די גרעסטע דורכפאל וואס א "געווינער" האט איז ווי ער קומט אהיים פון מלחמה אין ער טרעפט ווי דער מכלאמפישטער פארלירער שטייט אין לאכט עם אין פנים אריין. סאיז די גרעסטע ווייטאג, די גרעסטע הארצוויי. סנעמט ארויס א מענטש פון די כלים, העי די שגץ, די רשע, די האסטו דאך געליטן א שרעקלעכן מפלה, אין די האסט די חוצפה זיך צו אנרעדן אז די האסט גאר געהאט א נצחון
אזוי פילן יעצט די זאליס ווען זיי קימען קיין וויליאמסבורג אין ק"י אין זיי זעען ווי דער עולם לאכט אין פרייט זיך נאך אזעלכע ביטערע מפלות וואס זיי האבן געליטן אין בני ברק, ווען די גרויסע רבנים די פירער אין שטאט האבן זיי קלאר געמאכט אז ניין, סאיז דווקא דא אן אנדערע סאטמער וואס גייט נישט אין בגץ הציוני און אונז אנערקענען יענע סאטמער אין נישט ענק
די זאליס רעגן זיך, זיי האלטן עס נישט אויס, זיי שיסן טוויטס אהרונים רעגטס ענק אויף, נא, אהרונים שעלטס, אהרונים אונז זענען מעכטיג, אונז זענען שטארק, נא! שקצים. פארוואס זענט עטס אזוי העפי? געוואאאאאלד, עטס לעבטס אין א עולם השקר, עטס זעטס נישט וואס אונז זע מיר!
אין דער גאנצע עולם שטייט אין לאכט זיי ווייטער אין פנים אריין אין מען פרייט זיך אז די גרויסע נסיעה וואס האט געקאסט מיליאנען דאלער איז געווען ארויסגעווארפן אין גארבידזש, מיטן כאפן אזא מעכטיגע ריק און ענדיגן זייער נסיעה מיט אזא זויערע טעם
 |
|
|