|
|
| נשלח ב-20/7/2009 21:38 |
|
| |
גירסא דינקותא - מעשיות פון חדר
געדענקט איר א גוט שפיצל וואס א קינד אדער בחור האט ערלעדיגט אין חדר אדער אין ישיבה?
אפילו נאר סתם אינטערסאנטע זכרונות פון חדר ישיבה קעמפ? לאו דווקא א שפיצל.
געדעקנט איר ווי א מלמד מנהל וכדו' האט אמאל זיך צונער געלייגט ברבים?
אדער אפילו סתם רציחושע קלעפ פון א מלמד?
לאזט אייך הערן.
(אויב האט איר מורא אז אייער אידענטיטעיט וועט ווערן אויפגעדעקט דורך באשרייבן א פאסירונג, קענט איר דאס שיקן צו מיר אין אימיעל, איך וועל דאס פאוסטען אנאנים נישט דערמאנענדיג פון ווי ס'איז געקומען).
איך הייב אן:
ס'איז געווען אין קעמפ, איך האב געהאט א אלטער מלמד ער האט געהאט דארט א 2 יעריגער אייניקל אויף אפאר וואכן
דער מלמד דער רשע פלעגט ברענגען דעם אייניקל אין קלאס ווייל די באבע האט נישט געהאט קיין געדולד צו אים
ביי ריסעס פלעגט דער זיידע שנארן נאש פון די קינדער, מ'זאל געבן פאר זיין אייניקל... הערסט א קארגער?
די קינדער זענען געווען זייער ברוגז אז זייער קארגע 5-10$ וואס די טאטע האט געשיקט דארפן זיי ספענדען אויף נאש פאר דעם קליינעם קענסט זיך פאשטעלן... מיר זענען געווען דעמאלטס 10 יאר אלט איין ריסעס האט ער ביי מיר געשנארט א טייערע נאש איך האב נישט געהאט א ברירה און געגעבן, איך האב נישט געוואלט באקומען מכות
דער קליינער 2 יעריגער איז געווען "עלערדזשיקט" צו "שטאקלעט", איך האב דעם נקסטען טאג אנגעפיטערט דעם קליינעם אין 10 מינוט מיט א גאנצע פעקלט טשאקלעט, ס'האט געקאסט 2 דאלער אבער נישט געפערליך מער האט ער שוין דעם אייניקל נישט געברענגט אין קלאס די נעקסטע טאג האט זיך די גאנצע כיתה צוזאמען גענומען און אלס הכרת הטוב האט מיר יעדער באצאלט 10 סענט פאר די טשאקלעט
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-20/7/2009 21:49 |
|
| |
עטגאסט, עס איז נישט פון די שענסטע מעשיות. איך האף אז דו האסט איבערגעבעטן דאס קינד שפעטער, און אויב נישט, זיי מוחל און טו דאס ווי אמשנעלסטן.
מען טשעפעט נישט קיין קינד אויף קיין שום פאל
|
|
|
|
| נשלח ב-20/7/2009 21:52 |
|
| |
דאס קינד איז געבליבן לעבן, ס'האט אים ב"ה נישט געשאט, איך בין זיכער אז נישט דאס קינד, נישט זיינע זיידע באבע, נישט זיינע עלטערן געדענקען דאס.
סך הכל האט ער באקומען א שטיקעלע אויסשלאג אויף די הויט וואס האט געהאלטן פאר א טאג צוויי, און א שלשול וואס האט געהאלפן די באבע מאכן א החלטה אז דאס קינד קומט אינדערהיים און נישט אין חדר. פונקט גענוג דער מלמד זאל אים מער נישט ברענגען און אונז איבערלאזן מיט אינזערע נעבעכדיגע נאש.
באלאנד, חוץ קריטיקירן, געדענקסטו נישט גראדע עפעס אינטערסאנט פון די קינדער יארן?
תוקן על ידי עטגאסט ב- 20/07/2009 21:49:54
|
|
|
|
| נשלח ב-20/7/2009 21:56 |
|
| |
די מעשה פון דעם עגול ואשמח וואס מהאט עם אנייגערעדט אז ער ווארט קען דער עולם זיכער..............
|
|
|
|
| נשלח ב-20/7/2009 22:04 |
|
| |
איך קען דאס נישט, דערצייל ביטע.
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
|
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.
|