בית פורומים כל העולם כולו

הרוצה לשקר ירחיק עדותו

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-29/1/2013 15:49 לינק ישיר 
הרוצה לשקר ירחיק עדותו

ווען מען זאל מאכן א ס''ה פון די גרויסע ''מסע המלכות'' מכלומרשט זעהט מען ווי עס ריכטיג דברי חז''ל ''הרוצה לשקר (פאר אנשי ירושלים וא''י אז ער איז א גרויסע רבי)  ירחיק עדותו'' (וואלט ער געדארפט בלייבן און ווייטן אמעריקא) און נישט קומען אויף א''י און אויסגעבן מיליאנען און עס ווערט נתגלה קלונו ברבים , יוא מען האט געהאט כבוד גאנץ בי''ד פון די עדה החרדית האט אנגעטון בגדי שבת מען האט געהאט שיינע לעקטערס מיט אלע מיני פיטשעווקעס אבער וואס טוט מען נישט פאר געלט מען טאנצט פארן פריץ מה יפית אבער צום מהות ווען מען האט זיך געזעצט צום טיש האט זיך ארויס געוויזן אז דאס איז נישט מער ווי א לופט באלון אטו כרוכלא אנא אויס רעכנען די בושות וואס ער האט אנגעברענגט אויף זיך אליין נאר ממש עטליכע ביישפילן למשל : דא מוז מען שנעל ענדיגן די חנופה דרשה ווייל די רבי כראפעט , דא קען די רבי נישט רעדן ווייל ער איז נישט פארגעקוקט , דא קען די רבי נישט פארהערן די גרויסע כתה און ת''ת ווייל די רבי קען טאקע די גמרא אבער ער קען נישט די שקלא וטריא פון סוגיא ממילא מוז די מלמד אליין פארהערן, דא פארקויפט מען אז דער פסק פון רבנו הקוה''ט איבער מגילה ליינען אין ירושלים אויך ביום י''ד איז געווען אין יאר תש''ז , און די אנשי ירושלים האבן נאר צוגעקוקט ווי מען האט אנגעברענגט א ים מיט חסידים וחסידות בחורים און מיידלעך און אויף שבת פארט מען אויף אילת אבער אויף ים המלח זעהן דעם נציב מלח פון לוט'ס ווייב ועל כולם די מעכטיגע בושה אין ב''ב וואס צו וועלכע רבי אבער רב מען איז געגאנגען איז דער ראש המדברים געווען משה גאבע בחורים וואס זענען דארט געווען האבן געזעהן אז משה איז דער רבי און ער איז נישט מער א דאלי וואס מען ציט מיט א שטריק, ועל כולם אויף צומאכן דעם געטומל האט מען געדונגען פון די ציונישטישע עיריה מענטשן מיט מאטארבייקס מען זאל פארן פאר זיין מאשין און זאל פייפן און מאכן פלאץ און מאכן א איבערקערעניש אז יעדער זאל אז דא פארט דער שטאט'ס נאר, ביים כינוס כלל ישראל איז געווען א תנאי בל יעבור אז מען טאר נישט אויף ליינען דעם בריוו פון הרה''ג ר' חיים קנייבסקי שליט''א אבער באזוכן מעג מען יוא דאס איז וואסטע און פיסטע קנאות שלא במקומה הרה'ג ר' יצחק זילברשטיין שליט''א איז געווען דער גרויסער אורח הכבוד ביי זיין שבע ברכות ואבן הפינה און דער זעלבער וואס איז געלאפן מקיים די מצות בחירות בשם ומלכות נאך פארן דאווענען, כהנה וכהנה קען מען נאך אויסרעכענען אבער תקצר היריעה הניר יכלה והטפשות והעם הארצות לא יכלה.        




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/1/2013 18:04 לינק ישיר 

חלה דעקלעך לאמיר גיין ציביסלעך..
#1צענדיליגער טויזענטער ביים קבלת פנים אין ירושלים! דארכפאל...פאר האדמור מסאטמאר שליט"א

#2 דיברות קודש פין גאבאד עדה החרדית אז האדמור מסאטמאר שליט"א איז ממשיך דרכו פין באל ויאל משה!דארכפאל...פאר האדמור מסאטמאר שליט"א

# 3 צענדיליגער טויזענטער אין מרוין ! דארכפאל...פאר האדמור מסאטמאר שליט"א

#4 צענדילגער טויזענטער ביי די חתונה דארכפאל...פאר האדמור מסאטמאר שליט"א

#5 אויףגענימען געווארען פין אלע רבנים אין בני ברק דארכפאל...פאר האדמור מסאטמאר שליט"א

חלה דעקעל בלייבט חלה דעקעל...




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-29/1/2013 20:47 לינק ישיר 

און נישט פארגעסן אז עס שטייט אין רש''י די וואך ''כל הנהנה מסעודה שתלמידי חכמים מסובים בה'' לויט די נייע גירסא שטייט כל הנהנה מסעודת חתן דאס איז נתחדש געווארן ביי ויז'ניצער רבי אין שטוב ביים ביקור פונ'ם מעשי המלאכות  



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/1/2013 05:09 לינק ישיר 

באקימען אין אישי פון א ארץ ישראלדיגע איד



בונדמן (תאריך: 30/01/2013 00:29:00)
איך קען דער מעיד זיין שמים וארץ, אז מהאלט שוין א וואך נאך די חתונה, אין נאר יעצט זעה איך דאס ערשטע מאל עפס אבילד דערפון, 

דער עוילם איז געווען אזוי שטארק פארנומען אין די וואלן וואס איז פארגעקומען יעצט דא, אז קיינער האט פשוט נישט גהאט קיין געדולד צי די פראפעגאנדע וואס די זאליס האבן פראבירט אנמאכן, יעצט זעה איך בילדער פין די חתונה, יא גאנץ שיין, אבער דער מחנובקא רבי מיט דער נדבורנער רבי שטעלן אויכעט צי אזא חתונה, 

דערצו האבן די פארשידענע סערוויס געבער באקומען א ווארנונג אז די זאליס האלטן פשוט נישט  ביים באצאלן, אין אלע לעקערס האבן אפגעצויגען, אין בחדרי חרדים האט זיך אויפגעמאכט אספיציעלע שמועס אויף די גניבות פין די זאליס, אין פארשידענע מענטשען האבן זיך אפגרעדט אז מהאט זיי נישט באצאלט, 

איך רעד שוין נישט פין די באזוך אין בני ברק, וואס קיין שום נארמאלע פרעזינליכקייט האט זיך נישט מטריח געווען קומען צי זיין א.ג. הנחת אבן הפינה, 

הער מיך אויס, דער רבי זאלי וועט קלערן צווי מאל פאר ווען ער קומט נאכאמאל קיין ארץ ישראל,




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/1/2013 05:12 לינק ישיר 

פון בחדרי חרדים. די מעשה פון וואס בונדמן רעדט

סופת סאטמאר • אשכול העוקץ הגדול

סיפורי הנעקצים הולכים ומתרבים וחוששני שזכרוני לא יוכל להכיל את הכל, אז חשתבי לפתוח את האשכול לרכז את החומר. 

שכרו  כ6 צלמי וידאו ועוד  מספר דומה של צלמי תמונות לתעד את מסע הרבי מסאטמאר בישראל. לסיומו של שבוע ראשון הם כבר הספיקו להודיע לצלמים שעבדו כשבוע  + שכרו ציוד כבד שעלותו גבוהה + שכרו אנשי צוות + שכרו שירותים של חברות חיצוניות.... כי מתוך הצלמים שעבדו הם בחרו 2 צלמים אותם הם לוקחים כצלמי המסע והשאר  עשו בסה"כ 'מבחן בד' שלא צלחו ועל כן יראו עצמם כמי שלא נשכרו כלל. 

שמועה עיקשת טוענת שמתחם 'סופר בני ברק' בו נטען כי יתקיים טקס הנחת אבן הפינה לקריה החדשה בב"ב - הושכר, אלא שבעל המקום טוען שבניגוד למוסכם הוא טרם קיבל את שכרו ואמש ניסה למנוע את המשך שימושם במתחם. 

[ אחד הצלמים מספר כי נשכר ע"י גורם חיצוני שטען בפניו "אני יודע שהם לא ישלמו, לכן אני מיידע אותך שאני שכרתיך ואני אשלם לך - אתה תעביר להם תמונות רק בהוראתי" ] 

לעניין עוקץ הצלמים, הטענה הרווחת היא של--- היה עניין  ותסבוכת חשבונית מורכבת הקשורה באחיו --- ובהתייעצות ארוכה עם --- ----- נולדה המרקחת שהותירה את הצלמים שעבדו קשות וארוכות - ללא התשלום.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/1/2013 05:16 לינק ישיר 

יש כאן כמה גנבים שמבאישים את שם רבם 
מזמינם על חשבון הברון את כל נותנני השירותים ועוקצים אותם 
החל מפרסומאים . צלמים . הסעות . אירוח 
מסתבר שאלו (הגנבים) אנשים הקרובים לאדמור בעצמו וחבל מאוד התמונות הללו לא יסבו כבוד גדול לרבי ולחסידות 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > הרוצה לשקר ירחיק עדותו
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext