| נשלח ב-24/7/2009 17:12 |
|
| |
מאמע פון מאה שערים באפרייט צו זיך אין שטוב
דאס מדינת ישראל געריכט האט געאורטיילט אז די אומשולדיגע מאמע קען אהיים גיין צו זיך און שטוב אויף הויז ארעסט איינאיינעם מיט אירע קינדער, און דאס נישט געזונט קינד ווערט באפרייט פון אונטער די רעשות'דיגע הענט אין הדסה עין כרם און ווערט אריבערגעפריט צו אן אנדערע שפיטאל, דער פסק איז גילטיג אויף איין און צוואנציג טעג. די פאליציי האט אפעלירט דעם אורטייל צום העכרן געריכט אבער האבן פארלוירן דעם קאמף און אויף שבת וועט שוין דאס קינד זיין אינדערהיים. דאס איז ווי פארשטענדליך א שטארקער פראסק אין פנים פאר די מדינת ישראל פרעסע אינאיינעם מיט זייער פארשטייער דא אין פורום "קו שתיים", וועלכע האבן במשך די לעצטע וואכן געפירט אן עקלהאפטיגן קאמפיין קעגן די פרוי און די פרומע אידן אין ארץ ישראל, און אצינד האט זייער אייגענע געריכט געאורטיילט לטובת די פרוי (נעמט אין אכט: צוויי ריכטער ביידע פרייע, פסק'נען לטובת די פרוי).
|
|
|
|
| נשלח ב-24/7/2009 18:55 |
|
| |
| משהמענטש כתב: |  |
דאס מדינת ישראל געריכט האט געאורטיילט אז די אומשולדיגע מאמע קען אהיים גיין צו זיך און שטוב אויף הויז ארעסט איינאיינעם מיט אירע קינדער, און דאס נישט געזונט קינד ווערט באפרייט פון אונטער די רעשות'דיגע הענט אין הדסה עין כרם און ווערט אריבערגעפריט צו אן אנדערע שפיטאל, דער פסק איז גילטיג אויף איין און צוואנציג טעג.
די פאליציי האט אפעלירט דעם אורטייל צום העכרן געריכט אבער האבן פארלוירן דעם קאמף און אויף שבת וועט שוין דאס קינד זיין אינדערהיים.
דאס איז ווי פארשטענדליך א שטארקער פראסק אין פנים פאר די מדינת ישראל פרעסע אינאיינעם מיט זייער פארשטייער דא אין פורום "קו שתיים", וועלכע האבן במשך די לעצטע וואכן געפירט אן עקלהאפטיגן קאמפיין קעגן די פרוי און די פרומע אידן אין ארץ ישראל, און אצינד האט זייער אייגענע געריכט געאורטיילט לטובת די פרוי (נעמט אין אכט: צוויי ריכטער ביידע פרייע, פסק'נען לטובת די פרוי).
|
|
די רויטע ווערטער זענען סתם געפילן, ס'האט נישט קיין שום אחיזה אין מציאות.
די בלויע ווערטער זענען סתם שקרים אויסגעזויגן פון די פינגער.
דאס קינד וועט "נישט" זיין אינדערהיים אויף שבת, נאך מער, די מאמע טאר אפילו נישט זען דאס קינד.
די גאנצע דיון איז יעצט געווען אויף 3 נקודות.
1 "ווי" די פרוי זאל זיצן הויז ארעסט? אויף דעם איז די תירוץ ביי זיך אינדערהיים.
2 מעג די מאמע האבן קשר מיטן קראנקען קינד? אויף דעם איז די תירוץ "ניין" די מאמע טאר דאס קינד נישט זען ביזן נעקסטען געריכט (אין 2 וואכן פון היינט).
3 מעג זי האבן קשר מיר אירע "אנדערע" קינדער? אויף דעם איז די תשובה יא אבער נאר נאכדעם וואס יעדעס קינד עקסטער טרעפט זיך מיט א סעקייעטריסט.
4 קען די משפחה פאדערן אריבערצולייגן דאס קינד צו א צווייטע שפיטאל? די תירוץ איז יא4
|
|
|
|
|
| נשלח ב-24/7/2009 19:03 |
|
| |
קו_שתים, דו פארדארבענער נשמה וואס דו ביסט, זאג נאר, דו האלטסט שבת? לייגסט תפילין יעדען טאג? פון9 דיינע געשרייבעכטצער קוקט אויס אז נישט, וד"ל.
|
|
|
|
| נשלח ב-24/7/2009 20:41 |
|
| |
קו שתיים דאס וואס כ'האב געשריבן וועגן דעם אז דער קינד גייט זיין אינדערהיים אויף שבת, איז א פשוט'ער טעות, כ'האב געוואלט שרייבן אז די מאמע גייט זיין אינדערהיים אויף שבת מיט אירע קינדער, אזוי ווי די קענסט זעהן ווי כ'האב פארדעם געשריבן, אז די מאמע ווערט באפרייט, אין די קינד ווערט אריבערגעפירט צו אן אנדער שפיטאל, און די אומשולדיגע מאמע ווערט ב"ה באפרייט פון הויז ארעסט ביי א פרעמדן עסקן אינדערהיים, און די קינד ווערט אי"ה אריבערגעפירט צו א צווייטען שפיטאל, דאס איז חסדי ד' אז דאס קינד וועט זיין ארויס פונעם שפיטאל וואס דער ציבור וועקט זיך אצינד אויף, איבער די רשעות וואס דארט קומט שוין פאר א שטיק צייט, נאר יעצט איז דאס ארויסגעקומען אויף געמיינעם אופן. דאס אז זיי האבן אפעלירט דעם אורטייל איז א פאקט, און עס שטייט איבעראל ווי נייעס ווערט געשריבן אדער געזאגט, און דארט שטייט אויך אז די פסק איז גילטיג אויף איין און צוואנציג טעג, און דאס אז די האסט געפירט אן עקלהאפטיגן קאמפיין דא אין פורום וואס גרויסע אנטיסעמיטן קענען זיך פאר דיר פארשטעקן, דאס איז א פאקט וואס יעדער דא אין פורום זעהט, (קענסט נאך יעצט שנעל ארום לויפן אויסמעקן, אויב די ווילסט). אבער קו שתיים קראכן זאלסטו!!! די אומשולדיגע געטרייע מאמע איז אינדערהיים שבת מיט איר מאן און קינדער און די אידישע נאציס האבן פארלוירן 'דערווייל' וגם אתה בתוכם, המקום ינחם אותך.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-24/7/2009 20:49 |
|
| |
קו שתיים כ'האב געזוכט און כ'האב שוין געטראפן א נחמה פאר דיר, א לענגערע באריכט איבער די פייניגונגען וואס די פרוי איז אריבער, כ'בין זיכער אז די וועסט דיר דערקוויקען און שטארק הנאה האבן דערפון, אבער לויט ווי כ'זעה דיינע שטותים וואס די שרייבסט זעהט מיר אויס ווי קיין עברית קענסטו אויך נישט, אויב קענסטו טאקע נישט, זאג מיר כ'וועל דיר דאס איבערטייטשען, עכ"פ די גוטע שטיקלעך.
http://tog.co.il/he/New.aspx?id=964
|
|
|
|
|