בית פורומים כל העולם כולו

איז סאטמאר טאקע באנקראט???

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-1/5/2012 20:47 לינק ישיר 
איז סאטמאר טאקע באנקראט???

איך בין אויפגעוואקסן אין סאטמאר מיין גאנץ לעבן. איך בין אויפגעוואקסן מיט די שיטה 24 שעה א טאג. וועלכע זאפטיגע קללות מיר האבן געקענט אויסטרעפן אויף די ציונים און אגודא'סיטן זענען מיר געווען גרעסערע קנאים. פון אונזער פוינט אויף וויאו זענען די אלע וועלכע זאגן נישט תחנון ה' אייר רשעים, גוים, נאציס וכו' און זיי זענען שילדיג אין אלע צרות אין די וועלט וכו' וכו' וכו'.

שוין פון אלס בחור האב איך נישט פארשטאנען די שמחה פון גיין פראטעסטירן גוים די ציונים. מ'דארף ליידער גיין צו דעם גוי אויסזאגן ווי שלעכט דער איד איז, אקעי. אבער וואס איז די שמחה וואס? פארוואס זעהט מען יעדעם אראפקומען פון די געלע באס מיט א שמייכל פון איין אויער צום צווייטן, יא! מיר גייען זיי אלע לערנען טאנצן. פארוואס זעה איך נישט קיין אמת'ע טרער אז מ'איז אנגעקומען ליידער צו מצב פון גיין אויסזאגן דעם גוי ווי שלעכט דער אנדערע איד איז.

איך האב נישט געקענט פארשטיין די שמחה וואס מ'דערציילט ווי אזוי די קנאים האבן אנגעהאקט די "רשעות'דיגע" ציוניסטישע פאליציי נאכדעם וואס זיי האבן אפגעשטעלט די גאס און די פאליציי איז געקומען מאכן סדר (לאמיר זעהן אז מיר זאלן אפשפארן דעם 17 אדער די בי קיו אי, וואס מיינסטו גייט די פאליציי טוהן? טיילן סענדוויטשעס פאר די עולם???) איך האב קיינמאל נישט געזעהן קיין מחאה אויף דעם. 

יעדע זאך וואס שמעקט מיט אנטי ציונות איז כשר וישר. דער פרעזידענט וויל צוריקגעבן רוב פון מדינת ישראל פאר די אראבער (און נישט וועגן ער האט איינגעזעהן אינעם ספר על הגאולה ועל התמורה). שטייט שוין אינעם עדיטאריעל פון די בלאט "ייש"כ מיסטער פרעזידענט". יעדער מיצר לישראל ווערט א גאנצע מן דאמר. אין די אוצרות איז געווען אן ארטיקל אינעם ראש השנה אפטיילונג וועגן די רציחות וואס אצ"ל האט אדורכגעפירט אין אראבישע שטעט. נאכגעשריבן ווארט ביי ווארט פון די אראבישע פראפעגאנדע און לגיונות, וואס אפילו די יו ען (וואס איז נישט באקאנט אלס גרעסטע אוהב ישראל) האט אפגעוואנדן אלס שקר, אבער אינעם אוצרות שטייט אזוי.

וואס עס באדערט מיר יעצט זייער שטארק. און עס איז ביידע סאטמאר'ס גלייך. עס גייט זיין א סיום דף היומי אין אפאר וואכן ארום, ווי 90 טויזענט אידן גייען זיך באטייליגן, אבער אמת 90 טויזענט אידן, די מארגנים פון דעם מעמד זענען געווען גרייט אוועקצוגעבן 20 מינוט פון דעם מעמד פאר די אינטערנעט פראבלעם "בחינם"!!!!! אבער די תירוץ איז געווען אז מ'טאר נישט גיין מיט אגודה.

