בד"ה: הרה"ח ר' אנשיל שווארץ ע"ה מנהל מוסדות סאטמאר ירושלים
נפטר געווארן נאכן ליידן פון די ביטערע מחלה ל"ע אין בלויזן עלטער פון 54 יאהר, לויה פארגעקומען היינט מוצ"ש לפני בית מדרשינו בי-ם במעמד א ריזן ציבור
נשלח ב-25/6/2012 21:28
ווייסט איינער ווי מען זיצט שבעה?
נשלח ב-25/6/2012 22:27
זיינע קינדער, אין געשוויסטער פון ארה"ק אין זיין הויז אין ירושלים, אין זיין מאמע, ברידערס אין זיין טאכטער מרת רובין אין קרית יואל ביי זיין ברידער ר' שמשון אויף סאטמאר דר. שנשמע ונתבשר בשורות טובות.
נשלח ב-25/6/2012 23:30
יישר כח, שנשמע ונתבשר בשורות טובות.
נשלח ב-26/6/2012 01:20
נעכטן ביים גרויסארטיגן גענעראל פארזאמלונג אין וומסב"ג האט הרה"ח ר'יצחק ראזענסערג ראה"ק דקהלתינו שטארק באוויינט די אבידה, וואס איז א גרויסע פארלוסט פאר סאטמאר, אין האט ארויסגעברענגט וואס ר' אנשיל האט געמיינט פאר ירושלים, אין וויאזוי מ'האט אים נעבאך אזוי מבזה געווען אין באזייטיגט פון זיין פאזיציע פארן חטא פון זיך האלטן צום דעת קודש פון רביה"ק בעל ברך משה זצ"ל
צום סוף האט ער אויסגעפירט אז ווער ווייסט צו אויב נישט וועגן די געוואלדיגע צער אין עגמת נפש וואס מ'האט אים גורם געווען איז ער נעבאך קראנק געווארן ל"ע (עיין ער' ר' יוסל פראממער ע"ה)
תנצב"ה
נשלח ב-26/6/2012 18:58
חוץ פון א עסקן איז ער באמת געוועון א איידעלע פיינע איד.