עס איז געשמאק צו זעהן וויאזוי עס ארבעט דער סיסטעם וויאזוי עס קומט ארויס א "דעת תורה" ביי די זאלונים.
ווען עס האט זיך אנגעהויבן שמועות אז רבינו שליט"א האלט אז דער געדאנק פון א כינוס כלל ישראל איז נישט געמאכט פאר סאטמאר, האט זיך אנגעהויבן פאליטישע רייבערייען צווישן די זאלונישע עסקנים ורבנים וויאזוי זיי זאלן זיך ארויסשטעלן.
זייער הויפט פראבלעם ביי אזא נושא איז די סתירה פון 2 וואגאנען אויף וואס די פארטיי פרובירט צו פארן: 1) אז זיי זענען די "רעכטע" און רבי אהרן איז א לינקער. 2) זיי זענען מענטשליך צו די גאס, נועם המידות סטייל.
יארן לאנג וואס מען האט מיר איינגערעדט אז ביי די זאלונים איז דא א "דעת תורה" פון א "הנהגה רוחני" פון די הייליגע חברי הביד"ץ, וואס דאס האט געברויכט זעטיגן זייער בני יואל'ישער ציבור וועלכע האט זיך קיינמאל נישט געוואלט אונטערווארפן אונטער א הנהגה פון א מנהיג, אבער דא איז "א בי"ד", אזוי ווי הגרז"ל פילעפף האט געזאגט ביי די אסיפת הכתרת עם הארץ ווען דער רבי ז"ל דער ברך משה איז נסתלק געווארן, אז הגז"ל גייט זיין אזוי ווי א לבנה מיט די שטערנס, ער וועט פירן די קהילה אינאיינעם מיט די הייליגע דיינים, וואס איינער פון זיי טראגט שוין טאקע דעם טיטל 'כ"ק'.
דא האט זיך אבער ארויסגעשטעלט א אינטערסאנטע בילד.
די חברי הבג"ץ זענען געזיצן טעג און וואכן, יעדן טאג האבן די עסקנים פונעם כינוס ווידעראמאל געוויסט אז "היינט נאכט" קריגן זיי א תשובה צו מען גייט צו נישט. אבער, יעדע אסיפה איז געבליבן אז עס גייט זיין נאך א אסיפה.
וואס גייט דא פאר? די הויעכגעשעצטע דיינים וועלכע זענען דן אזעלכע גרויסע טיפע סוגיות און ענינים ווי 'קשר בוגדים' וכדו' ווערן אזוי פארלוירן פון א סאטמארע השקפה שאלה?! זיי זענען דאך די אמת'ע ממשיכי דרך פונעם הייליגן רעבעזיכרוינעליבראכע! קען מען נישט עומד זיין על דעת צדיק?!.. מען זיצט און זיצט און זיצט, און מען איז מחליט ווייטער צו זיצן...
עכ"פ, ויהי היום, און עס ווערט באקאנט אז די גרעסטע גדולי ישראל האבן זיך אפגעשמועסט אויף איין נאכט און זיך אינאיינעם ארויסגעלאזט קיין קרית יואל צום סאטמארן רבין שליט"א, אויסצושמועסן זיין מיינונג בנוגע דעם כינוס, און זעהן צו עס זענען פארהאן געוויסע פרטים אין וואס דאס איז אנגעוואנדן און צו מען דארף עפעס טוישן אז ער זאל יא שיקן זיין עולם.
למעשה האט דער סאטמארער רבי שליט"א מסביר געווען אין א לאנגע שמועס זיין שטעלונג אז אזא זאך מיינט נישט סאטמאר, און ער אלס מנהיג וואס איז פאראנטווארטליך פאר זיין ציבור שפורט ער נישט אז ער מעג הייסן זיין ציבור גיין.
דא האט שוין די קאמפאני פון 550 בעדפארד אנגעהויבן שפורן דרוק אז מען מוז זעהן אז די רבנים זאלן קומען צו אים אויך. די רבנים האבן גערן מסכים געווען, ווייל למעשה זוכן זיי שטיצע פון סיי וועמען, און אויב זאגט מען אז א וויזיט ביי אים וועט מאכן די זאך פאר יענע פארטיי, שטרענגט מען זיך אן. טאקע נישט אזא גרויסע אראנדשירונג צוזאמענצוברענגען אלע אויפאיינמאל, אבער מען איז גרייט אריבערצוקומען פאר אפאר מינוט אפגעבן א "וויזיט".
די ליצנות דארף מען נישט מסביר זיין, ווען מען סקעדשולט א "וויזיט" (פון 10 מינוט) פאר סקולענער רבי און וויענער רב אויף 5 אזייגער, און אינדערצווישן גייט מען זיצן מיט די דיינים ("ישיבת בי"ד"...), און אויף 11 אזייגער סקעדשועלט מען הרב סאלאמאן. איז אפשר קען מיר איינער מסביר זיין, וויאזוי גייט עס צי. 5 אזייגער נעמט מען אויף די בקשה פון סקולענער בי, און דערנאך איז וואס? מען גייט איבערשמועסן מיט די דיינים וואס דער סקולענער רבי זאגט און מען גייט דן זיין צו ער זאגט אמת? און אויב יא? וועט מען שפעטער ווארטן אויף 11 אזייגער צו הערן וואס די ליטווישע זאגן? און נאכדעם? וועט מען באשליסן לויט?. נו שוין, צו פיל געטראכט...
עניוועי, דער עיקר ווארט איז, אז עס איז שוין געווען דרוק אז היינט מוז מען שוין ארויסקומען מיט עפעס א החלטה.
זעצט מען זיך ווידער צוזאם. פון איין זייט שטייט אבער יצחק שטערן און שרייט אז מיר מוזן זיך צושטעלן צו די זאך און דאס וועט אונז גרויס מאכן, עס וועט ברענגען כבוד, פון די צווייטע זייט שרייט מנשה פילעפף אז מען קען נישט לאזן רבי אהרן זיין דער 'רעכטער' און די זאלונים זאלן ווערן די לינקע.
למעשה קומט אן טעקסט פון די זאלונישע טוויטער-הויפטקווארטיר, אז עס איז געווען א ישיבת בי"ד איבער די "כינוס קעגן טעכנעלאגיע", און צום סוף האט די רבי מחליט געווען צו "סופארטן" די כינוס קעגן טעכנעלאגיע.
א רגע, אזוי ארבעט א ישיבת בי"ד? אז די רבי איז מחליט? גוט, ווייל ביז היינט האט מען אנדערשט פארקויפט. גוט צו וויסן. סוי האט מען מחליט געווען אז וואס? ערשטנס אז מען גייט עס נישט רופן כינוס כלל ישראל... מען גייט זיך אריינשטעקן די אויגן און זאמד, און פראקלאמירן אז עס הייסט "כינוס קעגן טעכנאלאגיע". געוואלדיג. אבער וואס טוט זיך למעשה מיט די כינוס קעגן טעכנעלאגיע, מען גייט? מען גייט נישט?
יענע פאר טעג, וועלכע זאלי איך האב נאר אפגעשטעלט מיט די פראגע: "וואס איז געבליבן, מען גייט אדער נישט"? האב איך נישט געפינען "איינעם" וואס האט זיך נישט צוקעקעצט. אלע שמועסן זענען געגאנגען בערך אזוי:
They are selling already tickets for zalis to the Kinus.
I wonder if it was a new Yeshivas Bes Din?
תוקן על ידי UnitedWill ב- 11/05/2012 08:28:38
נשלח ב-11/5/2012 20:03
א קהילה אן קיין תורה'דיגע פיערערשאפט, מען דארף געפעלן אזוי סאך פראקציעס אין מען מוז אויסרופן די פיינעל החלטה די לעצטע מיניט אז די קעגנער פראקציעס (די רעכט געשטימטע) זאלען נישט האבען ציפוהל צייט צו פארפירן, אין די לינקע זאל קענען אויספירן דעם שיינעם פיקטשער פארן נויסוויק פיקשטער אדמו''ר, א פאני קהילה (ווייניג געזאגט)
נשלח ב-11/5/2012 20:45
אינטערעסאנט אז אלע קהילות האבן פארשטאנען אז מ'דארף גיין צום כינוס, קיינער האט נישט געקוקט אויף די תורה, נאר ר' אהרן טייטלבוים פארשטייט צו די תורה.
נשלח ב-11/5/2012 20:54
אוי געלעכטער דערמאנסט מיך גיט, דאס האבען דאך אלע לינקע געזאגט אויף רביה''ק ז''ל בשעת זיינע הייליגע מערכות, עס איז אינז א כבוד דיין תגובה
נשלח ב-11/5/2012 20:56
פאר א טויש ביטע פארדריי נישט די אשכול, אין אז די קענסט זיי אויך מסביר לשיטתך פארוואס ביז יעצט האט דיין פארטיי נישט געקענט זאגען זייער החלטה נאר געמוזט ווארטן ביז די לעצטע מיניט?
נשלח ב-11/5/2012 21:32
95 פראצענט כלל ישראל גייט צי די בחירות הטמאות הייסט קומט אז זשיגאן וועט לכאורה אנהייבן צי גיין צי די בחירות ווייל ער איז הולך אחר הרוב
נשלח ב-11/5/2012 21:56
די חברה ווילן נישט הערן ווילן נישט פארשטיין וויפיל מאל מ'זאל עס נאר זאגן
הערטס נאכאמאל גוט אויס:
דער סאטמאר רבי האט גארנישט קעגן דעם כינוס, אדרבא ער האט א גרויסן קורת רוח דערפין ער טאנצט און שפרינגט ביזן הימלאז די עסקנים אראנזשירן דאס,
נאר זיין דעת תורה איז אז ס'נישט פאסיג צו מחייב זיין יעדן צו גיין מטעם קהילתו הק'וואס ער איז דער מנהיג רוחני, אויב א יחיד שפירט אז ער גייט נישט נחמץ ווערן דארט, איינער וואס וואטשט יוטוב אגאנצן טאג ליינט גויאישע צייטונגען און ספארטס, טוט דאך ממילא נישט ווי דער רבי'נס הדרכה, און אזא איינער האט דער רבי קיין שום פאראיבל אז ער גייט, איך גאראנטיר אז דער רבי וועט איהם פריוואט מחייב זיין צו גיין,
דער קלארער דעת תורה איז געווען זיין מיינונג, נעכטן, אייערנעכטן פאריגע וואך, 2 וואכן צוריק, 3 חדשים צוריק, ער האט זיך נישט גערירט קיין זוז כ"ש,
איך מוז זאגן, וואס דער רבי האט יענעם טאג געזאגט:
די וואס וויל פארשטיין פארשטייען, און די וואס וויל נישט פארשטיין וועלן קיינמאל פארשטיין
נשלח ב-11/5/2012 23:12
זאגט מיר ווער ס'איז דער פליפ-פלאפער:
מ'טאר נישט גיין צום כינוס כלל ישראל, ווייל דער יו"ר מועצת גדולי התורה אין אמעריקע ר' מלכיאל קאטלער פירט דאס אן. אבער רופן רעדן ביי א סיום מסכת פון יסודי התורה? דאס איז א מצוה מן המובחר.
מ'טאר זיך נישט מתחבר זיין מיט די פרעמדע קרייזן דורכן גיין צום כינוס כלל ישראל. אבער זיין אין ארץ ישראל און גיין באזוכן יעדן לינקן רבי'ן, דאס איז א חוב קדוש.
געלעכטער זאג נאר האלטסט טאקע אז דער רבי האט א פאליטישע סיבה פארוואס ער שיקט נישט דעם עולם? האלטסט טאקע אז נאך וואס אלע גדולי ישראל זענען געפארן צו אין בכבוד מלכים און אנגעטראגן ער זאל זיין נשיא האלטסטו טאקע אז דאס איז פאליטיש? און האלסטו דען נישט אז די אלע פראגן האבן שוין די גדולי ישראל אנגעפרעגט דעם רבין קלאר אויף וואס דער רבי האט פונקטליך מסביר געווען דעת תורתו ע"פ דרכי אבותיו וואס יא און וואס נישט און אלע רבנים האבן דאס פארשטאנען חוץ געלעכטערל וויל עפעס דא פלוצים נישט פארשטיין ווייל ער האט מורא אז מוועט טייטלען אויף ר' זלמן אלס לינקער
נשלח ב-11/5/2012 23:55
מורא'דיגע קשיא גרונים. עס קען ממש נישט זיין אז דער קדוש וטהור ר' אהרן האט עפעס פאליטישע ענינים. ער ווייסט מיטאמאל וואס פאליטיק איז, ער איז נאך אין זיין לעבן נישט געשטאנען נעבן פאליטיק, ער ווייסט נישט וויאזוי מ'עסט דאס אפילו. עס איז ברור כשמש אז ער האט געזען אין הימל אז אזוי דארף זיין, און ווער ס'פארשטייט פארשטייט, און ווער נישט נישט.
נשלח ב-12/5/2012 00:54
אין סאטמאר איז דא רעגולאציעס וואס יא און וואס נישט לדוגמה ממעג שלום געבן און ליב האבן א צווייטן איד אפילו ער איז חלילה נתפס לציונית אדער שוואך אין אנדערע ענינים אבער ווערן איינס מיט יענעם און אין אידישקייט ווייזן דעם וועג פאר חסידים ואנשי מעשה צו זיצן אינאיינעם ביי איין אידישקייט מסיבה מיט א עמטליכקייט בפקודת הקודש דאס נישט וכו' וכו' איז יעדע זאך געמאסטן משא"כ ביי די זאליס ווען דער רבי טרעפט זיין שוואגער וואס אפילו ביז יעצט פלעגט מען וויסן אז ביי משפחה מישט מען נישט מחלוקת אפילו לש"ש אבער פארט צוליב די שארפקייט פון די חוצפה בימים ההם האט מען עס צוריקגעהאלטן ביז יעצט און יעצט קומט ער איבערבעטן בחרפה נורא רבינו הקדוש און דער רבי גייט אים סך הכל וויזיטן פריוואט דאן פליעט פאשקעווין אין אלע גאסן און סאיז יהרוג ואל יעבור בדארף אפהאקן די פינגער און מאיז נישט נזרע ישראל גזלנים וחמסנים און וואס נישט אבער ווען סקומט צו אביסל תאות הכבוד איז אלעס געשטארבן מקען שוין אפילו רופן צו א פקודת הקודש אז איש בל יעדר יעדער מוז זיך מבטל זיין צו אלע אנדערע פרעמדע קרייזן החל מכל צרי וזב פון מאנהעטן און גענדיגט ביי די ערליכע גדולים פון יענע קרייזן וועמען מיר זענען גראדע מעריץ בפרטיות א רחמנות איז נאר פאר טייל פון די סיקריקיי האזאליס וואס האבן נישט געכאפט אז די גאנצע תורה איז נאר אהרן פוי און ווען סאיז נישט אהרן פוי איז קיין שום פראבלעים ממילא זענען די סיקריקים און רוב זאלי בני יואל חברה אינגאנצען צעחושט משרייט זלמן לייב האט זיך געשמדט ועוד אבער טייערע זאליס דאס איז אייערע פירות פון פירן די תורה לויט די פאלטיק דא האט איר א דוגמה פון א זאלי טעקסט גרופע היינט