וכאן הבן שואל, מיר איז מען שוין מסביר אז די אינטערנעט איז ווי א רוצח, א פייער וכו', מ'האט א ברירה צוזאמברענגען 90 טויזענט מענטשן קעגן דעם אינטערנעט, און יא! עס וועט זיין אגודה אויך, איז עס נישט גוט. ווייל מיר גייען נישט מיט זיי.

ווען א פייער ברענט, רופט מען אפילו דעם שווארצע גוי דאס אויסצולעשן. ווען א רויבער דרייט זיך אין מאה שערים רופט מען די ציוניסטישע פאליציי אים אפצושטעלן, ווען א זעלבסמערדער קומט צו בית שמש ה"י, רופט מען די ציוניסטישע פאליציי. ווייל ווען א פייער ברענט קוקט מען נישט אויף גארנישט. אויב איז די אינטערנעט נישט אזוי וויכטיג צוזאם שטעלן כלל ישראל, ארוינים מיט זאלוינים, סאטמאר מיט אגודה, איז נישט וויכטיג דאס ארויסצווארפן פון דערהייים אדער פילטערן מיין טעלעפאן. 

דער הייליגע חפץ חיים איז אמאל געזאגט ביי א דרשה אז רעדן לשון הרע איז פונקט ווי עסן חזיר, האט זיך איינער אנגערופן: איך האב נישט געוואוסט אז חזיר איז נישט קיין פראבלעם. אויב די "שיטה הקדושה" איז מער וויכטיגער פון אינטערנעט פראבלעם, דעמאלס קום מיר נישט פארקויפן די הארבקייט פון אינטערנעט.

אויב קען מען נישט גיין אין סיטיפיעלד ווייל אגודה קומט, איז סאטמאר טיעף באנקראט, און טיעף אינדער ערד, און עס איז צייט פאר סתימת הגולל. 



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/5/2012 21:03 לינק ישיר 

איך װיל דיר נאר פיקסן די כינוס אין סיטי פיעלדס האט גארנישט מיט די אגודה אדער דף יומי די מישסט אױס מיט דעם סיום צװײטנס, סאטמאר האט נישט קײן פראבלעם צו זײן אין אײן כינוס מיט די אגודה, אונז זעמער שױן געװען אױף פראטעסטן מיט אגודיסטן אזױ װי כ''ק אדמו''ר מװיזניץ־מאנסי מהר''א מסאטמאר האט פארשידענע אנדערע פראבלעימען מיט דעם כינוס, ענגליש, װידעא סקרינס, די הכשר אױף געפילטערטע קאמפיוטערס ועוד סאיז נישט קײן חילוק װיפיל אידן סגײען זײן, פארשטײ איך אז ער האט פרינציפן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/5/2012 21:25 לינק ישיר 

דאס מאכט נאך ווייניגער סענס. איז טאקע די פראבלעם פון תשע"ב-2012 רעדן ענגליש???? איז טאקע רעדן ענגליש ארגער פון אינטערנעט?????



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/5/2012 21:31 לינק ישיר 

דיין הקדמה ווייזט אז די ביזט אדער שרייבסט נאך א משכיל א שאד יעדעס ווארט צו ענטפרן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/5/2012 21:38 לינק ישיר 

די האלטסט טאקע אז כ''ק אדמו''ר מסאטמאר װיל אז אידן זאלן זיין אויף די אינטערנעט? דאכט זיך מיר אז ער איז די גרעסטער לוחם אנקעגן טעכנאלאגיע, די פראבלעם איז, דער כינוס גיט כמעט א הכשר אויף אלעס וואס ער האקט אנקעגן, און לאמיר זיך נישט נער׳ן, ווער נאך ווי אונז אויף די אינטערנעט ווייסן ווי טרײף געפילטערטע אינטערנעט איז. די איינציגע סיבה פארװאס סאטמאר רבי טראכט אפשר יא צו גיין, איז כדי דער כינוס זאל נישט גײן באנקראט. איך װאלט געטױשט דעם קעפל ''איז דער כינוס טאקע באנקראט אן סאטמאר?" י



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/5/2012 21:43 לינק ישיר 

ויואמ_אמת כתב:
דיין הקדמה ווייזט אז די ביזט אדער שרייבסט נאך א משכיל א שאד יעדעס ווארט צו ענטפרן


די טיפיקל ענטפער ווען מ'האט נישט וואס צו ענטפערן. איז נישט אמת וואס איך שרייב? 

