בית פורומים אחים אנחנו

נייעס: פרישע "משפחה" אינטערוויו מיטן געוועזענער

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-12/8/2009 19:11 לינק ישיר 
נייעס: פרישע "משפחה" אינטערוויו מיטן געוועזענער

ער זאגט דארטן אז ער האפט אז אלע ביידע קהילות פון סאטמאר וועלן מאכן שלום

ווייל אז מ'קען שניידן צוזאמען ווייץ אין לאנגאיילענד, קען מען לעבן צוזאמען און אנדערע אינזיכטן


אינערהאלב די אינטערוויו גופא זאגט ער "אז בעצם האט ער פיינט צו געבן אינטערוויו'ס"




איך האב נישט געווייסט ווי ווייט ר' אלימלך שטערן'ס ארטיקלעך אין "דער איד" האט אן השפעה.


דער געוועזענער שלאגט זיך מיט ר' אלימלך ביי יעדן טריט און שריט

תוקן על ידי yuchw ב- 12/08/2009 19:07:39




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/8/2009 19:21 לינק ישיר 


רעד אביסל מער..........

מיט וועם??   איבער וואס???  וכו'..........



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/8/2009 22:44 לינק ישיר 

עס איז אין די ענגלישע "משפחה" מאגאזין, לכבוד דעם יומה דהילולא ה=30 פון רבי'ן ז"ל





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/8/2009 23:41 לינק ישיר 


דא האט איר א לינק דערפון:

http://www.mishpacha.com/getPdf/1/271/22/0/1


ווי ס'זעט אויס האט ער געהאט גרויס פרעשור, וועגן דעם אינטערוויא פסח.

האט ער דא זיך געדארפט ריינוואשן.

דאס איז אלעס זייער גוט,
ווען ער קומט ווען אן מיט דעם חכמה,
אז ער האט זיך דערמאנט, אז באמת האט ער נישט ליב צו געבן קיין אינטערוויא,
פיין וואלט מען ווען עס געקענט עס אראפ שלינגען,

אבער די חוצפה גייט עד לב השמים,
ווען כדאי זיך אויסצוואשן פון זיין שמיץ, אריינברענגען די רבי ז"ל,
דאס איז שוין אן אימדערהערטע חוצפה,

ווי יעדער זעט דארט
אז גלייך נאך דעם קדוש'לס שמועס
ברענגט ער אראפ אן אינטערוויא, וואס די רבי ז"ל האט געהאט מיט עפעס א ציוניסטישע שרייבער

וואס איז די שייכות

דאס האט ער געוואלט ווייזען אז די רבי האט אויך געגעבן אינטערוויא'ס פאר ציוניסטישע צייטונגען

איך האלט אז יעדע סאטמארע חסיד
דארף ארויסגיין מיט א מורא'דיגע שטורעם,
און אויף קאכן דעם ציבור, איבער דעם אימדערהערטע חוצפה,

(איך בין נישט קיין גיטע שרייבער, אבער איך בעט א שרייבער מיט געפיל, זאל ארויסברענגען, די מורא'דיגע עוולה וואס דא איז געטוהן געווארן)

איין זאך בין איך נאר נייגעריג, וויפיל געלד ס'האט זיי געקאסט זייער מכלומר'שדיגן ריינוואשן זיך,
ווער ווייסט, צו ס'קימט נישט פון די שקל הקודש געלטער.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/8/2009 01:10 לינק ישיר 
אהרן ט"ב: דארט האט מען זיך נישט געמאכט וויינען

אין דעם דערמאנטן אינטערוויו אין די מישפאכא איינער פון די פערל ווערטער פון דעם פה מפיק:

"ביים פעטערס שלש סעודות תורות האט מען זיך נישט געמאכט ווי מען וויינט, דארט האט מען פארגאסן אמת'ע טרערן"

ובלשונם פון די מישפאכא :

"These
people did not pretend to be crying; they
would shed genuine tears
".

איינער ווייסט וואס האט דאס אים געמאכט זאגן, איר וואלט אויך פארציילט פאר איינעם פון דעם רבינ'ס שלש סעודות תורות און מגדיר געווען "אז דארט האט מען זיך נישט געמאכט וויינען.

איך מיין אז די סטעיטמענט זאגט זייער אסאך איבער זיין ספלעשיקייט






דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/8/2009 01:14 לינק ישיר 

אויסגעדראשענע נייעס דא איז אלע אלטע שעלטערייען

http://omgili.com/preview/_0JOtn.4SCqPFuniuze.ggR6jHX1GhVpMQTz4jBenrtYXiRPJTRT_IUsbpF6J0HKxRl0HB3G17OdeqXs8UzvoCyUDQ3lT4jZ



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/8/2009 01:19 לינק ישיר 

עס קוקט אויס אז דו ביסט אביסל צוריקגעשטאנען,

די וואך איז דא אין די מישפאכא א פרישע ארטיקל וועגן די רעבעזיכרוינעליווראכע, באזירט בעיקר אויף די פערל ווערטער פון דעם פה מפיק.






דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/8/2009 02:13 לינק ישיר 

ס'איז געוואלדיג! ‏ שטייט נישט אין וועג זיינער, לאזט אים צייגען זיין ווינדערליכן חכמה אין גדלות.

דער ציבור שטייט אין לאכט, פין דעם צופילדטער מיט זיינע רעיונות ‏ זאל אים דער באשעפער חונך דעת זיין ‏  

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/8/2009 03:19 לינק ישיר 



אינטערסאנט עפעס האט זיך אפגעהאקט דארטן, אין דעם לינק.

פריער איז עס געווען 11 פעזשעיס

יעצט איז עס אראפ צו 4.


אבער איך געב דא ארויס א ווארנונג, ח"ו נישט קויפן דעם משפחה מאגאזין,
דאס איז א ריין ציונ'יסטיש צייטונג, אסאך מאל איז עס אפי' מליטאנטיש, געטרייע שטיצער'ס פאר די מתנחלים, און פאר אלע ציונ'יסטישע אידיעס,

לאמיר זיך ח"ו נישט, אין די טעג ארום דעם רבי'ןס יארצייט
פארכאפט ווערן אין דעם נעץ, וואס אהרן ט"ב, צוזאמען מיט די משפחה סטעף, האבן אויסגעשפרייט,
אז היימישע אידן תלמידי וחסידי רביה"ק זי"ע, זאלן פארכאפט ווערן מיט ליינען מינות וכפירה,

לאמיר אינאיינעם חזר'ן די רבי'ןס תורה,
אין זיך פרובירן צו האלטן מיט זיין הייליגן שיטה
פון התבדלות מרשעים
און דאס אריינבאקן אין אינזערע קינדער,
און זיך נישט לאזן פארפירן, פון דעי אלע וואס ווילן אינץ אפקילן פון דעם,

איין זאך קען איך ענק זאגן
אהרן ט"ב האט אריינגעשטאכן א גרויסער מעסער אינעם יהדות החרדית
זאל ער נאר האבן א כפרה.


(שמעון לאז דיך שוין אפ מיט דעי אלע רעבעזיכרוינוילבראכא   קרעפ.....   ס'איז אנדערע צייטן............)



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/8/2009 03:25 לינק ישיר 

 

וואס איז יעצט געשען??? וואס איז די איבערקערעניש???

 

ס'טוט זיך הימל און ערד און 'משפחה'

די זאלונים קאכן די בני יואל ברענען די אמת'דיגע תלמידים פון רבין זכרוינע לבראכע האלטן עס ממש נישט אויס, הלמאי! מען האט געגעבן א אינטערוויא פאר די 'משפחה'.

לאז מיר זיך א מינוט אפשטעלן און טראכטן ווי אויף דער וועלט מיר האלטן.

מיר שטייען עטליכע וואכן נאך די געוואלדיגע געלונגענע פארמעגליך ארטיקלען, ממש טויזענטער מענטשן ליינען עס וכל היום היא שיחתם, די וועלט זעט שוין איין וואס פאר א בלאפער דאס איז, וואס פאר א ספלעשי אטענשאן סיקער דאס איז, קיינמאל אין לעבן נישט געעפענט א גמרא, יעדע דבר שבקדושה – אפילו תפלין לייגן מן הסתם – טוט ער נאר פאר אטענשאן, כ'מיין ממש א ריקן מכל וכל.

איז היינט כ"ב אב תשס"ט, ווען די גאנצע וועלט ווייסט שוין דאס, ס'האלט שוין אפילו ביי דעם אז מען גייט מאכן א נייע ביה"ח ווייל ער מיט זיין גאנצע קהלה האבן א דין ווי נעלאגן ר"ל, קען איינער מסביר זיין הא קער'ס אז ער האט געגעבן א אינטערוויו פאר די ציוני'סטישע משפחה, ער איז דאך עצם מעצמי ובשר מבשרי, האסט אנטדעקט אמעריקא?, ער האט דאך שוין א אלטע שנאה צו זיין פעטער, און יעצט האט ער אים גוט אויסגעשמירט, ער האט זיך נוקם געווען אין אים פארן זיך ארויסשטעלן קעגן זיין שידוך, נו וואס איז יעצט געשען?

און אויב נישט גענוג איז דאך שוין היינט באקאנט און באוואוסט אז די לעצטע יארן איז ער מכשיל כלל ישראל מיט חמץ בפסח, הערשט יעצט וויסט מען אויך אז ער איז מאכיל נבילות וטריפות, נו זאל נאך משפחה זיין א פראבלעם?

ווען להבדיל א"א הבדלות נחום רז"ב וועט געבן א אינטערוויו פונעם רבין ז"ל פאר די משפחה וועט עס איינעם שטערן, ער איז דאך מוחרם מכל!

ממילא וויל איך פארשטיין, על מה יצא הקצף, וואס באדערט דיר????

זאג שעפעלע!!!! וואס באדערט דיר!!!!!




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/8/2009 03:37 לינק ישיר 

 איך דארף דיר באמת נישט ענטפערן אויף דיין נער'ישן תגובה,

(דא רעד מען פון יסודות'דיגע זאכן, מישט ער אריין די אלע נער'ישקייטן פון הייד פארק)

אבער מיין עיקר רוגזה איז נישט אויף דעם איטערוויא זעלבסט, (דאס האט ער שוין געבראכן פסח, במילא איז שוין נעשה לו כהיתר)

מיין עיקר רוגזה איז, אז גלייך נאך זיין אינטערוויא, ברענגט ער די אינטערוויא פונעם רבי'ן מיטן ציוניסטישן שרייבער,

וואס איז דאס אויב נישט געמאכט ליצנות
פונעם רבי'ן ז"ל
 פון זיך
פון סאטמאר
פון אלע אונזערע יסודות.

אויף דעם שרייען מיר און וויינען מיר,
ער וויל מאכן גאנץ יודישקייט פאר א ליצנות, א דזשוק,

די ביסט א ציוניסט
 איך בין א קנאי
ביידע, מיינען מיר עס די זעלבע ערנסט. ה"י.


תוקן על ידי שמעון93 ב- 13/08/2009 3:34:47




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/8/2009 18:22 לינק ישיר 

איי איי איי, כ'האב געמיינט אז די זאלונים זענען אביסל קלוגער, איך האב נישט ערווארטעט זיי גייען ענטפערן, אבער אז דו האסט יא געענטפערט וועלן מיר אריינגיין בעיון אין די תשובה

שמעון93 כתב:
 איך דארף דיר באמת נישט ענטפערן אויף דיין נער'ישן תגובה,

(דא רעד מען פון יסודות'דיגע זאכן, מישט ער אריין די אלע נער'ישקייטן פון הייד פארק)
טייטש מיר אפ דיינע ווערטער, וואס איז יסודות'דיג, אינטערוויו איז יסודות'דיג און די אלע זאכן פון צומת הגידין שחיטה טעקסעס אריזאנא ווייץ סקול דיסטריקט וויזניץ וכו' וכו' דאס איז סתם הייד פארק נארישקייט, אזוי פארשטיי איך, מיינסט עפעס אנדערש זיי מסביר

אבער מיין עיקר רוגזה איז נישט אויף דעם איטערוויא זעלבסט, (דאס האט ער שוין געבראכן פסח, במילא איז שוין נעשה לו כהיתר)

מיין עיקר רוגזה איז, אז גלייך נאך זיין אינטערוויא, ברענגט ער די אינטערוויא פונעם רבי'ן מיטן ציוניסטישן שרייבער,
ווער איז דער ער, האלטס טאקע אז גלייך נאכן רעדן מיטן רבין האט אים דער רבי צוגעפירט צום... שאנק וכו' און ארויסגענומעןא אלטע צייטונג און געוויזן לייג דאס אויך אריין?
אדער רעגסט דיך אויפן שרייבער? אז ער מאכט ליצנות, אויף וועם איז דיין רוגזא זיי מסביר

וואס איז דאס אויב נישט געמאכט ליצנות
פונעם רבי'ן ז"ל
 פון זיך
פון סאטמאר
פון אלע אונזערע יסודות.
פארוואס ווען מען לייגט א אינטערוויו וואס דער רבי ז"ל האט געהאט פאר פערציג יאר צוריק מיט א שרייבער הייסט דאס געמאכט ליצנות פון רבין, אתמהה

אויף דעם שרייען מיר און וויינען מיר,
ער וויל מאכן גאנץ יודישקייט פאר א ליצנות, א דזשוק,
פארוואס (כדבריך אויב זאל האבן געווען אז דער רבי האט דערמאנט דעם אינטערוויו) הייסט דאס ליצנות געמאכט פון רבין, און ווען מען נעמט יעדע זאך וואס א גדול בישראל טוט (אםגעזען ווי שטארק דו האסט אים ליב) און מען לייגט עס אלעס אן אויף ספלעשי הייסט דאס נישט געמאכט ליצנות פון גאנץ יודישקייט.
פארוואס זאל דיין קינד קלערן איין מינוט ווען דו זאגסט אים מוסר אז דו מיינסט עס ערנסט, פארוואס זאל ער קלערן איין מינוט ווען זיין מנהל זאגט אדער מלמד זאגט אים מוסר מיינט ער עס ערענסט,


די ביסט א ציוניסט
 איך בין א קנאי
ביידע, מיינען מיר עס די זעלבע ערנסט. ה"י.


תוקן על ידי שמעון93 ב- 13/08/2009 3:34:47

 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/8/2009 19:13 לינק ישיר 

יא יא וואלןסח איז גערעכט

דאס איז אויך איינער פון די חטאים פון משה גבאי אז ער האט קיינמאל נישט געלאזט דעם ברך משה האבן אן אינטערוויו מיט די ציוני'סטישע פרעסע, אזוי ווי די רבי זי"ע, אלעס פאר זיינע נידריגע פאליטישע אינטערעסן,

זאג נאר שמעון דו מיינסט מען זעהט נישט דא וואס דו ווילסט? דו ווילסט מאכן פאר אן עוולה זיך צו לאזן אינטערוויואען פאר די מישפאכא צו פארענעטפערן משה גבאי פארוואס ער האט נישט געלאזט.

די ארונים  וועלן זיך נישט לאזן און זיי וועלן  אויפדעקן אלעס און זיי וועלן נישט מטושטש ווערן און מיינען אז עס איז אן עוולה צו אינטוערוויוען פארן מישפאכא

אה! נאך איין וויכטיגע פאוינט, פאקטיש  פון דעם אז די זאליס שרייבן אויף היידפארק, זעהט מען 2 זאכן סיי אז ר' אהרן  איז די גרעסטע רבי און סיי אז מען מעג זיך לאזן אינטערוויוען, (געשאסן 2 פויגלעך אין איין שאס...) ווייל ווען נחום ר"ב וואלט ווען געגעבן דעם אינטערוויו וואלטן די זאליס נישט אזוי געשריבן,

פלאי פלאים




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/8/2009 20:01 לינק ישיר 

http://www.ladaat.net/forum/index.php?topic=42616






דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/8/2009 21:10 לינק ישיר 

איין זאך וויל איך פארשטיין פארוואס האט די רבי זצוק'ל יא געמעגט געבן אן אינטעוויא פאר די ציונים



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אחים אנחנו > נייעס: פרישע "משפחה" אינטערוויו מיטן געוועזענער
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext