| נשלח ב-6/8/2009 02:42 |
|
| |
אויפדעקונג: שוחט פון בני ברק באשטעטיגט סקאנדאל
יא.
דער לאנג-יעריגער סאטמארער בני ברק'ער שוחט, הרה"ח ר' שניאור זלמן טאבאק שליט"א דער ראש השוחטים פון שחיטת הגרמי"ל לאנדא, באשטעטיגט די סקאנדאל וואס טוט זיך איצט אפ מיט די פלייש און קרית יואל, שוין מיט דריי יאר צוריק.
וגופא דעובדא הכא הוה, ר' שניאור זלמן איז געקומען צו פארן צו ר' אהרן אויפ'ן ערשטן יו"ט שבועות אלס רבי, שנת תשס"ו, און זייענדיג א גרויסער שוחט, איז ער געגאנגען קוקן און באזוכן דעם בית השחיטה "המהודרת" פון קרית יואל.
א טאג שפעטער האט ער זיך געזעגנט מיט א קוויטל ביי ר' אהרן, און האט זיך אפגערעדט פאר ר' אהרן אז עס איז נישטא קיין משגיח ביי די שחיטה וואס קוקט איבער די צומת הגידין, האט עם ר' אהרן גענטפערט כהאי לישנא: "אז מאיר הירש זאגט אז מ'דארף נישט קיין משגיח, דארף מען נישט".
דער ר' שניאור זלמן טאבאק איז גאר א תמימות'דיגער איד, אן ערליכער, א גרויסער ירא שמים, און איז געווארן זייער שטארק צוטרייסלט פון דעם ענטפער.
אהייקומענדיג און א"י איז ער געווען זייער צובראכן פון די שחיטה פירערשאפט אין קרית יואל, א פאר טעג דערויף איז ער געגאנגען מנחם אבל זיין די צווי "גרינפעלד" פון בארא פארק ר' נפתלי און ר' יעקב וועלכע זענען געזעצן "שבעה" און בני ברק בפטירת אמם.
דארט איז געזעצן א גרויסער אהרוני ר' גרשון כף פון די שחיטה משגיחים ביי הגרמי"ל לאנדא, און אויפן טיש האט מען גערעדט פון די בית השחיטה פון קרית יואל, און ר' שניאור זלמן האט געזאגט אז ער האט גרויסע טענות אויף די שחיטה, אז עס איז נישטא קיין משגיח, ווי אויבערדערמאנט.
אויפצומארגאנס האט עם ר' גרשון כף דער אהרוני באפאלן, היתכן די ביסט מוציא לעז אויף די שחיטה "המהודרת", און זאגסט עס נאך און פראנט פון די צווי גרינפעלד ברידער, וועלכע זענען שונאים פון רבי'ן.
ווען ר' אהרן איז געקומען דעם ווינטער קיין בני ברק צו אנטיילנעמען ביי די חתונה פון בן ר' חיים הערש מייזליש, איז ער געגאנגען שבת צופרי אויף קידוש נאכן דאווענען ביי ר' שניאור זלמן און שטוב, פאר צווי סיבות, איינס פון די סיבות איז, אז עס האט געדארפט הייסן א "פיוס" אויף דעם זלזול ענטפער איבער די שחיטה
עד כאן המעשה.
קאמענטארן זענען איבעריג!
תוקן על ידי yuchw ב- 06/08/2009 2:42:34
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-6/8/2009 03:15 |
|
| |
פארמעגליך האט זיך באווארנט.
ווען ער שרייבט ווען די מעשה מיט זיין געהעריגע ניק, וואלט געווען צוויי פראבלעמען, איינס, "מ'האלט נאכנישט דארט" ווי ער שרייבט אלס, יעצט באַקט מען נאכנישט קיין ס"ט מעשיות, מ'האלט נאך ביים פאבריצירן נ"ט מעשיות, (אפשר טאקע ווייל ס"ט מעשיות זענען מער עבידי לגלויי?). צווייטנ'ס, אז מארגן-איבער מארגן וועט קומען איינער און אויפוייזן איבער די ווארהייט פון די מעשה (וואס די ערשטע קושיא איז אז "אין ערגעץ" איז מען נישט בודק צומות הגידין - אבער לאמיך נישט אריינגיין אין דעם דא) וועט דאך די זאך זיין א אפשוואכונג אויף די נאמנות פון די גרויסע פארמעגליך בוך, דעריבער איז באשלאסן געווארן היינט ביי די אסיפה אויף 550, אז צו די פאבריצירונג גייט מען נוצן א פרעמדע ניק.
|
|
|
|
| נשלח ב-6/8/2009 03:17 |
|
| |
| yuchw כתב: |  | האט עם ר' אהרן גענטפערט כהאי לישנא: "אז מאיר הירש זאגט אז מ'דארף נישט קיין משגיח, דארף מען נישט".
|
|
כקען דיר נישט צוזאגן אז די גאנצע מעשה איז אמת, אבער דער זאץ איז "זיכער" אמת.
(אפילו אן קיין ראיות, עס פארשטייט זיך אליין אז ער האט עס געזאגט).
תוקן על ידי גראדערמעכל ב- 06/08/2009 3:18:08
|
|
|
|
| נשלח ב-6/8/2009 03:33 |
|
| |
אזוי ווי די ביזט גאנץ א נייער דא, דארף מען דיך אויס לערנען, אז נישט אין יעדער אשכול דארפסטו אריינפאקן דיינע תגובות,
אז סאיז נישט דא וואס צו זאגן, זאגט מען נישט,
(חוץ אויב אסאך מאל, הייסטו "פארשטיי"...................................)
ווי איך זע איז פארמעגליך, דעס וואס באדערט דיך,
במילא גיי צו די "הערות" אשכול, און ווייז אויף וועלכע פון זיינע מעשיות זענען נישט אמת,
אבער ווי פארמעגליך האט שוין כמה פעמים געשריבן, האט איהם נאך קיינער נישט באוויזן אפצופרעגן זיינע פאקטן,
די איינציגסטע זאך אויף וואס מ'טענהט זיך דארט, איז כלפי זיינע אנאליזן.
און כלפי דעם סקאנדאל
איך ווייז נישט ווי ס'קומט דא אריין, צו אין אנדערע פלעצער, איז מען יא בודק אדער נישט,
דא איז די מעשה
אז מהאט געטראפן א גרויסן פראצענט טריפה'נע טשיקן'ס רח"ל
און אויב האסטו געקויפט קרית יואל'ע פלייש
דארפסטו פרעגן דיין דיין, וואס טוט זיך מיט די טעפ.
|
|
|
|
| נשלח ב-6/8/2009 03:39 |
|
| |
איך פרעג נישט. ס'איז זיכער טריפה. סאיז דאך שוין דא א פאקטישע מעשה פון דריי יאר צוריק.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-6/8/2009 03:44 |
|
| |
וואו גייט מען צושטעלן צו כשר'ן די כלים?
גייט זיין וואלונטיר'ס ארויסצוהעלפן מיט די פראצעדור פון כשר'ן די כלים פאר "קרוב צו האלב ..." תושבי קרית יואל?
און וואו גייט מען כשר'ן אין וומ"ס?
אין לעיקוואד גייט אויך זיין א כשרן צענטער?
אין מאנסי וועט מען מסתמא איבערחזרן די פראצעדור פון פינקל-פרשה. דארט איז שוין דא עקספיקיענס אויף די פארברעכערישע טריפה סקאנדאלן.
|
|
|
|
| נשלח ב-6/8/2009 03:57 |
|
| |
ביסטו איגאנצן נאריש????
איך זע די קענסט נאכנישט דיין קאמפעני,
מ'גייט מאכן א גרויסן "קאווער אפ" (כלשון ר' אלטער משה)
און יעדער איינער וואס גייט זיך נאר דערוואגן צו עפענען די מויל,
גייט מען עס פרובירן צו פארשטאפן, מיט אלע ערליי מיטלען וואס איז נאר שייך,
און אז עס וועט אויספעלן
וועט זיך דער קדוש'על, בכבודו ובעצמו אויפשטעלן, און צולייגען די זאך מיט אלע דעטאלן, און נאכדעם ברענגן א ראיה פון בני יששכר אז ס'איז כשר,
און א טאג דערויף, וועט דער גרויסער חכם ובר דעת ש.ש. טעללער, אראפגיין אין ישיבה און מסביר זיין פאר די בחורים, די שיטה פון רבי'ן זאל זיין געזונט, פארוואס ס'איז חובת השעה, מתיר צו זיין די טריפה'נע פלייש.
דארפסט פארשטיין
דא רעד פון פארלירן אסאך געלד
אבער מער פון אלעם, פארלירן דעם אימעדזש.
|
|
|
|
| נשלח ב-6/8/2009 04:04 |
|
| |
והשנית הער מעכל לויט ווי מען זעט פון אלע דיינע תגובות וועסטו ניטאמאל פרובירן צו ענטפערן עפעס זאכליך נאר אלס מיט דיינע נאריש סארקסטישע הערות כשר'ן, יא געטוישט ניק נישט געטוישט ניק, יא געבאקען נישט געבאקען, וכו' די גיבסט נישט די ריכטיגע חיזוק פאר די ארוינים וואס קליקן אריין דא
|
|
|
|
| נשלח ב-6/8/2009 07:20 |
|
| |
יעצט גערעדט צו א משגיח כשרות,
פרעג איך איהם צו ער ווייסט עפעס צו זאגן וועגן די פרישע סקאנדאל
זאג ער מיר ער ווייסט פון גארנישט.