איז דאס נישט די וועג ווי אזוי יעדע סאטמארע אינגל טראכט?
שלאגן נישט די קנאים אין אר"י די פאליציי? ווארפן זיי נישט קיין שטיינער און ווינדלען?
שפארן זיי נישט אפ די ראודס?
גייט מען נישט מיט א שמייכל צו די פראסטעסן?

דאס איז די אמת, קבל את האמת ממי שאמרו



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/5/2012 21:47 לינק ישיר 

Ahroiny כתב:
די האלטסט טאקע אז כ''ק אדמו''ר מסאטמאר װיל אז אידן זאלן זיין אויף די אינטערנעט? דאכט זיך מיר אז ער איז די גרעסטער לוחם אנקעגן טעכנאלאגיע, די פראבלעם איז, דער כינוס גיט כמעט א הכשר אויף אלעס וואס ער האקט אנקעגן, און לאמיר זיך נישט נער׳ן, ווער נאך ווי אונז אויף די אינטערנעט ווייסן ווי טרײף געפילטערטע אינטערנעט איז. די איינציגע סיבה פארװאס סאטמאר רבי טראכט אפשר יא צו גיין, איז כדי דער כינוס זאל נישט גײן באנקראט. איך װאלט געטױשט דעם קעפל ''איז דער כינוס טאקע באנקראט אן סאטמאר?" י


דאס איז אמת ויציב. ווען ער זאגט ווען אז ער גייט נישט ווייל עס גוט אן הכשר פאר טריפה'נע טעלעפאנס, פילטער אינטערנעט. ביסט דאך דעמאלס זייער גערעכט, און קיינער קען נישט לייקענען די פאקט. אבער די ניגון וואס מ'זינגט איז גאר אנדערש: ענגליש, זעהן אנדערע רבנים, זיך צוזאמשטעלן מיט נישט סאטמארער רח"ל ה"י ל"ע. 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/5/2012 22:18 לינק ישיר 

וואו פונקטליך שטייט אז די מלחמה קעגן אינטערנעט איז תלוי אינעם צוזאמקום פון 90,000 מענטשן?!

מ'וויל מאכן פראפאגאנדע, פיין און וואויל. וואס וואלט פאסירט אויב די ארגאניזירער ערלעדיגן אז יעדע קהלה איבער דער גארער וועלט זאל מאכן אין די זעלבע צייט א ריזיגן כינוס קעגן דעם אינטערנעט. סאטמאר ביי זיך אינדערהיים, די זאליס ביי זיך, די לעקוואודער ביי זיך, און מ'קען ארגאניזירן אז ס'זאל זיין די זעלבע צייט אויך אין אייראפע און אין ארץ ישראל (א מין בחינה פון א קידוש החמה).

אזא כינוס וואלט געהאט אסאך א שטארקערן אפקלאנג. יעדע קהלה וואלט געארבעט ארויסצוברענגען ביי זיך וואס מער מענטשן; עס וואלט נישט געקאסט קיין געלט פאר די באטייליגטע; און קיינער וואלט נישט געהאט קיין פראבלעמען פון אויסמישן קודש מיט חול.

צי דארף טאקע מיין בחור גיין צו א כינוס וואו צענדליגער טויזנטער 'ארטאדאקסישע' אידן קומען זיך צוזאם און זען ווי שיינע רבנים האלטן דרשות אויף ענגליש, דארטן וואו איך האלט אים אין איין אריינפרעדיגן די יסודות'דיגע נקודה פון שם לשון מלבוש?

