היות עס איז לעצטנס נתגלה געווארן א שוידערליכער שערורי'אינערהאלב אונזער היימישער שחיטה דא איןקרית יואל, און א גרויס טייל פונעם ציבור איז דערווייל נאך נישט באוואוסטזיניג דערצו, שפיר איך א פליכט צו ערקלערן פאר אייך וואס איז פארגעקומען און ווי אויך וואס זענען די שריט וואס ברויכן אונטערגענומען ווערן אין די טעג ביז עס וועט נתברר ווערן דעם פונקטליכער הלכה'דיגער שטאנדפונקט.
פאר די וואס ווייסן נאך בכלל נישט אז עפעס האט פאסירט, וועל איך צוערשט אראפברענגן דברים כהווייתן, דעם סדר השתלשלות הדברים, וויאזוי עס איז ליידער בעוה" ר אנטדעקט געווארן דאס אומגלויבליכער ביטערער פאקט אז דער שחיטה דא אין קרית יואל האט ליידער פארקויפט טריפה פלייש מיום הווסדה און מיר אלע זענען בעוה" ר נכשל געווארן מיט בשר טריפה ר"ל.
די שערוריה האט זיך אנגעהויבן פאר תשעה באב, ווען א חשוב'ער רב פון די "חבורה" פלייש פון לעיקוואד האט באזוכט אינעם בית השחיטה דא אין קרית יואל, צוליב וואס די פירמע "חבורה" נעמט אירע עופות פון אונזערע שחיטה המהודרת דא אין שטעטל .
דער רב, הרה" ג ר'ארי' קארשינסקי שליט"א, וועלכעראיז גוט באהאווענט נאך פונדערהיים פון רוסלאנד אין די מעטאדןפוןבודקזייןדעם צומת הגידין, פלעגט שוין יארן לאנג האלטן דרשות און מעורר זיין איבער דעם ענין פון די וויכטיגקייט פון אונטערזוכן דעם צומת הגידין אזוי ווי עס ווערט געברענגט אין די הלכה און ווי מען פלעגט זיך פירן אין אלע דורות.
זייענדיג ביי די שחיטה דא אין קרית יואל, האט דער רב הנ" ל שליט" א אונטערזוכט צענדליגע עופות אויפן ארט, און עס איז אים שווארץ געווארן פאר די אויגן זעענדיג ווי איבער צוואנציג פראצענט פון די עופות זענען טריפה!
דער רב האט אין אנהויב פרובירט זיך בארואיגן און טראכטן אז אפשר איז דאס א מקרה וואס האט זיך צופעליג אזוי געטראפן, און איז במשך פון עטליכע טעג געזעצן אין די בית השחיטה דא אין קרית יואל, אבער דער ווייטאגליכער פאקט איז געווארן בלויז מער און מער ווייטאגליך און שוידערליך.
ווי עס שטעלט זיך ליידער אויס, ציט זיך דער פראבלעם שוין נישט פון היינט, נאר ליידער ליידער זינט דעם גרינדונג פון די בית השחיטה,ווערן די עופות געקויפט פונעם זעלבן פלאץ.
דער רב האט באלד אלארמירט דעם חשובן מרא דאתרא שליט" א און די דיינים דא אין קרית יואל, און ווי פארשטענדליך האט זיך געשאפן א גרויס פארלעגנהייט וויבאלד לויט די הלכה איז גאר מעגליך אז די אלע פליישן וואס ליגן שוין פארפאקט אין די פריזערס אין צענדליגע אידישע הייזער דארפן געווארפן ווערן אין מיסט און טארן נישט געגעסן ווערן.
דערווייל, ליגט א פליכט אויף יעדן איד צו זיך פארבינדן מיט זיין רב, און מברר זיין וויאזוי זיך צו פירן ווייטער, הן לגבי די פלייש וואס זענען א ספק טריפה, הן לגבי די טעפ צו כשר' ן און אזוי ווייטער.
נשלח ב-5/8/2009 18:31
סאם טינג איז פישי,
עפעס קלעפט נישט מיט די מעשה, איך ווייס נאך נישט וואס, אבער עפעס איז ראנג
נשלח ב-5/8/2009 18:49
קאט די קרעיפ
עס איז נישט מער ווי אן אטאקע פין פארמעגליך שקרים אינדוסטרי אויף די שחיטה המהודרת אין דער עיקר אויף כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א
עס איז צייט צו שרייבען א קול קורא פין אלע דיינים אין רבנים שליט"א וואס האבן שוין באזוכט דעם בית השחיטה אז עס איז שקרים המצוצים מהאצבע אין למען והייתם נקיים מה ומישראל
אז דער פארמגעליך מיט זיינע שקרים לבקרים איז גרייט אויסצורייסען אלע קדשי ישראל צו זאל עס זיין שחיטה צו אנדערע זאכען וואס כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א טוט פארן גאנצען יהדות החרדית
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א טוט פארן גאנצען יהדות החרדית !!!
אין פארמעגליך מיט זיין שקרים פאבריק טוט געגן דעם יהדות החרדית !!!!
והוקע אותם
תוקן על ידי hatzula ב- 05/08/2009 18:46:03
נשלח ב-5/8/2009 19:01
תוקן על ידי hatzula ב- 05/08/2009 19:00:19
נשלח ב-5/8/2009 19:04
.
נשלח ב-5/8/2009 19:06
קאט די קרעיפ
עס איז נישט מער ווי אן אויפדעק פאר די אידן וואס האמת נעדרת אין די אמתדיגע פאקטען פין די שחיטה המהודרת אין דער עיקר וואס פארא סמכות הכשרות דער הגה"ק האט
עס איז צייט צו שרייבען א קול קורא פין די קלודזשער רבנים אין פעיראלל דיינים שליט"א וואס זענען פולשטענדיג אינטערגעוואפרען די קצבים(היינטיגער מאנטעל פאר די פיערערס פין קרית יואל )וואס האבן שוין באזוכט דעם בית השחיטה אז עס איז שקרים המצוצים מהאצבע אין למען והייתם נקיים מה ומישראל
אז דער הגה"ק איז גרייט אויסצורייסען אלע קדשי ישראל צו זאל עס זיין שחיטה צו אנדערע זאכען וואס כ"ק מרן רבינו זי"ע אין מרן רבינו הברך משה זצ"ל האט געטוען פארן גאנצען יהדות החרדית
האמת נעדרת שליט"א טוט פארן גאנצען יהדות החרדית !!!
דער הגה"ק טוט געגן דעם יהדות החרדית !!!!
והוקע אותם
נשלח ב-5/8/2009 19:16
ווי איך הער האט מען אויפגעהאנגען א צעטיל אין קרית יואלע באטשער א צעטיל
אז דער דיין געט השגחה ממחילה ואילך
אין צו יענקעלע וואס שטומט נישט ? ווייל עס האט א סיין שחיטה מהודרת
נישט געפערליך משה פינקעל האט אויך געהאט א סיין מיט א משגיח
נשלח ב-5/8/2009 19:20
איך ווארט אויף א קלארע תשובה וויאזוי פארמעגליך און האמת נעדרת זענען געווארן מחותנים אין דעם אשכול!
וואלווי
נשלח ב-5/8/2009 19:22
ווי קומט דא אריין שמואל דוד סאקס?
נשלח ב-5/8/2009 19:25
דעפרעסטע זאליס פון טעקסאס אדער טריפה פלייש אין קרית יואל??? יא....
נאכן איינזען אז די גאנצע וועלט ווארט מיט שפאנונג אויף די נייע
מהודר'דיגע בשר בהמה, וואס איז נאך קיינמאל נישט געווען על אדמת אמעריקע.
און נאכן איינזען אז בקרוב וועט כלל ישראל האבן מהודר'דיגע בהמה פלייש אין צוגאב צו די מהודר'דיגע עופות פלייש.
האבן די זאליס פאבריצירט א מעשה'לע מיט קראטשינאוויסקי פון לעיקוואוד אדער קראונהייטס
און יענער האט געטראפן א פרישע פינקל פרשה אין קרית יואל.
דער פאשקעוויל רופט די דיינים וואלדמאן מיט ראזענפעלד זאלן זיך אריינטאן אין די פרשה
עס קומט צום לאכן.
פארוואס הייסט ער אויך רופן דעם גרויסן גאון וצדיק הרב הקדוש רבי יצחק שווארץ האדמו"ר מבראד
אדער דעם בן השני הרב הצדיק הקדוש רבי ליפא'לע מזענטא?
ווער עס האט א פראבלעם, זאל אנרופן איין מענטש, דעם בעל המכשיר פון קרית יואל שחיטה:
הגאון הגדול ר' משולם פאלאטשעק שליט"א. (וועלכער ווערט נישט דערמאנט).
נשלח ב-5/8/2009 19:28
רבי_יונה שמואל_יונה חד הוא
נשלח ב-5/8/2009 19:30
באקומען פון מיינס א חבר
---------- Forwarded message
----------
From:
Date: Wed, Aug 5, 2009 at 12:24 PM
Subject: KJ Shchita - Can we trust him?
To: Talmidai Rabainy <[email protected]>,
Rabainy Shlita never wanted an own
Shchita, 1 of the reasons was that we should not have this problem with Hafsed
Meriba and then have to "deal" with those chicken that was Paskent
Le'Heter - For sure not to give it to the Bnei Kehilah. KJ Shchita was full of
Shallos from day 1, many of them that are Treifa even with Hefsed Meriba
vd"l.... Many of them were Quietly Shot Down and.... -
Why change the Shchita of Gasos? Our Rabonim are asking what is
the Benefit of Minaachaas? Especially those which are circled in seconds with
machines, Doctors had determent very big Shaalediga change in the
Beheimos that are turned over by this machine... and why change something that
is good and established by our Gedolai Hador Hakodem? And can you trust
anything with those KJ team while aron is their rosh? Don't you remember
their 1st year Matzoh Bakery? that KJ Dayen Rav Getzel Shlita didn't even give
on it the Hashgocha vd"l... The next year he went to Arizona, he will make
it better.....? Can you trust this guy? What else can he do to
wake you up?
תוקן על ידי טראכטן ב- 05/08/2009 19:27:13
נשלח ב-5/8/2009 19:31
איין מנוט וואס איז דא געשען ?
פארוואס האט דער דיין אראפגענומען די השגחה? וואס איז געשען?
זייט ווען געט משולם פאלאטשעק השגחה פאר סאטמערע פלייש ?
אין סאטמער האט דער דיין געגעבן אייביג דע השגחה פארוואס וויל נישט דער דיין ר' געציל דעם כבוד?
נשלח ב-5/8/2009 19:36
Rabainy Shlita never wanted an own Shchita, 1 of the reasons was that we should not have this problem with Hafsed Meriba and then have to "deal" with those chicken that was Paskent Le'Heter - For sure not to give it to the Bnei Kehilah. KJ Shchita was full of Shallos from day 1, many of them that are Treifa even with Hefsed Meriba vd"l.... Many of them were Quietly Shot Down and.... - Why change the Shchita of Gasos? Our Rabonim are asking what is the Benefit of Minaachaas? Especially those which are circled in seconds with machines, Doctors had determent very big Shaalediga change in the Beheimos that are turned over by this machine... and why change something that is good and established by our Gedolai Hador Hakodem? And can you trust anything with those KJ team while aron is their rosh? Don't you remember their 1st year Matzoh Bakery? that KJ Dayen Rav Getzel Shlita didn't even give on it the Hashgocha vd"l... The next year he went to Arizona, he will make it better.....? Can you trust this guy? What else can he do to wake you up?
נשלח ב-5/8/2009 19:38
א מודה במקצת, איך האב געמיינט אז עס גיי גארנישט פאר?