דאס שרייבט צד מהרז״ל?
די מיטינג פון די קאנטי מיט די צדדים היינט איז געווען מיטן ציהל צו ברענגן ביידע צדדים צו א פשרה, מיטן פארשלאגן צוויי קעמפס פאר יעדן צד, מיט דער האפענונג צו באקומען לכל הפחות איינס פאר די ארונים, אדער א געשריבענע הבטחה אז נעקסטן יאר וועט מען עס צוטיילן פאר די צדדים. אבער די צדדים האבן זיך נישט געקענט דורכקומען, האט די קאונטי געבעטן א לאקאלן ראביי העכט ער זאל פרובירן מפשר זיין.
לעת עתה האט מען נישט געגעבן קיין באשלוס, עס זעהט שטארק אויס אז העכט האט זיך געהאלטן אז מען זאל טיילן שטיקלעך צווישן די צדדים אבער דערווייל ווייסט מען נישט וואס און וויאזוי, איין פארשלאג וואס העכט האט געגעבן אז ער וועט צושטעלן א קעמפ פון ליבאוויטש וואס שטייט ליידיג און איז עוועלעבל צו נוצן פאר דעם צד וואס בלייבט אויסגעשפילט.
איז דאס ריכטיג?
איינער ווייסט?