט א גליטש ביי דיר אין אפיס ווייל דו האסט נישט געהאט א םילטער, ווען מען דיך קלאגן ביים בי"ד של מעלה
תוקן על ידי וואלןסח ב- 19/04/2012 06:04:14
|
|
|
|
| נשלח ב-19/4/2012 06:40 |
|
| |
יאפ, עס איז געווען א התרגשות'דיגער מאמענט, מען האט געקענט טאפן א געוואלדיגע ערנסקייט אין אנגעצויגענקייט אין די ליפט, בעת מ'הערט די שארפע דיבורים פונעם מנהיג ישראל, אין בעצם איז דער גאנצער טאג געווען א קידוש השם, ווער עס איז געווען ביים ציון הקדוש אין די צופרי אדער נאכמיטאג שטונדען אין געזען דעם געפאקטן ציון הקדוש אין די הארצרייסענדע קולות אין בכיות, האט ווי פון זיך אליין אויסגעשריגן, אה ברוך השם סאטמאר איז קאי וקיים, א היימישער ציבור, דער זעלבער ציבור וואס האט זיך געשטופט אין ראדני סט. ביי די הקפות אין טישן , דער זעלבער ציבור וואס שטיפט זיך היינט צוטאגס ביי מ"מ רבינו שליט"א אט די אידן, אין טאקע נאר די אידן האט מען געזען היינט אין קרית יואל ביים ציון הקדוש, ומכלל הן אתה שומע לאו, פון די אלע נייע "גוטע פריינט" וואס זענען צוגעקומען נאך תשנ"ט האט מען קיינעם געזען, אין די זעלבע זאך ביים געפאקטן טיש אין ביהמ"ד הגדול
|
|
|
|
| נשלח ב-19/4/2012 07:26 |
|
| |
איך בין געווען ביים ציון נאך 9 אזייגער און די אמירת תהלים האט נאך אנגעהאלטן מיט א געשטאפטען אוהל עס איז מיר געווען היימיש אין אוהל נישט וויניגער היימיש ווי אין ביהמ"ד הגדול וואו איך בין דערנאך אנגעקומען און קוים זיך אריינגעשטיפט צווישן די אלפי ישראל און טרערן פון התרגשות האט יעדן באנומען ווען דער רבי איז געבליבן שטיל און גערעדט ברגש קודש פונעם טאטען און דערנאך בעניני הדת און איבער קאמפיוטער וואס איז אסור צי האלטן אין א אידיש הויז וואס איז שוין א תקנה קבועה פאר אלע תושבי ק"י און ביי מוסדותינו אין וו"ב און עקסטער האט דער רבי די ערשטע מאל געזאגט דעת קדשו אז צי האלטן א כלי וואו קאמפיוטער וכדומה וכל שום וחניכה דאית להו איז אסור באיסור גמור אלס אביזרהו דגילו עריות און דער רבי האט אויסגעשראיגן מזאל רחמנות האבן אויף זיך און אויף די קינדער און דער רבי האט אנגעוואונטשן בזכתו הגדול אז יעדער זאל אהיימגיין בכל מיני ישועות
תוקן על ידי גרוינים ב- 19/04/2012 08:01:16
|
|
|
|
| נשלח ב-19/4/2012 21:42 |
|
| |
אלעס חוץ מענטשן זענען געווען דארט, איך האב געמיינט אז ענק זענען יא חסידים פין ברך משה דערווייל זעה איך ענק האלטן נישט זיין יארצייט, מען גייט אינז ווידער נאכמאכען מיטן לייגען א גרויסע פארבאט אויף בילדער ווייל די נעכטיגע בילדער זענען בישות
|
|
|
|
| נשלח ב-19/4/2012 22:02 |
|
| |
שארמאשער אפילו אויב דו שפילסט זאלי רעג נישט אויף די נארמאלע זאליס וועלכע זענען נאך אונער בושות פון די נעכטיגע ליידיגע בענק אינעם קליינעם ראדני און צום מנהל איך מיין אז שפילן פארטיי איז נגד תקנת הפורום
|
|
|
|
| נשלח ב-19/4/2012 22:32 |
|
| |
דער עולם וועט דא עדות זאגען אז די שפילסט ענדערש ארוני ווי איך שפיל זאלי, נישט אלס וועט מען האט נישט וואס צו ענטפרן דארף מען שרייען אין די וועלט אריין
|
|
|
|
| נשלח ב-20/4/2012 00:03 |
|
| |
וואס האט שארמאשער פון שפילן זאלי?
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
|
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.
|