| נשלח ב-25/7/2012 17:50 |
|
| |
כלל ישראל אנטשלאסן צו באקעמפן עוכר ישראל מעיאר בלומבערג
דער עוכר ישראל מעיאר בלומבערג האט נעכטן דערקלערט אז ער גייט פארבאטן אידישע קינדער פון דורכפירן מציצה בפה ביי ברית מילה אין ניו יארק סיטי.
ווער האט געגלייבט אז עס וועט קומען א טאג וואס "אמעריקע" וועט שטערן אידישקייט, און נאך דערצו א אידישער מעיאר. און נאך דערצו איינעם וועמען אלע חסידים האבן אינדארסירט אלע 3 מאל וואס ער איז געלאפן???
שומו שמים לאן הגיענו?
כלל ישראל איז אנטלשאסן אים צו באקעמפן פאר יעדן פרייז. ולה' הישועה.
|
|
|
|
| נשלח ב-25/7/2012 19:47 |
|
| |
רבותי, ס'צייט צו אויפהערן שפילן נייס!!
גענוג געווען!!
יעדער ווייסט ווער דער פארעטער איז דא געווען, מ'האט נאר מורא פון זיין גרויסן שנאלץ!!!
וויפיל איז די שיעור פון איגנארירן די עלעפענט אין מיטן צימער,
ס'צייט צו נעמען די קוראזש און מודיע זיין דעם נידער(יגער)מאן אין פרצוף אריין: פארעטער!! צא טמא!!
עס איז דא הארטע באווייז אז אין 2005 האט ער געניצט די מציצה בפה פעטישן פאר די סאטמארע מחלוקה דרעק!!
אויב איינער האלט אז דאס איז בלויז "בלאט מעשיות", זאל ביטע זיך אויפרישן דעם זכרון, אין זיך דערמאנען 6 יאר צוריק ווען ס'געווען די גרויסער אדיענץ מיטן מעיאר איז אחד הי' ר' זלמן טייטלבוים, וואס האט ארויסגעשטורעמט פון די אסיפה ווייל זיין ברודער זיין קונקורענץ אין די חסידישע פליטיק דרעק איז אויך דארט געזעסין,
פע!!
דאס איז נישט קיין "בלאט מעשיות" דאס האט יעדער געזעהן!!
ווילאנג דער פארעטער איז א חלק פון דער מערכה וועט עס נאר גיין מטה מטה,
|
|
|
|
| נשלח ב-25/7/2012 22:26 |
|
| |
עס קאסט מיך א לאך, צי דעם נידער(יגער)מאן פארעטער!! צא טמא!! איז דיין רבי גיקימען צי לויפן פארהאנדלען אין התאחדות הרבנים, דאס איז נישט קיין בלאט מעשיות, דאס האט יעדער גיזען,
|
|
|
|
|
| נשלח ב-26/7/2012 18:16 |
|
| |
כ'מיין אז יעצט איז נישט די צייט פון אריינגיין אין די קינדערישע קריגערייען וואס איז געווען נעכטן, די שאלה איז וואס גייט זיין מארגן. אויב עפעס קען זיך יעדער, ביידע זייטן, לערנען פונעם פאקט אז מהר"א מסאטמאר איז געקומען צו די זיצונג פון התאחדות הרבנים, אינאיינעם מיט זיינע גרעסטע שונאים, אבי צו פרובירן ראטעווען דעם מצב.
כ'ווייס נישט ווער ס'איז געווען שולדיג נעכטן, איך ווייס אבער יא אז מארגן גייען מיר אלע זיין שולדיג אויב מ'וועט נישט אוועקלייגן אלעס אין די זייט און אינאיינעם באקעמפן די גזירה.
|
|
|
|
|