בית פורומים כל העולם כולו

באמבע!!! קאנטי: נישט דא קיין קעמפס ביז מפארהאנדעלט

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-27/4/2012 23:49 לינק ישיר 
באמבע!!! קאנטי: נישט דא קיין קעמפס ביז מפארהאנדעלט

ווי אן אטאם באמבע האט זיך אראפ געלאזט די נייעס, איבער די 2 זייטן בריוו פון די קאנטי איצט פרייטאג ערש"ק טהרה, וויי זיי וועקן אויף די זאלי פון זייערע זיסע "חיי שעה" חלומות ודמיונות, אז זיי האבן שוין די קעמפס אין טאש, און אלע פערמיטס זענען דא, מענצער שלום דייטש זאגן... נידערמאן דאנקט מען.... לופעז ארלעדיגט... חסדי ה'....

היינט האט געפלאצט זייערע חלומות ודמיונות ווען עס איז ווידער ארויס געקומען כתוב וחתום ווי די די לויערקע פון אלסטער קאונטי עקזעקעטיוו דירעקטאר האט היינט ערש''ק געענטפערט אין א בריוו צו די זאליס: קומטס ענק אדורך מיט די ארונים, און ביז דאן וועלן נישט פארקומען קיין שום אינספעקשאנס אין די 4 קעמפס וועלכע זענען גאר נוטיג צו קענען אפילו טראכטן פון באקומען א פערמיט. דין תורה אדער פארהאנדלונגען זענען די לעזונגען צום שווערן פלאנטער.

ביי די זאליס איז היינט תשעה באב, די זאליס אנטלויפען פון ווער עס וויל נאר כאפן א ווארט ביי זיי, זיי דרייען זיך ארום ווי טויטע מענטשן, ווי עס קוקט אויס וועט די הצלה זיין ביזי די נעקסטו פאר שעה.



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/4/2012 19:58 לינק ישיר 

חלה דעקלעך ענק קענען טאנצען נאך אפאר וואכען מארק מיי ווארדס ענק גייען גארנישט באקימען אין מיר גייען האבען א פערמיט אויף אלע פיר קעמפס איך קען נישט אלעס שרייבען ווייל איך ווייס ציפיל אייין זאך וועלען ענק האבען צי געדענקען אז ווען אייעםסמארט זאגט עפעס איז געזאגט....



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-30/4/2012 20:18 לינק ישיר 

מען בעט דער עולם זאל שרייבן ווייטער דא די נייעס פון די קעמפס



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/4/2012 20:20 לינק ישיר 

 

רבי_יונה:

היינט אין קאורט:
1)די זאלונים אנטערן נאמען ''מחנה רב טוב'' ווילן עפענען א נייעם קעיס איבער די קעמפס.
2) דער ריכטער האט געגעבן פאר אונז ביז יוני 12 אריינצוגעבן פאפירן פאר א ''מאושן טו דיסמיס'', פארוואס נישט צו לאזן עפענען א נייע קעיס.
3) די זאלונים האבן געבעטען ''דיסקאווערי''. דער ריכטער האט געזאגט ''ניין''.
4)ריכטער: סאטמארער סכסוך קען מען נישט לעזן אין געריכט נאר ביי די תורה




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/4/2012 20:21 לינק ישיר 

יונה כתב: 3) די זאלונים האבן געבעטען ''דיסקאווערי''. דער ריכטער האט געזאגט ''ניין''.

ר' יונה קענסט אפשר מסביר זיין וואס דאס מיינט ''דיסקאווערי'' ?

אין בכלל פארציילן אביסעל מער פרטים וואס עס איז פארגעקומען און קארט היינט ?

ישר כוח פאר דיינע שטענדיגע אפדעיטס





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/5/2012 01:52 לינק ישיר 

דזשאסט געהערט, 
הרה''ח ר' אברהם מאיר פויגל שליט''א האט היינט גערופן דוד ראזענבערג אין קעמפ אפיס און געזאגט אז ער וויל איינשרייבן דריי קינדער אין קעמפ, פרעגט עם דוד רז''ב "האסט דען קינדער אין שטוב"? פרעגט עם ר' אברהם מאיר "האסט דען א קעמפ"???  און דוד האט אראפ געשאסן דעם טרייבל...  



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/5/2012 19:18 לינק ישיר 

 
כפי השמועה ששמעתי,

האבן די זאליס באקומען א הבטחה צו באקומען א פערמיט, וויטא לאפאז ארבעט זייער שווער פאר זיי אין אלבעני, (זיי האבן נאך נישט אויפגעגעבען) אין די קאנטי האט באקומען גרויס פרעשער אז אויף היי יאר זאל מען זיי נאך געבען א פערמיט, מיטן אויסרייד אז דריי טויזענט קינדער האבן נישט ווי צו גיין, ווייל עס איז שוין צו שפעט צו זיכען יעצט א נייע קעמפ, אבער אויף נעקסטע יאר וועלן זיי נישט קענען באקומען ביז זיי פארהאנדלן נישט מיט אונז.

(איי קענסט דאך יעצט אויך פארהאנדלן, איז פאר וואס ברויך מען זיי יעצט געבען א פערמיט, דא קומט שוין אריין די מיליאנען וואס מען שמירט רעכטס און לינקס און די טעראר וואס מען זייט אן ווי מען קען וד"ל ווי שוין אויסגעשמועסט און אנדערע אשכולות)

אין ווי מען הערט איז אפגעמאכט, אז מען וועט ווארטן ביז די גאנצע גערודער וועט שטיל ווערן, און אין די לעצטע מינוט וועלן זיי עס באקומען כדי די ארונים זאלן עס נישט קענען באקעמפען, זיי האבן שוין איינגעגבען די פאפירן פאר די פראגרעמס, און איינגעמאלדן פאר די אינסטאנצן אז די פערמיט וועט נאך קומען און אפאר וואכן ארום, מען ארבעט און די קעפס אינגרויסן עס גרייט צו מאכן פארן זומער, און די גאנצע צאראמאניע וואס עס קומען פאר און די חדרים מיט מכלומרשט זאגן תהילים און האלטן דרשות קעגען אונז, איז נאר כדי צו קענען העצען די יוגענט אויף די ארונים ווי זיי טוען עס כסדר מזמן לזמן, עס איז נישט מער ווי א שפיל די גאנצע זאך.

איך שרייב עס פארדעם דער עולם זאל זיין אינפארמירט פון די לעצטע געשענישן וואס קומען פאר בשתיקה, און זיך נישט פארנארן פון אילאזיעס.

.


תוקן על ידי guar ב- 02/05/2012 19:51:04




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/5/2012 19:26 לינק ישיר 

און די אהרונים האבן נישט די מיליאנען צו שמירן?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/5/2012 19:41 לינק ישיר 

 געלעכטער, כ'וועל איבערלייגן א תגובה וואס כ'האב שוין געשריבן און אן אנדערען אשכול וועסטו אלעס פארשטיין 


לכאורה גייען זיי עס באקומען ווי אזוי, פרעג מיך נישט, זיי די זאליס זענען מלומד בשוחד ובטעראר, אז מען קען נישט אויפברעכן די טיר ברעכט מען אויף די פענסטער, אז נישט די פענסטער מאכט מען א לאך און דער וואנט, אופן דאך, פון דער ערד, ביז מען קומט אן,

און נאך אזאך פאר די ארונים איז די גאנצע זאך נאר א בענעפיט, אויב וועט עס געלונגען צו ברענגן די זאליס צו דין תורה אדער כאטש צום פארהאנדלונגס טיש, איז דאך מה טוב ומה נעים, און טאמער נישט, איז נישט, מען דארף פראבירן אלע אופנים וואס נאר מעגליך, אויב איז עס נישט געלונגען איז פארפאלן, און פארשטייט זיך אז קיין גרויסע געלטער גייט מען נישט ספענדן דערפאר און אוודאי נישט קיין מליונים.

ווידארום פאר די זאליס איז דאס סתימת הגולל, אויב וועלן זיי נישט קענען עפענען די קעמפס איז דערנאך מיט די גאנצע זאלי רבי וזנביו, אפילו אויב זיי וועלן זיך עפעס אן עצה געבען דורך דינגען עפעס אנדערש, אפגערעדט די מאראל וואס דאס וועט אויסקלאפן אויף זיי מיט א ביטערע מרה שחורה, במילא פייטן זיי דערפאר מיט ציין און נעגעל אזש זיי וועלן גרייט זיין זיך אויסצוטוהן די הויזן (שוחד בלע"ז) פאר כאטש וועלעכע פאלאטישען, אפילו עס זאל זיי קאסטן און די מיליאנען וד"ל, קענסט זין זיכער אז ביי די זאלי (פאר)פירער שלאפט מען נישט רואיג, און מען עסט נישט רואיג, טאג און נאכט טראכט מען צו וועם מען אנקלאפן מיט די ריכטיגע "קאנעקשאנס (שוחד) בלע"ז" זיי דרייען איבער יעדעס שטיינדל וואס זיי קענען נאר, עס איז אזוי ווי איינער פייט פאר זיין לעבן, און פארן לעבן לאזט מען זיך קאסטען וויפיל עס פעלט זיך נאר אויס, און דארפסט פארשטיין די אלע פאלאטישענס שמעקט זייער גוט נאך אפאר דאלארן און טאש, ספעשעל ווען זיי דארפן גארנישט טוהן נאר בלויז אינטער שרייבן א נארישן פערמיט, במילא בין איך גארנישט אזוי סורפרייזט אויב איך וועל הערן אז סאיז זיי געלונגען אריינצוריקן א מתנת יד פאר עמיצען און זיי וועלן עס באקומען.

זאל זיך קיינער נישט איינרעדן אז עס האט צו טוהן וועגן מענצער נידערמאן קאנעקשאנס סאיז שטותים, סך הכל ווענט זיך עס מיט וויפיל פון די גרינע די קומסט, און ווי כ'האב שוין געשריבן די ארונים גייען נישט ספענדן צופיל, אבער די זאליס וועלן זיך אויסטוהן אינגאנצן, איי קענסט דאך קומען צו דין תורה, ניין, ח"ו, דאס איז דאך יהרוג ואל יעבור, נאך א גרעסערער איסור ווי די סקול דיסטריקט.

זאל דער אייבירשטער העלפן עס זאל שוין מקויים ווערן לא ירעו ולא ישחיתו בכל קדשי און וילמדו תועים בינה אן די כת הגזלנים וחמסנים זאלן תשובה טוהן איינמאל פאר אלעמאל און מקיים זיין דעם והשיב את הגזילה.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/5/2012 20:18 לינק ישיר 

guar
איך קען דיר בעטן א טובה ביטע

הער אויף צו פאנטאזירן

א הערצליכן דאנק



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/5/2012 20:30 לינק ישיר 

חלה דעקלעך עס וועט ענק גארנישט העלפען כ"ק אדמור שליטא איז אנערקענט אין די עולם התורה אלץ די סאטמאר רבי ענק קענען עם צי נעמען די ראס שיל, ענק קענען עם צי נעמען די קעמפס, ענק קענען עם אפילו צי נעמען ראדני... אבער זיינע צען טוזענט קינדער מיט זיננע טוזענט בחורים קענען ענק נישט צי נעמען דאס מיינט  אז מען האט ברוך השם צי בראכען די קליפה פין ר/ אהרן טייטעלבוים אוף דעם פייטען מיר שוין צוועלעף יאר אין איך קען ענק זאגען אז דער בן פראדעלס פלאן האט זיך גאר גיט אויסגעארבעט....



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-2/5/2012 21:03 לינק ישיר 

קראך היט , איך וויל פונקט אזוי ווי דיר עס זאל נתקדש ווערן שמו יתברך, מיט דעם וואס די זאליס וועלן מוזן קומען צו דין תורה און אפגעבען די גניבה, אבער מען דארף זיין ריאליסטיש און וויסן ווי מען האלט, איך בין נישט קיין פאנטאזירער.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/5/2012 21:16 לינק ישיר 

guar, ווען דו שרייבסט מפי השמועה, מיינסטו דערמיט קראנט אדער השערות?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/5/2012 21:26 לינק ישיר 

דער וואס האט מיר עס פארציילט, זאגט אז עס איז קראנט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/5/2012 21:32 לינק ישיר 

וואס עס גייט זיין קען יעדער זאגען, מ'דארף נישט גלייבן קיינעם'ס עתידות, דערווייל איז די קעמפ פארשפארט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/5/2012 21:45 לינק ישיר 

זייער קראנט אז דאס איז זיסע זאלי פאנטאזיעס! 

קען דאס פאסירן? זיכער אז יא! אבער אויב פאסירט דאס און די אהרונים לויפן גלייך אין קארט פאר א ריסטרעיניניג ארדער אקעגן דעם קאנטי עקזעקיוטיוו, איז פונקט אזוי זיכער אז זיי גייען דאס באקומען, ובפרט אז דער אייגענער קאנטי אדוואקאט האט שוין געשריבן אז לעגאל האבן זיי נישט די רעכט צו געבן פאר איין צד אן די הסכמה פון צד השני, דער פסק אז מען קען זיך נישט מישן איז זייער א קלארער, און ס'האט געארבייט ביים בית המדרש החדש און עס ארבייט ביזדערווייל ביים קאנטי עקזעקיוטיוו, און וועט זיכער ארבייטן אין קארט,

די פראגע איז נאר צו די אהרונים זענען גרייט צו גיין אין קארט, מיין וואוט איז אז טאמער גיט דער קאנטי עקזעקיוטיוו דעם פערמיט פאר די זאליס זאל מען זאפארט אריין געבן א קלאגע אקעגן דעם קאנטי עקזעקיוטיוו, אבער איך האב שוין געהערט פון אפאר רחמנות'דיגע אהרונים וואס ווערן נעבעך איבער גענומען פון זייער רחמנות געפיל אויף די נעבעכדיגע זאלי קינדער וואס וועלן נעבעך דארפן געשמאלצן ווערן אין די ביטערע היצן אין די שטאט, און אויב די דאזיגע רחמנות מענטשן וועלן גובר זיין דאן וועלן די אהרונים בלייבן מיט די צונג אינדרויסן פאר נאך 12 יאר און אפשר נאכמער, לא עת לחשות, מען דארף זיי שמאל מאכן ביז זיי וועלן זיך ברעכן. 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > באמבע!!! קאנטי: נישט דא קיין קעמפס ביז מפארהאנדעלט
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext