בית פורומים אחים אנחנו

הערות: די דורכגעפאלענע מיסיע פון בן פראדעל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-28/7/2009 19:18 לינק ישיר 
סמל ההודעה הערות: די דורכגעפאלענע מיסיע פון בן פראדעל

ביטע שרייבן דא אלע הערות אויף די אשכול די דורכגעפאלענע מיסיע פון בן פראדעל

יישר כח



תוקן על ידי שסופסקים ב- 28/07/2009 19:38:36




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/7/2009 19:26 לינק ישיר 
די געלונגענע מיסיע פון פארמעגליך

ווי איר איבערצייגט זיך אין די דערמאנטן אשכול, האט דער פארמעגליך ארטיקל געהאט דעם ריכטיגן אפקלאנג, און איך מיין אז קאמענטארן זענען איבריג




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/7/2009 19:29 לינק ישיר 

יא יא, און ווען איך האב עם געפרעגט היתכן אז עס באדערט עם נישט פארוואס ענטפערט ער מיט זיינע אנדערע קאלגעס, בין איך אפגע'פסק'נט געווארן אלס נאר



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/7/2009 19:36 לינק ישיר 

און איך וועל נאכאמאל וועל איך ערווענען אז כבר הורה זקן, ה"ה מרן רבינו בעל ברך משה זי"ע און זיין דרשה חול המועד פסח תשנ"ט אויפ'ן ארון קדוש
מתוך דברות קדשו:
 

איך וועל איך זאגן: ער איז מיר א ידיד אז איך דאנק דעם בוכ"ע, היות איך קען דאך נישט אליין אנפירן, איך מוז דאך האבן מענטשן, האט מיר דער אייבישטער מזכה געווען מיט אזא מענטש ווי משה. ער איז א איבערגעגעבענער מענטש, און א קלוגער מענטש, און ער פארשטייט וואס מ'קען טאן. ער איז א גוטער פריינד פאר מיר, פאר מיינע אלע קינדער, און פאר אלע ידידים. איך קען עס נישט באגרייפן ווי קאן דאס זיין אויף אזא מין מענטש ווי משה זאל מען קאנען אזוינס זאגן.
ואידך פירושא הוא זיל גמור!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/7/2009 19:36 לינק ישיר 


די קלויגע ארוני איך וויל דיך נאר פרעגען ווען איך האב געהאלטן אין תש"מ פינקט ווי די האלטס יעצט אז דער משה פרי"מ איז א שייגעץ ביסטו מיט דיין גאנצע חברה מיך געוואלט הארגענען מיין בלוט אין מיינע קינדער זענען געווען הפקר פינקט ווי ביי די נאצים ימ"צ וואס איז יעצט געשען הא סגייט נישט ווי אזוי די וואלסט געוואלט האסטו געטוישט מיינינג אין יעדער דארף דיך נאכטאנצען איך וואלט דיר געזאגט אז די האסט געזען אז תש"מ האסטו געמאכט א טעות אין וועגען דעם ווי געטיען אידען זאלסטו יעצט אייזיצען אין שווייגען די זעסט דאך אז די קענסט מאכן א טעות אין צווייטענס איך זע אז נאך 30 יאר האסטו געכאפט דעס וואס איך האב שוין דעמאלטץ געוויסט האפ איך אז די צווייטע זאך דעס אז דער געוועזענער רב פין קרית יואל איז א שרעקליכע קליפה וועט נישט דארן נאך 30 יאר



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/7/2009 19:47 לינק ישיר 

ערהאלטן פון בלעקבערי

לאמיך נאר דערציילען א קורצען סיפור איבער בן פראדל וכת דילה ווי אזוי זיי האבן מבזה געווען דער רבי'ן דער ברך משה

תשמ"ג איז בן פראדל געפארן אויף ארץ ישראל ס'האט געזאלט הייסן אלץ א שליחות פינעם ברך משה ואתו עמו איז מיט געפארן דער אזיאנער לייזער קעסנטבוים
מען איז איינגעשטאנען אין א טייערע האטעל געפרעסן אין גע'ששק'עט אין רעסטראטנטען
מען איז ארים געלאפן צי יד ושם מויזאום נוסח בן פראדל וקעסנטבוים.

אין ארץ ישראל האט דעמאלס געוואינט א יוד ר' אברהם ראטה ז"ל וואס האט אלעס ציגעקוקט
האט ער א זאג געטאן
אז ווער 6 יאר צוריק איז אויך דא געווען א מושלחת פינעם רבי'ן דער דברי יואל זי"ע
ר' יוסל אשכנזי מיט הרה"ג ר' נתן יוסף ז"ל
מען איז איינגעשטענען ביי הרב החסיד ר' ליפא שווארץ ז"ל
פרייטאג צינאכטס האט מען געדאוונעט ביי ירושלימער רב רב ווייס ז"ל
שבת אינדעפרי ביי הרהג"צ ר' משה ארי פריינד זי"ע
שלש סעודות אין תולדות אהרן
מלווה מלכה אין דושינסקי
מעען איז ארום געגאנגען צי אלע ערליכע תלמוד תורות אין נאמען פינעם רבי'ן אין אלע קינדער זענען געשטאנען מיט ווייסע העמדער מיט פענער
זיי האבן געברנגט כבוד פאר סאטמאר איבראל

זאגט אבער היינט, שיקט אפאר לאו לייפס נידערגע מענטשן וואס ברענגן בזיונות פאר סאטמאר.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/7/2009 20:23 לינק ישיר 

אבי יעצט ביזטו מודה אז ר' נתן יוסף זצ''ל מיט ר' יאסל אשכנזי האבן יא געברענגט כבוד פאר
 סאטמאר, זעהט אויס אז דער קומענדיגער דור אהרונים וועלעכע וועלן ארויפלייגן זייערע דורכפעלער
אויף פישער וועלן שוין  רעדן איי  ווי גוט משה איז געווען אזויפיל כבוד געברענגט




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/7/2009 20:43 לינק ישיר 

אויף משה'ן דעם גבאי האט שלמה המלך פאראויסגעזאגט אין משלי:

עֶבֶד מַשְׂכִּיל יִמְשֹׁל בְּבֵן מֵבִישׁ וּבְתוֹךְ אַחִים יַחֲלֹק נַחֲלָה:
(משלי פרק יז ב)



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/7/2009 22:02 לינק ישיר 

א טיפיקל אהרונישע אשכול קעפל פון א אשכול

א ליגענט
איז משה'ס מיסיע "דורכגעפאלן"?
איז ר' זלמן לייב נישט געווארן רב אין וויליאמסבורג?
איז ער נישט געווארן א סאטמאר'ער רבי?

מיט א צונאמען
"בן פראדל"
דער אלטער איינרעדעניש אז מיט געבן איינעם א שם כינוי,
א צונאמען, וועט יענער אונטערגיין

דער תוכן פון אשכול איז נאריש.
ספעציעל נאכדעם וואס דער ברך משה האט זיך אויפגעשטעלט ברבים און געזאגט אז ער דאנקט יעדן טאג דעם באשעפער אז ער האט א גבאי ווי משה!
אויב דו ביזסט ברוגז אויף משה גבאי, קענסטו זיין ברוגז נאר אויפן ברך משה,
ער האט אים געוואלט האבן אלס גבאי די גאנצע דרייסיג יאר,
ער האט אים געהאלטן פאר געטריי, און ער האט אים אויסגעפירט וואס ער האט געוואלט.

פונקט ווי דו קענסט היינט שעלטן דוד עקשטיין,
אדער חיים שלמה פישער אבער ווילאנג ר' אהרן וויל זיי האבן נעבן זיך,
קענסטו גארנישט טאן, די זעלבע איז מיט משה גבאי.

אויב חיים שלמה פישער שלאגט זיך מיט די קינדער,
מיינט דאס אז דער רבי איז מסכים, אדער ער וויל דאס.

אז ר' אהרן איז געווען א שוטה און נישט געוואוסט וויאזוי אומצוגיין מיט משה,
איז ער זיך אליין שולדיג!

אז ער האט בעסער ליב געהאט די עצות פון זיין יועץ הפרטי, דעם טאשן שניידער מיט דעם מוח וואשער, איז עס זיין רעכטן, און זיין געמבל,
דער ברך משה האט געהאט זיין רעכט צו נעמען עצות פון וועמען ער האט געוואלט!
ער האט נישט געמאכט קיין גוטע דעסישאן? טו בעיד!

אויף די שאלה צו א גבאי דארף מאכן אלע דעסישאנס מיטן רבין, אדער פאר'ן רבין אדער זיינע קינדער?
אויף דעם איז דער תירוץ פשוט, אויב דער רבי האט א גבאי טיפש און א קלוגן קינד, וועט דער קינד מאכן די דעסישאנס, אויב דער גבאי איז א חכם און דער קינד איז א שוטה וועט דער גבאי מאכן דעסישאנס.

אזוי ווי דער ברך משה האט זיך מיט ר' אהרן בן פעסיל לאה נישט געקענט דורכרעדן בעניני הנהגה האט ער געמוזט האבן משה בן פראדל
אילו זכינו וואלט ער זיך באצייטנס באקענט מיט מתתי' דייטש, ר' אהרנ'ס יועץ הפרטי, און גענוצט זיינע קלוגע עצות אבער וואס זאל מען טאן אז מען האט גענומען משה און ער איז יא צופרידן געווען פון אים?








דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/7/2009 20:55 לינק ישיר 





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/7/2009 20:58 לינק ישיר 

פערדעריי, פוסקהדור, 


איך שענק דיר א פינגער ארויף גוט!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/7/2009 21:53 לינק ישיר 

יעפ! עס ארבייט! די חברה נעמען זיך שפרינגען! נישקשה עס וועט נאך זיין פרייליך



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/8/2009 21:14 לינק ישיר 

ערהאלטן פון נסיעהסז

ווען שלום בערגער האט געפיפען אויף די הזמנות און באקומען א עלי און סאטמר קעגן די גאנצע וועלט ווען א הזמנה האט נאך געמיינט עפעס



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/8/2009 22:10 לינק ישיר 


wow וואט אן איידיע! פארמעגליך האט א גוט קעפל!

זעענדיג ווי עס קומט איינער וואס האט א שטיקל זכרון, וואס דאס ווארט "זכרון" איז גענצליך אין געגנזאץ צו די פארמעגליך פאקטן... איז די המצאה א ריזיגע. מ'נעמט א נייע ניק "לא לנו", וואס דער ניק וועט שטיין אין די זייט אז אין פאל עס קומט ארויס אז "משה דער גבאי" איז יא א טעראריסט (חס מלהזכיר), איז דער בנו הגדול כאטש "אויך" א טעראריסט...

זייער גוט פארמעגליך.






דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/8/2009 22:15 לינק ישיר 

פשוט צו ערפילן די זאצן וואס מנהג_העולם האסט ארויסגעלאזט אין זיין לעצטן תגובה...

- יעצט לאמיר זעהן וויאזוי איז געווארען מחלוקת אין סאטמאר?

- וויאזוי איז די קהילה געווארען צושפאלטן און צובראכן פון אלע זייטן, אז אזויפיל שונאים האבן כסדר ארויסגעשפראצט פון אלע זייטן ביזן היינטיגן טאג?

- וואס האט דא פאסירט אין די שיינע קהילה אז עס איז געווארן אזוי פארשוועמט מיט "מתנגדים" מבית ומבחוץ?

 עס האט נאר איין תירוץ....

איז אזוי, יא! עס האט נאר איין תירוץ און איין ענטפער:

מ'האט אויפגענומען א יונגן גבאי, א יונג א טעראריסט, א מושחת דורך און דורך, וועלכער האט נישט געהאט קיין אחריות פאר די קהילה, א גבאי אן קיין ערפארונג, א גבאי אן קיין געפיל, א גבאי אן קיין אינטערעס פון די קהילה. א גבאי וועמען קיינער האט נישט רעקאמענדירט, א גבאי וואס האט געהאט א עקלהאפטיגע היסטאריע, א גבאי וואס האט געהאט א שמוציגן "בעק-גראונד" פון אלס בחור – א גבאי וועלכער קומט פון א קראנקע צעדרייטע משפחה, א גבאי וואס איז אויפגעוואקסן אין א שטוב פון לויטער גייסטיג-אומסטאבילע נעבעך, אזא איינעם האט מען געשטעלט ביים רודער פון די גרעסטע קהילה אויפ'ן כדור הארץ – ויצא העגל הזה!  =  דער יונגער גבאי, דער טעראריסט, האט פון די ערשטע מינוט אריינקומענדיג אין אמט איינגעקלאפט פאניע-בראט מיט דעם יונגן יוגערמאנטשיק - דער בנו הגדול פון אונזער הייליגן רבין - און אינאיינעם האבן זיי פארמירט דעם "עגל הזה"!!

די אלע שמוץ וואס עס ווערט געשריבן אין פריערדיגן תגובה פון אנהויב ביז צו די ענדע, יא, אלעס אלעס אלעס וואס ווערט צוגערעכענט צו די קרעדיט פון בן פראדל, אין דעם אלעם האט געהאט א שיינע חלק דער בנו הגדול מרן הגה"ק שליט"א!!

צונאזאם, האנט ביי האנט, ווי געשוואירן אין איין מיסיע, זענען זיי ביידע "בן פראדל" מיט "בנו הגדול מרן הגה"ק שליט"א" געועון פארנומען טאג און נאכט צו האקן און בראקן רעכטס און לינקס, אלעס און יעדעם וואס איז געשטאנען אין זייער וועג!

אין א ריכטיגע געמיינזאמע בונד, האבן זיי אינאיינעם אפגעטוהן כל מה שלבם חפץ, אנדעם וואס דער רבי רבינו הקדוש דער ברך משה זי"ע זאל האבן דאס מינדסטע ידיעה איבער זייער ריכטיכן פארשווארצטן פנים.

אין "בן פראדל" האט ער געגלייבט (נסתרים דרכי ה'.. ונעלמה מעיניו האמת נעבעך בעוה"ר) אז ער איז א געטרייער גבאי במלוא מובן המלה, איבערגעגעבן און ערליך. און אין "בנו הגדול" האט ער געגלייבט (נסתרים דרכי ה'.. ונעלמה מעיניו האמת נעבעך בעוה"ר) אז ער איז א ערליכער יונגעמאן ותלמיד חכם ומתמיד עצום עסוק בתורה ויראת שמים.

און אט אזוי, אונטער די גרויסע כח הנהגה פון רבי'ן דער ברך משה זי"ע, האבן דער "גבאי" און "גרויסער זוהן" חרוב געמאכט כרם בית סאטמאר, געשאפן מיט זייערע נידערטרעכטיגע מעשים הונדערטער און טויזנטער שונאים פאר קהלתינו הקדושה וועלכע איז געווען דער כלילת יופי, און אנגעברעגנט א צער נורא מיט חרפות ובושות פאר רבינו הקדוש בעל ברך משה זי"ע וכל בני קהלתו ועדתו איבער די וועלט.

דאס איז נאר אין קורצן ממש וואס עס ברויך דערהערט ווערן בשייכות מיט די לאנגע לאנגע שורות פון דאזיגן אשכול, ווי דער שרייבער גיסט זיך אויס דאס אנגעווייטאגט הארץ אויף דעם בן פראדל, און משום איזה סיבה טוט ער אויסמיטן די ראלע פון בנו הגדול כ"ק מרן רבינו הקדוש שליט"א אין די חורבן פון קהלתינו הקדושה והטהורה.

און צו דעם קעפל איבער דעם גבאי'ס מיסיע וואס איז דורכגעפאלן, איז נישטא צו רעאגירן בלויז אז: יא! די מיסיע פון די צוויי מטרופים "בן פראדל" און "בנו הגדול" איז געלויבט השי"ת מיאוס דורכגעפאלן, און ב"ה אז אלפי אלפים מאנשי שלומינו דאנקן יעדן טאג דעם בורא עולם אין די לעצטע צעהן יאר אז לא עזב עמנו חסדו - און אין דעם גרויסן ביטערן הסתרת פנים האט ער אויף אונז אראפגעקוקט וראה בעני עמיו - און האט שלא כדרך הטבע איבערגעדרייט דאס גאנצע קערה על פיה, צונישט מאכנדיג די אלע לאנגיעריגע פלענער פון די פראדלזאהן-בנו הגדול קליקע, וברוב נסים ונפלאות הראה לנו אות לטובה מיט די החזרת העטרה ליושנה (גראדע מיט די אייגענע הילף און ארבעט פונעם גבאי'ן וועלכע האט זיך איין שיינעם טאג צעשלאגן מיט זיין טעראר-בוזעם-פריינד בנו הגדול) בהתמנותו פון א רב אויף די קהלה קדושה וועלכע איז מיט די איינציגע ציל פון להגדיל תורה ולהאדירה מרבה דעם כבוד שמים און איז מנהיג דעם ציבור האלפים האמונים וצרופים לדרך התורה והיראה המסורה.

איך האב נאך אסאך צו פארציילן און לאזן הערן איבער די ריזיגע ראלע וואס בנו הגדול הגאון הקדוש האט געהאט אין די אלע אויבנדערמאנטע השחתה מעשים פון בן פראדל און די קליקע... אבער דאס וועט שוין מוזן זיין א אנדערע מאל...



תוקן על ידי לא_לנו ב- 05/08/2009 22:15:36




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אחים אנחנו > הערות: די דורכגעפאלענע מיסיע פון בן פראדעל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext