מהאט געטראפן די מיליאנ'ס וואס זענען נישט געגאנגען צי די בחירה'ס
די זאליס האבן זיך געשוווירן אז רעב זאלמענס נסיעה איז אזא סעקסעס אז קיינער אין אר"י גייט נישט צו די בחירה,ס
Tweet from @oldsatmar @oldsatmar: Voting Day in Israel Started alreay! But100,000's will NOT go Vote Since they Heard the Clear Daas Torah of Muren Rabbine Shlita Sun.Night! למעשה ווען די בחירות איז אריבער איז מען געוואר געווארן אז די אגודה האט צים ערשטע מאל אין די היסטוריה באקימען 7 זיצן, זלמן פארט קיין ארץ ישראל און נעמט אן די מדינה אין צים סוף האט ער נישט נאר גארנישט אויף געטאן אוועקצונעמען קולות, ער האט למעשה ארויס גיברענגט נאך סאך סאך מער וואוטס
אבער יעצט ווערט מען געוואר אז די זאליס האבן למעשה יא געהאט א הצלחה, באקומען אין אישי:
אמנון יצחק האט זיך ענדליך דערוועקט. ער טענה'ט אז ער האט נישט געזאגט קיין ליגנט ווען ער האט פאראויסגעזאגט אז ער גייט געווינען זיצן אין די דאבל-דידזשיטס. ער זאגט אז ס'איז פשוט געווען שווינדלערייען אויף א מאסשטאבליכן אופן, וואס ממש לא יאומן כי יסופר. איינס פון די שווינדלען איז געווען אז מען האט אויפגעטוישט זיינע צעטלעך "פז" צו די צעטלעך פון יאיר לפיד'ס פארטיי "פה" און וועגן דעם האט לפיד אנגעצויגן 19 בענקלעך כאטש אלע פאולס האבן אים נאר געגעבן 12 בענקלעך. זאגט ער אז די רשעות פון ש"ס איז ממש נישט צום גלייבן. זיי זענען רעדי געווען אז דער אנטי-דת יאיר לפיד זאל אריינקומען מיט אזא שטארקן כח, דורך אריבערסוויטשן אמנון יצחק'ס שטימען צו אים אבי דער אמנון יצחק זאל נישט געוואונען. ווי אויך זאגט ער אז ס'טוט זיך א מהפיכה זייט די לעצטיגע בחירות. אסאך בעלי תשובה זענען חוזרים בשאלה, זיי ווערן צוריק פריי, אלעס נאר וועגן ש"ס. ער זאגט אז וויבאלד עובדיה יוסף האט געזאגט אז ווער ס'וואוט פאר אמנון יצחק גייט אין גיהנום האבן אסאך בעלי תשובה אפגעמאכט אז זיי זענען שוין סייווי פארפאלענע אויף ביידע וועלטן, איז פארוואס זאלן זיי זיך בכלל מוטשן צו זיין פרומע אידן ווען זיי קענען כאטש האבן עולם הזה... היינט האט ער געהאט א מענטש וואס איז געקומען צו פארן צו אים אים זאגן אז ער ווערט צוריק א חילוני. ער האט זיך ממש געבעטן א שעה ביי יענעם אז ער זאל עס נישט טאן.
לצים זאגן אז די הונדערטער טויזנטער וואס האבן געדארפט שטימען פאר אמנון יצחק זענען די זעלבע הונדערטער טויזנטער וואס די זאליס האבן צוריקגעהאלטן פון גיין צו די בחירות. גיי ווייס
 |
|
|