פרעג ער מיר אויס, מער פרטים
זאג איך איהם אז ס'רעד זיך וועגן עפעס א שחיטה "חבורה" פון לעיקוואד,
זאגט ער מיר
אז זיי פלעגן טאקע שעכטען אין קרית יואל
אבער ער האט פינקט לעצטענס גערעדט צו איינעם פון זיי, און יענער האט איהם געזאגט
אז SEPTEMBER 1 גייען זיי אנפאנגן צו שעכטען ביי די גרויסע קאמפעני "עמפייער", וואס שטייט היינט אינטער די השגחה פון ר' בנימין גרובער שליט"א
(פארוואס ווייסט ער טאקע נישט,
ס'קען טאקע זיין וועגן דעם סקאנדאל,
אבער ס'איז אינטערסאנט אנצומערקען,
אז אלס א חלק פון זייער פאבליק רילעישאן'ס (עיין פראטאקל פון הכשר בד"ץ קרית יואל בענין פאבליק ריעלעישן'ס) פארקויפן זיי אז ס'איז די מהודר'סטיגע שחיטה, (וואס אגב האב איך געהערט פון רבנים מפורסמים אז סאיז גארנישט בעסער פון אנדערע שחיטות) אבער דא זעט מען ווי א פרומע שחיטה, האט אפגעמאכט אז זיי גייען זיך זיכען בעסערע פלעצער)
נאכדעם זאגט איך איהם אז ס'רעד זיך עפעס וועגן די צומת הגידין
זאגט ער מיר אז ער ווייזט נישט וואס דא איז געווען
אבער דאס איז אינטערסאנט
אז קרית יואל איז אנדערש פון אלע אנדערע שחיטות כלפי דעם
ווייל ווי באקאנט, אז אין אמעריקע איז מען נאר בודק די קישקע
ווייל אויף אלע אנדערע זאכן איז דא א חזקה אז ס'טרעפט זיך נישט
אבער אין קרית יואל
וויבאלד מען נעמט די טשיקענ'ס פון זעקס 6 אנדערע פלעצער (זעט אויס וועגן געלד זאכן)
קען מען זיך נישט פארלאזן אויף דעי חזקות
דארף מען יעדע נאכט בודק זיין אלע אנדערע זאכן
און אזוי טוט מען טאקע
עכ"ד.
יעצט וואס איז געשען ווייס איך נישט
ס'קען זיין צוויי זאכן
אדער האט מען נישט געהעריג בודק געווען דעם פראבלעם
אדער קען זיין, אז מהאט געזען אז ס'איז אזא גרויסער פראצענט
צוואנציג פראצענט!
מאכט דאס א גרויסער פראבלעם פאר די גאנצע שחיטה,
מער פון דעם ווייס איך נישט דערווייל.
תוקן על ידי שמעון93 ב- 06/08/2009 8:03:33
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-6/8/2009 18:40 |
|
| |
עס איז ב"ה נישט קיין טעמע וואס איז נוגע רוב ציבור ערליכע אידן תלמידי וחסידי סאטמאר וואס פארלאזען זיך ממילא נישט אויף אזא מפוקפיקדיגן מענטש
וואס ווי באקאנט ווי באגלייבט דער ספעלשי בעבי אין וואס פארא סמכות ער האט איז וועט ער אלעס טוען אין דער וועלט פאר זיין ביזנעס
ער איז אין א " פריוואטער " ביזנעס פראבלעם מיט א קרייז מיט וועם ער וויל טוען ביזנעס אין עס איז נישט נוגע פאר די אידן וואס זענען מדקדק צו האבן איינעם א אמתדיגער ערליכען מענטש אין כשרות בכלל אין אין שחיטה בפרט אין וועלן נישט עסען פין א קצב וואס זוכט צו מאכען א מאכערייקע פין זיין פריוואטער ביזנעס
עס איז א פריוואטער ביזנעס מאכערייקע פין קצבים אין דעם פאל דער ספעלעשי בעבי וואס עס איז זיין פריווטער ביזנעס
עס איז נישט נוגע קיין חסידי סאטמאר
נ.ב.
עס איז שוין דא א אשכול פין דעם ענין ביטע נישט מאכען קיין דאפעלטע אשכולות
|
|
|
|
|