בית פורומים אחים אנחנו

וואס גייט פאר מיט די ארעסטירטע מאמע? אלע פרטים

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-15/7/2009 17:47 לינק ישיר 
וואס גייט פאר מיט די ארעסטירטע מאמע? אלע פרטים

פארגאנגענע דאנערשטיג איז ארעסטירט געווארן א מאמע פון 6 קינדער אויפן חשד פון פייניגען איר'ס א 3 יעריגער קינד.
אנגעהויבן האט זיך דאס ווען בערך 18 חדשים צוריק איז די מאמע אנגעקומען אין שפיטאל מיט א קינד פון 1 יאר מיט 7 חדשים וועלכע איז געווען דיהיידערעיטיד און אויך געהאט א רעעש אין מויל, גענדיגט האט זיך דאס מיטן ארעסט פאריגע וואך.

פון דאס ערשטע מאל דאס קינד איז אנגעקומען אין שפיטאל ביז יעצט איז שוין דאס קינד געווען אין שפיטאל נישט ווייניגער ווי 10 מאל.

דאס במשך די לעצטע תקופה איז דאס קניד אנגעקומען אין שפיטאל מיט שטארקע סימנים פון הינגער, א אויפגעבלאזענע בויך וכדו', די דאקטוירים האבן מחליט געווען צו הלאט דאס קינד אין שפיטאל ספעציעל צוליב דעם וואס דאס קינד וועגט ווייניגער פון א דריטעל פון וואס ס'וואלט געדארפט וועגן. מ'רעדט דא פון א קינד פון בערך 3.5 יאר וואס וועגט קארגע 14 פונט. די דאקטוירים האבן תיכף מחליט געווען אז דאס קינד ווערט אויסגעהונגערט צום טויט רח"ל.

נאך עטליכע טעג ליגן אין שפיטאל האבן די דאקטוירים מחליט געווען אז עפעס איז פישי, די עקס רעיס און בלאוט טעסט'ס האבן גארנישט געוויזן, אויב אזוי פארוואס נעמט דאס קינד נישט צו נאך וואג? האבן זיי אנגעהויבן חושד זיין אז עפעס איז נישט גלאט מיטן מאמע'ן, האבן זיי אינסטאלירט אייס אינם צימער ווי דאס קינד האט זיך אויפגעהאלטען.

לויט די ווערסיע פון די פאליציי האט מען ארעטירט די מאמע'ן נאכן זען אויף די קליפס ווי די מאמע מישט אריין עפעס א אומבאקאנטע פליסיגקייט אין די איי ווי אויך קען מען זען ווי די מאמע האקט אפ די איי ווי. דאס האט פארשטערקערט די חשד פון די דאקטוירים אז די מאמע איז גייסטיש צורידערט רח"ל און וויל רח"ל אומברענגען איר אייגען קינד.

די מאמע טענה'ט אז מפייניגט איר בחינם, זי ווייזט אז זי איז א געטרייע מאמע צו אלע אירע קינדער, און אז זי האט זיך קיינמאל נישט אוועק געריקט אויך פון דעם קינד'ס קראנקען בעט. אויף צו פארענטפערן דאס אפהאקען די לעבענס וויכטיגע איי ווי האט זי געזאגט אז נאכן איינזען אז זי דארף אנקומען צום שפיטאל יעדע פאר וואכען האט זי פארשטאנען אז עפעס איז נישט גלייך האט זי זיך דורך געשמועסט מיט "רבנים און עסקנים"און זיי האבן איר געזאגט אז די "הדסה" שפיטאל מאכט סטאדיס (טעסט'ס)  אויף קראנקע קינדער זיך צו קענען לערנען דערפון דעריבער האט זי באשלאסען אויסצושטעקן אלע נישט וויכטיגע מאשינען וואס זענען צוגעטשעפעט צום קינד.

די מאמע איז לכתחילה ארעסטירט געווארען אויף ביז נעכטן (יום ג') די פאליציי האט געהאט א שטילע אפמאך מיט די "עדה החרדית" אז די פרוי וועט באפרייט ווערן כדאי זי זאל קענען גיין צו פראפעשינעל העלפ. למעשה האלטען איר די פאליציי ארעסטירט ביז נאכן משפט (א זאך וואס קען זיך ציען א לאנגע צייט).

ירושלים'ער גאסען זענען געווארן איבערגעפילט מיט פראטעסטירער בפרט די "בר אילן" גאס ווי ס'איז שוין נעכטען (יום ג') געווען 15 ארעסטירטע און 3 פארוואונדעטע, היינט (יום ד') פארנאכט'ס איז אויך געפלאנט א גרויס הפגנה פון פרויען - דאס ערשטע מאל אינם ירושלימער היסטאריע - קעגען דאס האלטען די מאמע פארשלאסען.

מיסט קאסטענעס ברענען די גאסען פלאקערען....



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/7/2009 18:16 לינק ישיר 

יעצט אין די מינוטען קומט אן די שרעקליכע נייעס אז די מאמע (זי האלטן אין 5'טען חודש) האט פון צער עגמות נפש און פחד מפיל געווען רח"ל עטליכע מינוט צוריק. ה"י



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/7/2009 19:23 לינק ישיר 

די ליידיגייער האבן ב"ה געטראפן וואס צו טון מיט די ליידיגע צייט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/7/2009 20:19 לינק ישיר 

קו שתים שומר פיו ולשונו שומר מצרות נפשו




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/7/2009 20:26 לינק ישיר 

די קאלטער יונג וואס די ביסט צענדליגער עדות געבן איבער אז די מאמע איז א אויסערגעווענליכע געטרייע מאמע און דא האנדלט זיך פון א רעכטער בליט בלבול.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/7/2009 22:52 לינק ישיר 

אין ארץ ישראל שמועסט דער עולם אז די פליסיקייט וואס די מאמע האט אריינגעלייגט אין די אינפוזיה איז טראפען פון הרב יורוביטש



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/7/2009 00:38 לינק ישיר 

קו שתים

טרינק נישט קיין בלוט פון קיין איידשע קינדער.

די ביסט ניטש געווען בשעת מעשה, זי נישט קיין תובע, א שופט, מין א תליין צוזאמען!!!!!!1




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/7/2009 19:15 לינק ישיר 

די פרייע העצע מיט א בילד פונם קינד





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/7/2009 00:17 לינק ישיר 

נעבעך אויף די צובראכענע מאמע און קינדער, די רשעים די ציונים פייניגן איר און גיבן איר נישט די מינימאלע רעכטן וואס יעדע ארעסטאנט איז בארעכטיגט צו באקומען.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/7/2009 03:56 לינק ישיר 

 איך האב געטראפן א "תגובה" פון א טאטע וואס האט אליין א קינד אין א ענליכן מצב, וואס דאס קינד ליידט נעבעך אויך פון אזא פראבלעם.


התגובה של "חינוכון":

אני אבא לילד שניזון דרך מכשיר הזנה, ואתה יכול לצלם אותי או את אישתי מנתקים אותו מההזנה איזה 9-10 פעמים ביום, אהה ואני גם חרדי, אז אולי תעצרו אותי?
ועכשיו לכמה עובדות, רוב החולים שמחוברים למכשירי הזנה מנותקים לסירוגין כמה פעמים ביום אם זה לצורך ניידות, רחצה וכו', וגם צריך ברוב המקרים לתת למערכת העיקול קצת מנוחה (תחשבו שאתם הייתם אוכלים כל היום ברצף איך הייתם מרגישים) וגם הצוות הרפואי אחרי כל ההנחיות הרפואיות של כמות ומשך זמן ההאכלות אומרת שעלינו ההורים שאנחנו מלווים את הילד לאורך כל היום ומכירים את התגובות שלו יש את השיקול דעת הכי טובה לשנות את הכמיות או את משך הזמן במידה ואנו רואים בזה צורך.
כך שלקחת סרט שאמה מנתקת ילד ממכשיר הזנה ולהגיע מזה למסקנות זה טמטום אם לא רשעות.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/7/2009 05:19 לינק ישיר 

הוציאה ממסגר נפשי

נא להתפלל עבור
האה"ח מרת יענטא בת יוכבד שתחי' לזכות ולהצלת
אשר הושלכה בכלא ע"י השלטון הרשע של הציונים ימ"ש בעלילת דם שפילה
שהקב"ה יוציאה מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה השתא בעגלא ובזמן קריב, אמן.
*
וכן לכוון לרפואת בנה הילד חיים יהודה לייב בן יענטא שיחי'
לרפואה שלימה בקרוב בתוך שאר חולי ישראל, אמן.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/7/2009 19:52 לינק ישיר 

אלע קליפ'ס בנוגע די פרשה

אם המריבה: הפרוטוקול המלא • מיוחד
האם משתחררת: שבת היא מלזעוק • וידאו
אימא של שבת • גלריה
הגרי"ש אלישיב: "אין הכי נמי, תפעילו את גפני"
"נכשלנו בהסברה. 1:0 לטובתם"
הו, אחי גיבורי התהילה • טור מיוחד
ההפגנה האחרונה • דקות לפני המכות
ליצמן: בודק הקמת ועדת בדיקה רפואית
זרים בתוכינו • גלריה מיוחדת
ילד רעב? ילד שמח! • גלריה
המריבה על 'המרעיבה' • גלריה (4)
המריבה על 'המרעיבה' • גלריה (3)
המריבה על המרעיבה • גלריה (2)
המריבה על 'המרעיבה' • גלריה (1)
הפריצה ללשכה: הסרט המלא • לצפיה
ועדת בדיקה רפואית חיצונית עכשיו!
מהפגנות מחאה להפגנות כח • וידאו
"מה רוצים שארביץ לו עם מקל גדול"? • ראיון
מה אשם הרמזור? • תיעוד בלעדי
כך אנחנו נראים • וידאו לצפיה
יצחק נחשוני בטור מיוחד: לא ראינו, לא שמענו, לא אמרנו
זעם ברחובות • שידור מוקלט
הפגנות מאה שערים: עשרות עצורים
בשם האם • גלרית תמונות
"מאמע, אווי ביסטו?" • גלריה
האמא המרעיבה • כל הפרטים
האם המרעיבה: ירושלים בוערת




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/7/2009 00:06 לינק ישיר 

דא האט איר די אקטיוויטעטען פין הדסה שנאר אין ניו יארק 

פעסט פארבינדען מיט מעדאף

http://dynamodata.fdncenter.org/990_pdf_archive/134/134022483/134022483_200705_990.pdf




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/7/2009 00:11 לינק ישיר 

http://dynamodata.fdncenter.org/990_pdf_archive/136/136110872/136110872_200705_990.pdf



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/7/2009 00:16 לינק ישיר 

http://dynamodata.fdncenter.org/990_pdf_archive/131/131656651/131656651_200705_990.pdf



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/7/2009 00:18 לינק ישיר 

אין די לינק איז דא אסאך SUBORDINATE פין הדסה אין גאנץ US אויך פין בארא פארק אין אנדערע פלעצער אין ניו יארק געגנטעןhttp://dynamodata.fdncenter.org/990_pdf_archive/136/136227614/136227614_200805_990.pdf

תוקן על ידי hatzula ב- 21/07/2009 0:27:53




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אחים אנחנו > וואס גייט פאר מיט די ארעסטירטע מאמע? אלע פרטים
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 4 לדף הבא סך הכל 4 דפים.

bholext