כ"ק מרן רבינו שליט"א האט יום א' לסדר ולבלתי סור מן-המצוה ימין ושמאל--למען יאריך ימים על-ממלכתו הוא ובניו, בקרב ישראל צוריק מיסד געווען די ארגינעלע אין ערליכע קהילה- קהל יטב לב קרית יואל באסיפת ראשי קהילתינו בקרית יואל אין ממנה געווען די פאלגענדע ראשי הקהילה וטובי העיר בקרית יואל
הרה"ח ר' עזראל גליק שליט"א- ערען פרעזידענט
הרה"ח ר' שלמה מיכל ראזנער שליט"א -פרעזידענט
הרה"ח ר' יוסף פנחס סטראלאוויטש שליט"א פרעזידענט
הרה"ח ר' מענדעל שווימער שליט"א- ווייס פרעזידענט
הרה"ח ר'משה פריעדמאן שליט"א ווייס פרעזידענט
אין נאך טובי הקהילה בקהל יטב לב והעיר קרית יואל
עס איז כדי אנצומערקען אז טייל פין די ראשי הקהילה זענען נאך ממונה ועומדים ממרן רבינו הקדוש בעל ויאל משה מיסד העיר קרית יואל לשרת ולעמוד על משמרת הקהילה אלץ ראשי וטובי העיר
פרטים יבאו אי"ה
עס קומען ווארימע טעג פאר קהילתינו הקדושה בקרית יואל
תוקן על ידי hasidjudge ב- 18/08/2009 17:17:09
נשלח ב-18/8/2009 18:44
עס איז דא נאך א פאר קארעקשענס אין די הנהלה וואס איך האף היינט ארויפצושטעלן פארן פובליק
תוקן על ידי hasidjudge ב- 18/08/2009 18:41:06
נשלח ב-18/8/2009 18:53
לויט דעם איז שוין דא היינט אין קרית יואל 3 קהל יטב לב די ארונים - בני יואל- מהרז"ל
נשלח ב-18/8/2009 18:55
קארעקשאן
א באריכט פין די אסיפה וואס איך האב באקומען
הרה"ח ר' עזראל גליק שליט"א- ערען פרעזידענט
הרה"ח ר' שלמה מיכל ראזנער שליט"א -פרעזידענט
הרה"ח ר' מענדעל שווימער שליט"א -ראש הקהל
הרה"ח ר' יוסף פנחס סטראלאוויטש שליט"א ווייס פרעזידענט
הרה"ח ר'משה פריעדמאן שליט"א ווייס פרעזידענט
אין נאך טובי הקהילה בקהל יטב לב והעיר קרית יואל
נשלח ב-18/8/2009 18:56
הרה"ח ר' משה טובי' בראווער אין ווילידזש
הרה"ח ר' מאיר דייטש אין קופת חתונים
הרה"ח ר' משה לייב דייטש, סופעראינטענדענט סקול דיסטריקט
הרה"ח ר' חיים הערש ליימזידער, אפישעל בילדער פון קרית יואל
הרה"ח ר' שמשון שלמה שאלאמאן, הנהלת הקריה
הרה"ח ר' יודא לייב פלאר, גבאי
הרה"ח ר' עזריאל גליק, גבאי
הרה"ח ר' עזריאל גליק, חברה קדישא
הרה"ח ר' עזריאל גליק, יו"ר ועד החינוך
הרה"ח ר' ישכר גרובער, אדמיניסטראטאר ת"ת ובית רחל
הרה"ח ר' זלמן לייב וואלדמאן, מענעדזשער פון די מוסדות
נשלח ב-18/8/2009 19:39
די ארונים זענען שרעקליך ווילד, עס איז סכנות נפשות, וואס איז געשען? איך האב נישט געוויסט אז עס איז אזא גרויסע נייעס!
תוקן על ידי מיכל_וואלף ב- 18/08/2009 19:39:02
נשלח ב-18/8/2009 19:52
רבותי! להחזיר עטרה ליושנה
ליפא ט"ב גייט צוריק ארבעטן אין קריסטעל קלער
יעקב שמשון טוט זיך צוריק אן די שטאפן היט
נאך די נעכטיגע מיטינג איז באשלאסן געווארן אז נעקסט נעמט מען זיך צו די עדה
ריח"מ ווערט אי"ה נעקסטע וואך גאב"ד
רי"ט ווייס שיקט מען צוריק קיין אנטווערפן
וואט א דזשאוק, די האבן ליב יעדן טאג א טשעינזדש, ביי אונז האט עטס נאך אלס דעם זעלבן נאמען, ביי אונז הייסט עס ווייטער "סאסמאן" ע"ש הנשיא המייסד
נשלח ב-18/8/2009 20:10
מאובי תחכמינו!
לאמיר זאגן אז די ביה"ח געהערט צו קיט"ל קרית יואל. ווער איז קיט"ל קרית יואל?
דאס איז די גאנצע, קיינער טוישט נישט גארנישט. האסידיקדשאדש שטעל זיך נישט אהער אלס אזא אלסווייסער ווען די גאנצע וואס די ווייסט איז האלבע ווערטער וואס די האסט ארויסגעשלעפט מיט א הבטחה אז ס'בלייבט ביי דיר, ווען די זאגסט צו אז די וועסט נישט פארציילן ווייטער קום נישט פויקן אויף הייד פארק.
די נייעס איז פשוט כמו שהוא מיט "גארנישט "מער ווי די נייעס איז אז
מען האט צוריק מיסד געווען די ארגינעלע אין ערליכע קהילה- קהל יטב לב קרית יואל
נשלח ב-18/8/2009 21:02
פוסקהדור כתב:
קהל יטב לב דסאטמאר קרית יואל - סאסמאן
קהל יטב לב דסאטמאר קרית יואל - בערנאדא
נשלח ב-18/8/2009 21:08
עס איז א פאזיטיוע נייעס אז מען האט צוריק מיסד געווען די ארגינעלע אין ערליכע קהילה- קהל יטב לב קרית יואל
פאר די איינציגע סיבה אז ערליכע אידן זאלען אין קרית יואל זאלען זיך קענען האלטען אויפן אלטען וועג פין רבותינו הקדושים זי"ע בלי שום שינו ולבלתי סור מן-המצוה ימין ושמאל
נב
שומר שמיטה איז א ארונישער ניק
נשלח ב-18/8/2009 21:20
דער עטרה איז געפארען קיין יושנה!
נשלח ב-18/8/2009 21:47
דער טאג וואס מען האט צוריק מיסד געווען די ארגינעלע אין ערליכע קהילה- קהל יטב לב קרית יואל וועט ווערן גדענקט ביי טויזענטער אידן אין קרית יואל אלץ א היסטארישער ווענדפונקט