בית פורומים כל העולם כולו

שוידער: "היימישע" מוסדות נעמען גע'אסור'טע געלטער רח"ל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-13/11/2012 23:40 לינק ישיר 
שוידער: "היימישע" מוסדות נעמען גע'אסור'טע געלטער רח"ל

דער שאק איז זעהר גרויס, און מ'קען זיך פשוט נישט גלייבן אז מנהלים פון היימישע ערליכע מוסדות האבן פראסט און פשוט גענומען טריפה'נע געלטער פון די מדינת הציונית, אין די צייט וואס זיי גייען נאך געלט אין אמעריקע און איבער די וועלט אז זיי זענען מסירת נפש אידן.

שומו שמים:

בית המשפט האריך היום (ג), בחמישה ימים את מעצרם של שלושת החשודים בהונאת משרד החינוך באמצעות עמותה פיקטיבית בשם 'בנות ירושלים - קרן משה', שנעצרו אתמול בשעות הבוקר.

החקירה הסמויה החלה לפני כשנה במפלג ההונאה, בעקבות מידע מודיעיני על קבלת הכספים במרמה, ובמהלכה התחקו החוקרים אחר עקבותיהם של שלושה מחברי העמותה.

היקף ההונאה, על פי החשד, נאמד בעשרות מיליוני שקלים, במהלך השנים האחרונות.

העמותה הוקמה לפני מספר שנים על-ידי החשוד המרכזי ולפי החשד ביקשה את תמיכת משרד החינוך עבור מוסד חינוכי אנטי-ציוני 'בנות ירושלים' - שמעולם לא ביקש תמיכה ממשלתית. החשודים אף העבירו שמות פיקטיביים של תלמידות נוספות למשרד החינוך אשר אינן לומדות ב'בנות ירושלים' וביקשו עבורן תמיכה.

אתמול בשעות הבוקר פשטו החוקרים על דירות השלושה, ערכו חיפושים והחרימו חומרים מפלילים, ושלושת החשודים נעצרו.

החשוד המרכזי, ראש העמותה בן 29 מתגורר ברמת בית שמש. חשוד נוסף בן 30 הינו משכונת מאה שערים בירושלים, וצעיר בן 24 מגבעת זאב.

זיי האבן גענומען מיליאנען דאלער, א קיימא לן פון 40 מיליאן שקלים.


דא זעט מען דריי שווינדלער פארדעקן זיך דעם פרצוף זייערן
















מ'דארף מפרסם זיין די צבועים. די עושי מעשי זמרי ומבקשים שכר כפנחס. פון וועלכע מוסדות זיי זענען און מ'דארף זיי צוריקבעטן די געלטער וואס ערליכע אידן האבן זיי געגעבן.



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/11/2012 01:03 לינק ישיר 

דעס איז נישט קיין נייעס פאר מיר ווייל ווען איך האב ג'לערנט אין א"י פלעג איך אראפ גיין אפאר מאל אינטער אנדערע נעמען ווייל אסאך מוסדות האבן אנגעשריבן זייער חברי כולל אדער בחורים אין די ישיבה ווי איך האב ג'לערנט אזוי נעמט מען נישט די געלט דירעקט פין די מדינה נאר פין די ישיבה וואס נעמט יא



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-14/11/2012 06:39 לינק ישיר 

זייער פיין, איך האב הנאה צוזהען אז איר קענט נישט די טריפה'נע שפראך.
אבער אז מפארשטייט נישט איז בעסער נישט צו מגיב זיין ווייל מ'לאכט פון אייך.
אין די כתבה וואס דו ברענגסט שטייט דאך קלאר אז די עמותה האבן אויפגעשטעלט אפאר אירע וואס האבן נישט קיין שייכות מיט די הייליגע מוסד "בנות ירושלים" נאר זיי האבן געוואוסט אז בנ"י זענען נישט איינגעשריבן ביי משרד החינוך, און זיי האבן זיך ארויף געכאפט אויף דעם און איינגעשריבן די מוסדות כאילו זיי זענענן די מנהלים, און גענומען גרויסע געלטער פון די מדינה און דאס אריינגערוקט אין טאש.
פארקערט, איר קענט נאר זעהן וואספארא מסירות נפש די הייליגע מוסדות וואס נעמען נישט קיין געלט האבן, זיי קענען מאכן מיליונען און זיי זענענן מוותר אויף דעם.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/11/2012 17:15 לינק ישיר 

איך בין דער נעבעך אז איך זיך טענה'ן מיט דיר.
זיי האבן גענומען געלט אומגעלאל אויף נעמען וועלכע נעמען "אפיציעל" נישט קיין געלט.

די מנהלים זענען כיטערע באנדיטן. זיי נעמען געלט אונטער'ן טיש, און זאגן נאך מיר נעמען נישט.

דו קענסט גוט העברעיש זאג ביטע פון וואנעט האבן זיי די נעמען פון די תלמידים?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/11/2012 17:48 לינק ישיר 

א דוגמא פון א אשכול פארוואס איך מיט נאך צענדליגער האבן מחליט געווען בצירוף מיטן התעוררת אוף אינטערנעט 
אויפצוהערן שרייבן 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/11/2012 04:40 לינק ישיר 

איינער פון די 3 ארעסטירטע הייסט משה חנון, ער איז דער מנהל גשמי פון ישיבה פאר התורה שעל ידי תפארת ירושלים בנשיאות גאב"ד ירושלים שליט"א.

איז איז געקומען צו די חתונה פון זאלי, און ער איז פאריגע וואך אהיים געפארן אין מען האט אים יעצט ארעסטירט, פארן גנבנען געלט פון די מדינה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/11/2012 18:13 לינק ישיר 

פאפיטעס, פארוואס גלייבסטו די מדינה?
ר' משה חנון שליט"א איז עכט א צדיק. ער וועט נישט גנב'ן קיין 40 מיליאן שקל.

די טריפה'נע מדינה וויל פשוט ארעסטירן ערליכע אידן. מאכן זיי פאלשע מעשות אז זיי נעמען רח"ל געלט פון די מדינה





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/11/2012 20:08 לינק ישיר 

געהערט פון א א"י יוד (מיז נישט אז ער זאגט אמת) אז מען ארעסטיריט 4 מענטשן וואס האבען געגאנבעט אויפן נאמען פון בנות ירשלים און 3 פון די עכטע הנהלה פון בנות ירשלים, און די 3 האט מען נאר גענימען פאר אויספארשונג און זייזענען שוין אינדערויסן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/11/2012 06:13 לינק ישיר 

לאמיר פארשטיין

אויב ביסטו חושד די עכטע מנהלים פון בנות ירושלים אז זיי האבן גענומען די געלט דעמאלס פארוואס האט מען ארעסטירט בכלל? לויןט געזעץ טאר א מוסד נישט נעמען געלט? מען מעג.....

אלא מאי האבן די מענטשן בלויז געגנבעט די נעמען און גענוצט אן רשות וואס דאס איז שוין אומלעגאל



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/11/2012 07:35 לינק ישיר 

דיין אינטליגנציה איז ממש געוואלדיג, דו ביזט א מבין דבר מתוך דבר, אבער וועלכער א"י איד עס זעהט וואס דו שרייבסט לאכט פון דיר, מ' זעהט די גרויס חכמה דיינע.
האסט א געוואלדיגע קשיא, פון וואנעט נעמען זיי די נעמען, ס'איז ליידער גוט באקאנט אז ס'איז נישטא קיין איין היימישע מוסדות פון די קנאישע קרייזן וואס זייערע קינדער זענען נישט איינגעשריבן אין משרד החינוך, ס'איז דא ליידער היימישע אידן פון די לינקע קרייזן וואס זייער ציל איז צו דערגיין פונקטליך די נעמען פון די קינדער פון די ערליכע מוסדות, זייערע עלטערנס נעמען, און די מספר תעודת זהות (ID NUMBER). און דערנאך גייען זיי צו די מאכערס און פארקויפן די נעמען פאר כל המרבה במחיר, די די קויפערס ווייסן שוין וויאזוי צו ארויס שלעפן געלט פון די מדינה (משרד החינוך), ראה ערך מתמידים: פון וואו האבן זיי געהאט אזויפיל נעמען פון היימישע יינגעלייט וואס לערנען אין די ערליכע כוללים וואס נעמען נישט קיין געלט?
די אלע מנהלים פון די היימישע תלמוד תורה'ס וואס האבן מסירות נפש נישט צו נהנה זיין פון די מדינה פלאגן זיך די קעפ שוין יארן מיט דעם פראבלעם, איך געדענק ווען ס'איז געווען א גאנצער דיון ביי הרהגה"צ ר' בנימין רבינוביץ זצוק"ל ארום דעם נושא אויב מ'מעג מסר'ן אויף די חברה אדער נישט.
דאס היפערט נישט אריבער אויף קיין איין מוסדות, צו דאס איז די זאלי'ס אדער ארוינים, צו ס'איז דושינסקי, אדער תלמוד תורה "מאה שערים", אדער תולדות אהרן, צו תולדות אברהם יצחק, צו דאס איז חכמת לב, אדער חינוך ירושלים, אדער בנות ירושלים וכו' וכו'.
משה חנון איז א יונגערמאן וואס האט מסירות נפש פאר די מוסדות פון תפארת ירושלים ער קלעטערט ארום אין די גאנצע וועלט כדי נישט צו נעמען קיין פרוטה שחוקה פון די מדינה, ער איז נעבעך אריין געפאלן מיט א צ'יק וואס ער האט באקומען א גמ"ח (הלוואה) פון איינעם פון די באנדיטן, און ער האט דאס דעפאזיט ביי אים און אקאונט, און וויבאלד ער וויל נישט איבער געבן די נעמען פון וועמען ער האט דאס באקומען, דערפאר ווילן זיי אים נישט ארויס לאזן פון תפיסה, היינט וועט פארקומען א דיון אין בית המשפט אבער אים און מ'האפט אז מ'וועט אים ארויס לאזן נאך פאר שבת.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/11/2012 09:55 לינק ישיר 

אויף וויפיל איך פארשטיי פון די כתבה איז יענקי גערעכט. מענטשן וועלכע זענען נישט פון בנות ירושלים האבן גענומען געלט אויף די נעמען פון תלמידות פון בנות ירושלים אן די וויסן פון די מנהלים.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/11/2012 20:05 לינק ישיר 

געהערט אז עס איז געווען א זיצונג און בד"ץ עדה חרדית און זיי זאגען א מען מעג ארוס געבען די נעמען וואס האבען געגאנבעט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > שוידער: "היימישע" מוסדות נעמען גע'אסור'טע געלטער רח"ל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext