ווער עס טראכט אז ויזניץ דארף אכט טויזענט זיץ פלעצער מיין איך אז עפעס איז נישט אין ארדענוג מיט אים. איך בין געווען ביי דער ויזניצער גרויסע חתונה אין בני ברק פארגאנגענעם חודש אדר, אינעם שאטער וואס אויפן זעלבן ארט גייט אי"ה ווערן אויפגעשטעלט דער שאטער ראש השנה, איך מוז אייך זאגן כ'בין באמת נתפעל געווארן פונעם ריזיגן ציבור וואס ויזניץ פארמאגט, מיין ציילונג וואס כ'האב דורכגעפירט אויפן ארט אינאיינעם מיט עטליכע חברים, און אויך די בילדער שפעטער האבן דאס באשטעטיגט איז ארויסגעקומען אז אויפן ארט איז געווען אביסל מער פון צוויי טויזנט נפשות, (קינדער נישט אריינגערעכט, טאקע נישט שיין, אבער אזוי האב איך געציילט), אבער ליינט גוט, אביסל מער פון צוויי טויזנט נישט קיין סך מער, אצינד ווען מען קומט דא אין פורום און מען שרייבט אכט טויזענט זיצן אן קינדער, און נעמט אראפ צוויי טויזענט פאר פרויען, בלייבט איבער זעקס, כ'גלייב שווער ס'גייט זיין דארט מער פון צוויי אהאלב טויזנט אידן, (גזמאות אריינגערעכט), דאס איז זייער איבערגעטריבן,און אנשטאט צו ברענגען כבוד פאר דיין קהילה (וואס דיין ציל מיטן עפענען דעם אשכול איז זיכער געווען), מאכסטו זיי זייער ביליג. איך בעט איך אייך ויזניצער חסידים, הערט אויף באצייטענס מיט דמיונות, איר זענט באמת ריזיג, אבער דער נומער אכט טויזענט איז אסך סך מער ווי א גוזמא.
 |
|
|