צי איז מיין בחור'ל מחוייב צו הערן אז מ'קען יא האבן א קאמפיוטער אינדערהיים מיט א גוטן פילטער אד"ג, דארט וואו זיין אייגענער רבי האט געמאכט אנדערע תקנות?!

קלאר און דייטליך, מיט פארשידענע חלקים זענען מיר בעסער און מער אפגעהיטן ווי א גרויסן חלק פון די אידן מיט וואס די כינוס ארגאניזירער ווילן אונז צוזאמשטעלן. וועמען עס געפעלט נישט קען געזונטערהייט גיין. ס'איז נישט דאס ערשטע מאל וואס מ'מאכט חוזק פונעם התבדלות צווישן ערליכע אידן און דעם שוואכערן ציבור, אונז האמיר עס פארטראגן ביז היינט און מיר וועלן עס פארטראגן אויך ווייטער.

און צווישן אונז גערעדט, אויב די ארגאניזירער זאלן ווען אריינלייגן דאס געלט און כח און מח אין צושטעלן א גרינגע סאפיסטיקירטע ביליגע אלטערנאטיווע צום עקזיסטירנדן אינטערנעט, וואלט דער גאנצער כינוס געווען גענצליך איבריג.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/5/2012 22:32 לינק ישיר 

ריפל כתב:
דיין הקדמה ווייזט אז די ביזט אדער שרייבסט נאך א משכיל א שאד יעדעס ווארט צו ענטפרן


די טיפיקל ענטפער ווען מ'האט נישט וואס צו ענטפערן. איז נישט אמת וואס איך שרייב? 

איז דאס נישט די וועג ווי אזוי יעדע סאטמארע אינגל טראכט?
שלאגן נישט די קנאים אין אר"י די פאליציי? ווארפן זיי נישט קיין שטיינער און ווינדלען?
שפארן זיי נישט אפ די ראודס?
גייט מען נישט מיט א שמייכל צו די פראסטעסן?

דאס איז די אמת, קבל את האמת ממי שאמרו


דו מישסט אויס הוידל מיט בוידל זייט ווען האט סאטמאר רבי מחזק געווען די סיקריקים?
איך מיין סנישטא נאך אייינער אין קאמף אזוי שטארק מיט די שקרנים אבער טאקע ווייל דער רבי דערליידט נישט קיין שקר דעריבער קען ער נישט טוהן א זאך וואס ער האלט אז ער פארבאטן דאס צו טאן 
איז מחזק זיין די עסקנים ורבנים בכל הכבוד אבער אז ער זאל טוישן זיין תורה? ער זאל טוישן תקנות וואס זיינע פארגייער האבן איינגעפירט מיט מסירת נפש? 
ביי די וועי מהאט ארומגערעט נעכטן ביי די אסיפה ביים רבין איבער דעם וואס מהאט נישט גערופן חב"ד צום כינוס צוליב וואס חב"ד איז ערגער ווי א אפיקורס ביי די ליטפישע וועלט און דער רבי האט ארויסגעברענגט אז יעדער פארשטייט אז ביי זיין קהילה איז פרינציפן וואס טאר נישט געבראכן ווערן וכו' און די רבנים שליט"א האבן מיטגעשטימט מיט פארשטענדעניש און ארומגערעט איבער א פאראייניגטע מיטארבעט אין דעם ענין פון טעכנעלאגיע בכלליות און פלענער אויפן עתיד איבער תקנות ביי אלע קהילות ביי כלל ישראל
איך האב יעצט גענדיגט הערן קול סאטמאר זיי לייגן עס זייער שיין אראפ ביי די נייעס אויף 110



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/5/2012 22:32 לינק ישיר 

עס איז אלעס נארישקייטן,

און סאטמאר וועט מען טאן פונקליך וואס רבינו שליט''א וועט הייסן, די אלע קישות וואס מר ריפל האט, האט רבינו שליט''א אויך, לאורו נסע ונלך,

מיז זענען נישט להבדיל בין אלף אלפי הבדלות וואו די זאליס, וואו דער רעבע פאפט און עס אונרעסירט אים נישט גארנישט, און איש כל הישר בעניו יעשה,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/5/2012 22:36 לינק ישיר 

טייערער ריפל

כ'האב דיר אסאך וואס צו קאמענטירן - נאר מיין צייט (בעה"ב) ערלויבט מיר נישט

קודם וועגן די פוינט אויף וויאו - האסטו שוין אליינס גיענטפערט/געפרעגט: איז דאס נישט די וועג ווי אזוי יעדע סאטמארע אינגל טראכט? טאקע אמת / אבער רוב מענטשן וואקסן עס אויס און באקומען שפעטער דעם ריכטחבערן בליק אויף מלחמה נגד ציונית (פונקט ווי מיט אלע ענינים) אויסער די וואס זייער שכל איז נישט געקומען מיט די יארן

דערנאך וואס די פרעגסט:
 וכאן הבן שואל, מיר איז מען שוין מסביר אז די אינטערנעט איז ווי א רוצח, א פייער וכו', מ'האט א ברירה צוזאמברענגען 90 טויזענט מענטשן קעגן דעם אינטערנעט, און יא! עס וועט זיין אגודה אויך, איז עס נישט גוט. ווייל מיר גייען נישט מיט זיי.
 
אין קורצן
ס'איז דא א בחינה פון א תורה'דיגע מיינונג - און ס'איז דא אבער א בחינה פון א הנהגה'דיגע בליק / א שטייגער ווי די בליק פון רבוה"ק לבית סיגוט ועוד למעלה בקודש דער חת"ס ודוגמתו אין אלע דורות - ג'וועל ברענגן נאר דוגמא - ביי די מאסן פראטעסט אין א"י נגד גיוס בנות האט דער הייליגער חזון איש זי"ע געוואלט מתיר זיין צוגיין צוזאמען מיט די מזרחי ווייל ס'וועט האבן א גרעסערע עפעקט / אבער סאיז געווען דער טשעבינער וואס האט בשום אופן נישט געלאזט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/5/2012 22:37 לינק ישיר 

ריפל פאר די ערשטע פאר פאראגראפן קומט זיך דיר עטליכע פון דעם  אבער דאס איבעריגע איז שוין אפען פאר דעבאטע.

אויף איין נקודה וויל איך מיר יא חולק זיין איבער די אקטיוויטעטן פון אצ"ל. איך בין נישט באקאנט מיט אלץ וואס אצ"ל און לח"י האבן געטון אבער איך דענק ווי אן עלטערע איד האט דערציילט ווי ער זעלבסט האט אין יענע יארן אויפגעריסן א באמבע אויף אראבער על לא עוול בכפו בלויז ווייל ער איז אן אראבער. די גרינדונג פון די מדינה איז געווען מיט טעראר און די פארלירער נעמען היינט ליידער דעם זעלבן מיטל וואס די ציונים האבן דעמאלטס גענומען.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/5/2012 23:59 לינק ישיר 

שוין לאנג וואס איך האב נישט געליינט דא אזא צומישטע תגובה וואס פארמאגט נישט איין שורה וואס שטימט מיטן מציאות אדער שכל, צושאמענגעשמאלצן א שטולנט טאפ פון דמיונות און סילופים.

גראטולאציע ריפל...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/5/2012 00:08 לינק ישיר 

געגאנגען כתב:

צי דארף טאקע מיין בחור גיין צו א כינוס וואו צענדליגער טויזנטער 'ארטאדאקסישע' אידן קומען זיך צוזאם און זען ווי שיינע רבנים האלטן דרשות אויף ענגליש, דארטן וואו איך האלט אים אין איין אריינפרעדיגן די יסודות'דיגע נקודה פון שם לשון מלבוש?

צי איז מיין בחור'ל מחוייב צו הערן אז מ'קען יא האבן א קאמפיוטער אינדערהיים מיט א גוטן פילטער אד"ג, דארט וואו זיין אייגענער רבי האט געמאכט אנדערע תקנות?!

קלאר און דייטליך, מיט פארשידענע חלקים זענען מיר בעסער און מער אפגעהיטן ווי א גרויסן חלק פון די אידן מיט וואס די כינוס ארגאניזירער ווילן אונז צוזאמשטעלן. וועמען עס געפעלט נישט קען געזונטערהייט גיין. ס'איז נישט דאס ערשטע מאל וואס מ'מאכט חוזק פונעם התבדלות צווישן ערליכע אידן און דעם שוואכערן ציבור, אונז האמיר עס פארטראגן ביז היינט און מיר וועלן עס פארטראגן אויך ווייטער.



דאס איז פינקלעך וואס איך שריי. אויב דו ביסט נישט געניג שטארק ביי דיר אינדערהיים מיט די שיטה, אויף אזוי ווייט אז דיין בחור קען נישט גיין פאר צוויי שעה צוזאמן מיט אן אנדערע קרייז איד (שומר תורה ומצוות) ביסטו אויף געבראטענע צרות. 

אין איין ווארט: צווישן די מלחמה מיט אינטערנעט, און זיצן נעבן אן אגודה'סט (ה"י, רח"ל). האט געווינען די נישט זיצן נעבן דעם אגודה'סט ביסטו אויף צרות און דו קענסט יעצט ענדיגן די מלחמה קעגן אינטערנעט ווייל דו ווייסט ווי שטארק עס באדערט דיר (און ווייטער, איך מיין ביידע זייטן סאטמאר).

אפילו די רבי ז"ל האט געוואלט אז ביי זיינע פראטעסטן זאלן קומען אלע קרייזן רבנים. נישט נאר די התאחדות הרבנים. ווייל עס איז דא די מלחמה מיט ציונות, און עס איז דא גזירות וואס מ'דארף ניצן אלע געווער וואס מ'האט.



תוקן על ידי ריפל ב- 02/05/2012 00:10:06




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/5/2012 00:25 לינק ישיר 

ריפל כתב:
 און זיצן נעבן אן אגודה'סט (ה"י, רח"ל).


סארי ריפל, מיר אלע האבן געמיינט אז דו דעבאטירסט די פראבלעמען וואס סאטמאר האט מיט די כינוס.

אצינד זעה איך אז דו רעדסט פון מנשה פלעפף'ן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/5/2012 00:40 לינק ישיר 

איז נישט דאס און ענגליש די סיבה פארוואס מ'האט געמאכט די אינטערנעט אסיפה מינדער וויכטיג?

ווען דו זאגסט ווען אז עס וועט נישט אויפטוהן, מילא..
ווען דו זאגסט אז עס גיבט אן היתר צו האבן אלעס וואס מיר אסר'ן, מילא.

וכדומה, עס איז דא אזוי סאך גערעכטע סיבות צו יא צו נישט צו גיין. פינקט נישט זיצן נעבן דעם אגודה'סט אדער הערן רעדן ענגליש "דאס" זענען דיינע פראבלעמען פאר נישט גיין? דיין בחור גייט דאך אליינס פארשטיין אז דאס גיבט אים נישט א היתר צו גיין מארגן אין א סטעדיום קוקן א געים, ווייל יעצט איז א מלחמה קעגן אינטערנעט גייט מען דארט אהין מיט רבנים. די זעלבע, אויב דיין בחור וועט זעהן אן אגודה'סיטע רב וועט ער יענע מינוט ווערן אפגעפארן, ביסטו ערענסט אין טשעפטער 11



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > איז סאטמאר טאקע באנקראט???
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext