בית פורומים כל העולם כולו

וואס האט דער רבי ז"ל געהאלטן בנוגע דעם כינוס?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-11/5/2012 15:28 לינק ישיר 
וואס האט דער רבי ז"ל געהאלטן בנוגע דעם כינוס?

ס'טוט זיך הימל און ערד מיט א כינוס, דער סקולענער רבי שליט"א מיט הג"ר מתתי' סאלאמאן שליט"א רופן כלל ישראל זיך משתתף צו זיין צו א כינוס קעגן טעכנעלאגיע, אשרי להם ואשרי חלקם אז זיי וועלן האבן די זכי' עפעס אויפצוטון אין דעם פעלד, אפצוהיטן אידן פון עבירות שנפשו של אדם מחמדתן.

פאר תלמידי וחסידי סאטמאר איז שוין באקאנט אז כ"ק מרן אדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א האלט זיך אפ פון מחייב זיין צו שיקן זיין ציבור צום כינוס - על אף וואס ער האלט אז דער כינוס איז א דבר גדול מאד - צוליב דער צורה ווי אזוי דער כינוס איז געווארן אויסגעפארעמט בכל פרטי' שאין כאן מקומם לחזור ולשנן והדברים ידועים לכל.

ביי די אסיפה בבית רבינו שליט"א נאכן דורכשמועסן רוב פון די סיבות פארוואס מען קען נישט אהין שיקן דעם סאטמארן ציבור, מען האט אויסגעשמועסט צו די תקנות פון ענגליש מיינט אויך נישט אין א ביהמ"ד, און צו אין אזא שעת חירום וואלט מען אויך נישט מתיר געווען, ווען ס'איז געקומען צום הויכפונקט האט איינער פון די רבנים געזאגט, למעשה ברענט א פייער, האט רבינו שליט"א געאנטווארט אויף דעם, איך ווייס ס'ברענט א פייער, און טאקע דערפאר האב איך מיך צוריקגעהאלטן פון רעדן צו סיי וועלכן רב דערוועגן, און דער רבי האט אויסגערעכנט א רייע רבנים מיט וועם ער איז נאנט אלס משפחה צו אלס ידידות, רבנים יוצאי אונגארן, אדער אייניקלעך פון דברי חיים (וואס האט שארף געשריבן בנוגע ענגליש), זאגנדיג, איך וואלט אפשר געקענט אנרופן די רבנים און פרעגן היתכן עטץ שרייבטס אונטער אזא זאך?, עטץ גייט ענק משתתף זיין ביי אזא כינוס?, איך האב עס נישט געטון ווייל איך ווייס דעם חומר הענין והמצב, למעשה אבער וואס איז נוגע פאר מיר, איך בין אין סאטמאר, און איך דארף טראכטן וואס וואלט דער רבי ז"ל געטון אזא צייט, לדעתי וואלט ער נישט געשיקט דעם ציבור. דער פעטער ז"ל האט געזאגט, וועגן דעם רב הכולל ר' יעקב יוסף וואס איז געווען אין אמעריקא, זיין פראבלעם איז געווען ער האט געוואלט מתקן זיין גאנץ אמעריקא, איך וויל מתקן זיין מיינע ד' אמות.

תמצית היוצא, וויפיל דער שרייבער פון די שורות האט פארשטאנען, אז עם כל הטעמים וואס איז דא זיך מונע צו זיין צו גיין צום כינוס, האט דער רבי שטארק שוקל געווען דעם חומר הענין, און אלע זאכן וואלט ער אפשר געלייגט אין די זייט, ביז ער איז געקומען צו דעם פונקט וואס וואלט דער רבי ז"ל געטון אזא צייט, און דאס האט אים אפגעשטעלט.

איז אינטערעסאנט אריינצוקוקן די וואך אין דברי יואל דף רמג, ווי דער רבי זאגט מורא'דיגע ווערטער וואס ווארפט א שטיקל ליכט וואס וואלט געווען דעת קדשו בנוגע דעם כינוס.

וגם זה מונח באזהרת הכתוב אמור אל הכהנים בני אהרן, הם מנהיגי ישראל שעליהם מוטלת הנהגת העם, להנחותם במעגלי יושר ולהורותם דרכי ה׳, וגלל כן עלולים הם מאד להכשל בפיתויי היצר באופנים שונים ובסיבות שונות, בטענה זו כי כוונתם לשמים למשוך לב העם לעבודת השי״ת, ולכן הם זקוקים להתקרב אליהם ולהתערב עם שונים, שע״י כן יעלה בידם להטות לבם לטוב, לזאת הזהיר הכתוב כי לא יאבו לו ולא ישמעו אליו לטמאות עצמם בעבור כן. וז"ש לנפש לא יטמא בעמיו, אלא יחזיקו במעוזם לבלי נטות ימין ושמאל מדרך התורה. אכן הנה מאד גברו תחבולות היצה״ר ודרכי הסתתו באופנים שונים ומשונים זה מזה למאוד ולאלפים עצמו מספר, וכל בני אדם גם בני איש מרגישים בעצמם כל אחד לפי בחינתו כמה גדולים הם כוחות היצה״ר, כי הוא נטפל לכל אדם בכל זמן בבחינה חדשה, וכאשר אמרו ז״ל (קידושין ל׳ ע"ב) יצרו של אדם מתחדש עליו בכל יום וכו׳ מתגבר עליו בכל יום, פירוש שבכל יום הוא בא בפיתוי חדש בבחינה חדשה שלא הסיתו בה אתמול, וכאשר האדם מתגבר עליו בעזר הקב״ה הריהו בא פעם נוספת בפתוי חלש אשר לא שערום אבותיכם. וכאשר פירש האה״ח הקדוש בפרשת ראה עה״פ כי יסיתך אחיך וגו׳ נלכה ונעבדה אלהים אחרים אשר לא ידעת אתה ואבותיך דלכאורה מאי נפק״מ בזה מה שלא ידעת אתה ואבותיך מע״ז זו, וביאר דהנה ישראל נתחייבו במעמד הר סיני שלא לעבוד ע״ז, ולפיכך בא היצה״ר לפתות האדם כי אין עליו החיוב אלא דוקא בע״ז שידע וקבל שלא לעבדה, אבל עבודה זרה אלהים שלא היתה בעולם אין עליו טענת שקיבל ע״ע שלא לעבוד ע״ז, כי לא עלתה ע״ז זו על דעתו כשקיבל, והוא אומרו אשר לא ידעת אתה, ולא רק אתה בלבד אלא אף אבותיך כשקבלו עליהם איסור ע״ז לא ידעו זאת וכו׳, עכ״ד הקדושים, עיי״ש שהאריך לבאר כל הפסוק שם ע״ד זה, אשר בכמה אופנים שונים מתגבר היצה״ר לתפוס את האדם ברשתו.




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/5/2012 16:20 לינק ישיר 

געב צו פארשטיין אויף אידיש ביטע. איז דער כינוס אין כלל פון דינען עבודה זרה?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/5/2012 18:27 לינק ישיר 

איך הער מען האט געריפן הרב שטיינמאן צים כינוס
דא וועט קענען גאנץ סאטמאר אויסשרייען לדעתי לדעתי פארטרעט מהרז"ל נישט סאטמאר
דער ביק מעג זיך שעמן פארן אריין פירן א חלק סאטמאר איז אזא בלאטע


תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 11/05/2012 21:39:25




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/5/2012 18:37 לינק ישיר 

אויב זאל איך פרעגן ר' אהרןען - אלס א חסיד זיינער - מורי ורבי, איך בין ליידער זייער באהאווענט אין די אמעריקאנער גאס, די נייעס, ספארטס, פאליטיק, איך ליין ליידער מזמן לזמן גויאישע צייטונגען, זייער וועב זייטלעך,
אשר ע"כ, ילמדינו רבינו, גיי איך נחמץ ווערן פון הערן א דרשה אויף ענגליש איבער די חומר פון אינטערנעט?
וואס וועט ער ענטפערן, איך רעד פאר מיר פריוואט,

איינמאל איר ענטפערט דעם פראגע, וויל איך פרעגן א פאלאו-אפ פראגע, וויפיל פראצענט פון זיינע חסידים פאלן אריין אין דעם אויוונדענמאנטע קאטעגאריע, איך וואלט געזאגט לכה"פ 70%



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/5/2012 18:50 לינק ישיר 

סקאט די האסט נישט ארויס דאס ענין, דער רבי שליט"א האט דאס קלאר ארויסגעברענגט די גאנצע צייט אין זאגט דאס פאר יעדער איינער וואס פרעגט אים, איך אלץ סאטמאר רבי קען נישט שיקן מיין ציבור צו אזא כינוס, ער האט קיינעם נישט געזאגט אז מ'זאל נישט גיין אדער אז מ'טאר נישט גיין, אין לגבי שטיינמאן'ס קומען: ר' מתתיהו סאלאמאן איז אריבערגעפלויגן קיין א"י אין געלאדנט רב קנייבסקי אין רב שטיינמאן, אין האט אפילו געאפפערט א פריוואטע פליגער פאר זיי



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/5/2012 19:04 לינק ישיר 

כפוטער ועוד לקרא
האט דען די רבי געזאגט מען טאר נישט גיין? ער אלס סאטמארער רבי קען נישט שיקן זיין ציבור, ווער ס'פילט אז ס'איז פאר אים קען גיין געזונטערהייט, ווער ס'קריכט אויף די אונטערנעט דעם וועט שוין נישט שאטן אזא כינוס



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/5/2012 19:12 לינק ישיר 

http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=40698



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/5/2012 19:17 לינק ישיר 

די רבי ז"ל וואלט געהאלטן אז וויבאלד אדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א האלט זיך אפ פון מחייב זיין צו שיקן זיין ציבור צום כינוס, איז א חוב קדוש יא צו גיין, ווייל וואס אדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א טיט, דארף מען צו טוהן פארקערט




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/5/2012 19:55 לינק ישיר 

זייט מסביר קלאר, איז דא א איסור צו גיין דעמאלס פארוואס זאגט מען דא פאר סקאט אז אויב וויל ער גיין מער ער גיין? ‎​
 
און אויב איז נישט דא קיין איסור, פארוואס זאל נישט ר' אהרן שיקן זיין עולם אזוי ווי אלע חסידות'ער?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/5/2012 23:57 לינק ישיר 

 אקאראט וואס דער רבי האט געזאגט פארן ציבור בנוגע דעם ענין אקוראט האלט ער
נו וואס האט ער געזאגט? גארנישט! נישט יא און נישט ניין
נישט יא ווייל סשטימט נישט מיט די פריערדיגע פרינציפן (וואס בפרטיות האט ער יא געזאגט)
נישט ניין ווייל מקען נישט שטערן אזא הייליגע אסיפה לשם שמים קעגן דעם גרעסטן פראבלעים בדורינו



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/5/2012 00:22 לינק ישיר 

הייסט דאס אז ער האט פשוט נישט קיין מיינונג?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/5/2012 00:27 לינק ישיר 

(וואס בפרטיות האט ער יא געזאגט - פאר די רבנים) אבער ער וויל דערווייל עס נישט זאגן ברבים כדאי נישט שוואך צו מאכן די אסיפה



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/5/2012 01:13 לינק ישיר 

הייסט אז איז דערקעגן ער וויל נאר נישט רעדן ווייל ער וויל נישט שוואך מאכן?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/5/2012 18:48 לינק ישיר 

Credit Kava shtibel

דזשאסט אין! אין ישיבה של מהר"א האט דער משגיח געכאפט א בחור'ל רעד הענדעט מיט א טיקעט צו סיטי פילד, א פארשעמטער האט דער בחור'ל געוויזען פארען משגיח אז דער טיקעט איז פאר מאנטאג.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/5/2012 23:11 לינק ישיר 

לויט די חשבון וועט די סוקלען'ער רבי שליט''א אויך דאמאלטס אנקומען...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/5/2012 00:24 לינק ישיר 

וואס גייט פאר מיט דעם צומישטן רעבארן פארוואס זאגט ער נישט פאר זיין עולם נישט צו גיין
לאמיר זעהן אז ער איז א גבר, זאל ער זאגן זיין דעת תורה אזוי ווי די רעבעזכרונהכה כלשונם.
די ארונים ווייסן נישט וואס מיינט "מ'שיקט נישט אבער אויב איינער האט אינטערנעט "מעג" ער גיין" און ס'הערשט א צעמישעניש און יעדן ארוני וואס דו וועסט אפשטעלן וועט זיך נעמען שטאַמלען אז ס'גייט א רויעך!
רעבארן: איז עס א איסור א רשות א חוב!? 
________________
ב.ד.וו. זאגט מיר איינער אז רעבארן איז שוין מוחל זיין ברודער פאר די וויליאמסבורג מוסדות און בנינים און אפי' די קעמפס!
אבער פאר'ן אים לייגן אויף איין פעידזש מיט מ.ב. בעק/טשאטער
 דאס קען ער אים נישט מוחל זיין.....!


תוקן על ידי סטראבערי ב- 16/05/2012 00:30:31




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > וואס האט דער רבי ז"ל געהאלטן בנוגע דעם כינוס?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext