בית פורומים כל העולם כולו

חרפה'לעך פין 20,000 איז געווארן 900

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-12/6/2012 03:29 לינק ישיר 
חרפה'לעך פין 20,000 איז געווארן 900

נאך דעם קאנטערוועסיל כינוס וואס  זשיגאן האט געמאכט דעם באשלוס צי גיין
זענען אלע זאליבאנער געווען זייער העפי ענדליך איז דער בער אויף געשטאנען פין א לאנג יעריגע שלאף
א קליינעקייט ! ענדליך טוט ער שוין עפעס ער הייסט גיין צים כינוס

פאר שבועות האט מען ארום געשיקט אויף אלע טוויטער'לעך אז דער עם הארץ גייט רעדן פאר אקדמות

פאר אקדמות איז דער עם הארץ ארויף בלאס'ערהייט אויפן ארון הקדוש אין אויף געהויבן די הייליגע הענט אין געשריגן אין געפאכט אז מען גייט ארויס ווארפן די קינדער פין די מוסודת פאר די עלטערן וואס האבן אינטערנעט אויפן סעלפאן

אין מען האט תיכף געמאלדן אז מען גייט מאכן אן אסיפה פאר 20,000 מענטשן לא פחות ולא יותר
מען גייט ארויס נעמען דעם ארמארי פאר די מענער אין די פיער פאר די פרויען

היינט איז געקומען די ביטערע נייעס אז דער אסיפה גייט פארקומען אין די מעכטיגע ראדני שול
אין דער איד גייט מעלדן אז מען גייט פריש אויסשטעלן דעם ראדני שול אז ס'זאל קענען אקמאדירן די מיליאנען מענטשן

אז מען האט א רבי'ן א שטריק אין אן עם הארץ קוקט מען אזוי אויס



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/6/2012 20:02 לינק ישיר 

פארוואס האט עס צד מהרז''ל געקענסלט?

מיר קוקט אויס ווי דער אסיפה האט געהאט א אנדערע ציהל ווי א תקנה לדורות



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/6/2012 21:50 לינק ישיר 

איך האב געהערט קראנט פון איינע פון די עסקנים פון אינדרויסן וועלכע ארבעטן פאר אלע היימישע קהילות צו העלפן שאפן כשרע טעלעפאנען און כשרע פילטערס (נישט איחוד הקהילות) אז זיי האבן זיך געבעטן ביי מהרז"ל זאל נאכנישט מאכן די אסיפה צוליב וואס סאיז נאכנישט פערטיג די נייע פלענער פון אימעיל און עפס טעלעפאנען מיט א קאנטראל און ער זאל ליבערשט ווארטן אויף שפטער 
איז אבער געקומען די תירוץ אז ממוז עס שוין מאכן פאר קעמפ כדאי די מוסדות זאל קענען איינפירן די תקנות נעקסטן יאר 
איי סנישטא נאך א 100 פארצענטיגער לעזונג אלא מאי דער ציהל פון די אסיפה מוז זיין א סיבה צו די וואוטס פון קומענדיגע וואך 

די זעלבע איז אינטערסאנט צוצוצייככענען אז די עסקנים זענען געווען א וואך פאר שבועות ביי סאטמאר רבין און פארגעשלאגען די פלענער פון די נייע אימעיל טעלעפאנען און געבעטן דער רבי זאל פאררופן אן אסיפת הרבנים אבער דער רבי האט געבעטן אז לתועלת הענין סזאל נישט ווערן א איינזייטיגער זאך וואס די זאלמונים זאלן אראפרייסן זאל מען הייסן אנדערע רבנים פאררופן און ווען די עסקנים האבן געזאגט אז די רבנים האבן שוין נישט קיין טראסט אין פשוטע עסקנים און זיי דארפן א מנהיג ישראל זאל עס פירן ממילא זאל עס דער רבי יא אננעמען האט דער רבי פארגעשלאגן אז מזאל זאגן פאר אנדערע רבנים אז זיי זאלן עס פאררופן און ער וועט מיטשטיין בכל בתוקף מיט זיי
ומצד שני איז געקומען דער ר' זלמן און אויסגעכאפט ביי זיין שבועות דעם ענין וואס די עסקנים זעלבסט זאגן אז סאיז נאכנישט דא און האבן אים נישט געבעטן יעצט צי אינפארסירן ממילא וועט ער בלייבן חוזק אין די לענג און אין דער ברייט אבער עטענשאן איז אים כפי הנראה וויכטיגער 

איך האב געהערט היינט א גוטס איבער די היפאקריטיע פון די א' קרח אסיפה נאך וואס ר' זלמן האט געשיקט זיין עולם צום כינוס זאגענדיג אז ער קען נישט אויפטון נאר דארט גייט זיין דער מעמד הצלת הדורות אין דא מאכט ער זיך ללעג אז ער פאררופט גאר א נייע אסיפה, טא וואס גייט פאר האט מען פארדעם געדארפט מבטל זיין אלע מסורות ווייל עת לעשות לה' איז סנישטא קיין אנדערע וועג צו ראטעווען און דערנאך פאררופט מען א נייע כינוס?

..."בסך הכל בלייבט ר' זלמן דא קֶרַח מכאן ובמדבר מכאן"



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/6/2012 01:37 לינק ישיר 

אבי גערעדט די הכנות צו די אסיפה איז בתקפו, רעדענדיגט מיט ידידי ר' שלום דייטש זאגט ער מיר אז די החלטות וועט מען מפרסם זיין עני דעי



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/6/2012 06:05 לינק ישיר 

די זאלונים האבן אפגעשטיפט זייער אידיש-רעדנדע כינוס פאר זייערע מענטשן, עס וועט פארקומען דאנערשטאג קרח אין א סטעדיום אין נוי דשערסי.

דאס קומט צוליב וואס זונטאג ווילן זיי רעזערווירן פאר די וואהלן.

כלל ישראל קוקט ארויס אז ביים כינוס וואו מען וועט זיך פירן על דרך האבות, זאל מען אינפארסירן די תקנה וואס איז געאייגנט פאר אידן כמונו, אויסצורייניגן אידישע שטובער פון קאמפיוטער'ס אינגאנצן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/6/2012 17:26 לינק ישיר 
דים סטעדיום האבן די זאלי'ס ארויס גענימען




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/6/2012 22:46 לינק ישיר 

רעב זלמן'טשע מאכן שוין כ''י דעם פיפטען כינוס כן ירבו,

שוין צום פיפטע מאל וואס די וועלט גייט טרייסלן, שוין צום פיפטע מאל וואס דער גאנצער גולה גייט אויף פלאקערן כמדורת אש, שוין צום פיפטע מאל וואס עס איז ארץ רעשה אף שמים נטפו מים מפני................ עס איז פשוט נישט צו פארשטיין וואו אזוי דער עולם השפל שטייט נאך נאך אזוי פול וועלטס איבערקערענישן וואס דער ר' זלמן הדשיגאני פאראורזאכט מיט זיינע פלאם פייערדיגע רעדעס, בי די פולצאליגע אינטערנעט כינוסיים,

 

            א' ביים שלחן עם הארץ ל''ג בעומר:

ב' סיטי פילד - LETS GO METS!

ג' יום א' דשבועות קודם אקדמות - שם תהא קבורתכם

ד' מוצאי שבועות באגלייטן

ה' און יעצט א' קרח,

 

די זאליבאנצעס טענה'ן זיך ארום וואו סאך כינוסיים עס גייט זיין, אזוי סאך וואו די הכתרה'ליך פארן מן הארץ, אדער מער גאר,  ימים ידבירו!




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/6/2012 22:59 לינק ישיר 

איך הער זיי האבן אפגעשטיפט אויף ה' קרח צו זיין נענטער צום וואלן טאג ג' חקת אויף וואס זייער ציהל איז געבויט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/6/2012 13:18 לינק ישיר 





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/6/2012 04:23 לינק ישיר 





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/6/2012 11:26 לינק ישיר 





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > חרפה'לעך פין 20,000 איז געווארן 900
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext