איך האב ביז היינט געוויסט אז ס'גייט זיין וואלן
פונקטליך וואס די וואלן זענען ווייס איך נישט
איך האב אבער געוויסט אז מ'גייט וועלן פאר אבראהאם, ווארום ער איז א היימישער איד
די לעצטע פאר טעג ווער איך אבער געוואר אז די עסקנים פון שטאט צווישן זיי הרב נידערמאן שטיצן לעווין
טוט מיר א טובה זייט מיר מסביר וואס זענען די וואלן און פארוואס די עסקנים שטיצן לעווין און נישט אבראהאם
לאזט די סאטמארע פאליטיק אינדרויסן ביטע
נשלח ב-20/8/2009 00:12
לאמיר טאקע אויסשמועסן די זאך,
קודם כל וויל איך מאכן אן הקדמה אז נאך איידער איך האב געוואוסט אז UJO אינדארסירט אים נישט האב איך שוין געהאט אפגעמאכט אז איך וועל נישט שטימען פאר אים און איך האב איך זיך פארגעשטעלט אז מען גייט אים נישט אינדארסירן.
פארוואס?
ער איז אייביג געווען סתם א היץ קאפ ארומגעלאפן געבן סטעיטמענטס פאר די פרעסע, ער האט געזוכט פובליסיטי און במילא האט ער געגעבן סטעיטמענטס אויף סענסיטיווע אישוס וואס די אלע עסקנים מיט אן אחריות האבן נישט געוואלט קאמענטירן, למשל איך געדענק ווען יארג היידער איז געקומען לויפן אין די ניו יארקער מאראטאן איז ער געשטאנען אינדרויסן מיט סיינס צו פראטעסטירן קעגן אים און ארומגעלאפן צו די פרעסע טומלען קעגן אים, א ריכטיגער התגרות באומות אויף א זאך וואס גארנישט געהאט מיט עפעס אן אישו וואס איז געווען נוגע פארן ציבור בלויז פובליסיטי, ער איז שטענדיג נאר געווען ביזי אונטערצורייסן היימישע עסקנים אויף שטותים, דעמאלטס ווען ארי לייב גלאנץ איז געווען ארי לייב גלאנץ און האט אפיציעל פארטרעטן דעם ציבור איז ער געווען פון זיינע גרעסטע שונאים ער האט געווארפן פאשקעווילן אויף אים אז ארי לייב האט זיך באטייליגט ביי אן אסיפה ווי עס זענען געווען אנוועזענד ציונים וכדו' מיט נאך אזעלכע שטותים, מען האט אים כמעט קיינמאל נישט געזעהן מיט איינערקענטע כלל טוהערס, ער איז בכלל נישט געווען דער מענטש אויף וועם מען קען זיך פארלאזן אויף כלל ענינים, פון אים האט מען שטענדיג געהערט נאר אויף די פרעסע, אדער אדער ביי אזעלכע סארט צוזאמקומען וואס די שווארצע פירער מאכן כסדר ווי מען טומעלט און מען פארפירט,
און בכלל אז איינער וואס איז אויפגעצויגן געווארן אין אונזער חדר זאל האבן אזוינע השגות פון לויפן פאר א פאליטישן אמט וואס איז פארבינדן מיט אזויפיל זאכן וואס איינער פון אונז חלומ'ט נישטאמאל, קומט נישט פון האבן א מוראדיגן רצון אויפצוטוהן פאר אידישקייט און העלפן אנדערע אידן. יעדעק ווייסט אז א היימישע עסקן קען סאך מער אויפטוהן אינדרויסן ווי פון אינענווייניג ווי יעדער ריר איז אונטער טויזנט אויגן און פארגרעסערונג גלעזער, ווי אויך קען ער זיך נישט ארויסשטעלן אייביג אפען ווייל מען וועט זאגן אז ער איז איינזייטיג לטובת זיינע אידן, און ער אליין וויל שטענדיג ווייזן אז ער טוט אויך פאר די גוים און אלס איד דארף ער דאס שטענדיג האלטן אין איין איבערצייגן. און בכלל איז דאס אז היימישע אידן לויפן נישט פאר פאליטישע אמטן געווען איינער פון די שטארקסטע כוחות פון היימישן ציבור,
ובפרט דא אין אונזער דיסטריקט וואס די איינציגסטע סיבה פארוואס ער זאל האבן א שאנס איז ווייל עס לויפן נאך 7 אנדערע קאנדידאטן (און אזוי האט ער אויך קוים א שאנס) וואס געווענליך אין אזא פאל וועט מען זיך און די קומענדיגע וואלן פאראייניגן מיט איין קאנדידאט קעגן אים, און אויך ווייסט מען צו זאגן אז הכרת הטוב ביי היימישע אידן איז ביז זייערע אייגענע פאליטישע אמביציעס.
דא האט UJO אינדארסירט איינעם וואס האט שוין געפראווט בעבר און העלפן פאר אונזערע אינטערעסן, ער האט געשפילט א ראלע אין אריבערברענגן דעם מאכטפולע אסעמבלימאן וויטא לאפעז צו ארבעטן פאר די אינטערעסן פון אונזער ציבור, וואס איז לכאורה איינער פון די גרעסטע דערגרייכונגען אין די היסטאריע פון וויליאמסבורגע שתדלנות, ווען מען האט אריבערגעוואונען א מאכטפולן פיינט צו א מאכטפולן פריינט, און וויליאמסבורג האט שוין אסאך גענאסן פון אים, איבערהויפט מיט דעם לעצטן פראיעקט פון בראדוועי טרייענגעל כידוע, ווי דער קאנדידאט "סטיוו לעווין" האט געהאט א הויפט חלק דערין, און ער איז דער איינציגסטער קאנדידאט וואס שטיצט דאס, די אלע אנדערע קאנדידאטן זענען אלע פון די חברה אקטיוויסטישע טומלערס וואס פארשפרייט זיך ליידער לעצטנס מער און מער אין ברוקלין, די אלע אנדערע קאנדידאטן קומען מיט א רעקארד און א יחוס אז זיי האבן גע'היץ קאפ'ט דא און געטומלט דארט, אויפגעטרעטן ביי דעם פראטעסט און אראפגעריסן יענעם אין די פרעסע, "סטיוו לעווין" איז די "איינציגסטע" קאנדידאט מיט אמת'ע אייגנשאפטן צו דינען אין דעם אמט פאר סיטי קאונסיל, "דאס" איז זיין בעקראונד און עקספיריענס, און זיין רעקארד ווייזט אז ער איז סוקסעספול.
אין איין ווארט אלע אנדערע קאנדידאטן קומען מיט א רעקארד פון "טומלען" פאר (אדער קעגן) די קאמיוניטי, און סטיוו לעווין קומט מיט א רעקארד פון "טוהן" און אויפטוהן פאר די קאמיוניטי
איך וועל נישט אוועקנעמען אז ווען א יחיד וועט אנרופן אבראהאם ער זאל אים העלפן וועט ער פרובירן צו העלפן יענעם, אבער אויף צו פארטרעטן דעם ציבור און זיך צו פארלאזן אויף אים אין כלל ענינים איז ער בכלל נישט דער פאסיגער מענטש
נשלח ב-24/8/2009 20:56
ר משה דוד שרייבט אין איד א ארטיקעל וועגען עם
נשלח ב-28/8/2009 22:56
אוי
איך געדענק נאך דעם פייער אין בעדפארד גארדענ'ס
גאט אין הימל זאל שומר ומציל זיין!!!!!
נשלח ב-30/8/2009 06:47
איידער די באשליסט צו נעמען א ענערגישער עסקן שלא על מנת לקבל פרס וואס טויזענטער אידישע קינדער האבן שוין גענאסן פון זיינע אויפטוהן, שטעלט דיר אפ א מינוט, לייג דיינע פריוואטע אינטערעסן אין א זייט, און פאנג אן איבערצוגיין זיין אמת'ע היסטאריע און וואס ר' אייזיק שטעלט מיט זיך פאר.
ר' אייזיק איז א באקאנטער עסקן וואס דינט שוין דעם חרדישן ציבור פאר די לעצטע 36 יאר, און ער איז דער איינציגסטער אידישן חרדישער קאנדידאט.
ר' אברהם יצחק וואוינט שוין אין וויליאמסבורג פאר 56 יאר און ער איז אויפגעוואקסן אין וויליאמסבורגער און האט אלס וויליאמסבורגע אייוואינער געוואוסט און ווייסט די געברויכן, וואס בדרך אגב איז אינטערסאנט צו דערציילן אז ער האט געדינט זיבן אין צוואנציג יאר אין ד חברה הצלה און ער איז געווען די וואס האבן געהאלן גרינדן די שוין היינט באקאנטע חברה שומרים וואס דאס אליין ווייזט וואספארא גאלדן הארץ ער פארמאגט.
ער איז געווען פון דער וואס האבן געהאלפן און געארבעט ענערגיש לטובת די וואוילזיין פון די בעדפארד גארדנס איינוואינער און ערלעדיגט אז די רענט העכערונגן זאלן נישט צושטאנד קומען און דערמיט געשפארט טויזענטער אידישע דאללער, ווי אויך דינט ער אלס דער אדוואקאט פאר אפארדעבל האוזינג אין וויליאמסבורג וואס ער האט לאנגע יארן געדינט אלס דער פירער פון די טענענטעס אסאסיעישאן פאר די קלעמענטי פלאזא פראדזשעקטס און געקעמפט לטובת די אינטערעסן פאר די דארטיגע איינוואינער, ער איז געווען דער איינציגסטער קאנדידאט וואס האט זיך געקימערט איבער די אומ'יושר'דיגע פּארקינג טיקעטס וואס זענען פארטיילט געווארן דעם פארגאנגענעם יאר אויף קענט עוועניו, אוןהאט אויך באוויזן צו ערלעדיגען אז די איינוואוינער זאלן צוריקבאקומען זייערע פּארקינג פּלעצער, וואס צו דעם קען צוגעלייגט ווערן אז אויך האט ער גע'שתדל'ט אז די שעיפער דירות זאלן זיין אפארדעבל.
און נאך און נאך פארשידענע אויפטוהן וואס איך געדענק נשט איצט אויף די מינוט, איז נישט מער ווי יושר אז יהדות וויליאמסבורג וואס קענען אסאך געניסן און האבן גענאסן ביז היינט פון זיינע אומאויפהערליכע השתדלות ביי די העכערע פענסטער און געברענגט פאקטישע רעזולטאטן ארויסצוגיין שטימען פאר ר' אייזיק אבראהאם און אוועק קוקן און נישט האבן קיין שייכות מיט די פריוואטע אינטערעסן פון עטליכע יחידים, ס'איז א געוואלדיגע טובה אז מען האט א היימישער וואס ווייסט וואס עס זענען די געברויכן פון די וויליאמסבורגע איינוואוינער, און דערצו קען מען גרינגערהייט מיטן הילף פונעם רבש"ע געניסן און הנאה האבן פון זיין ארבעט וואס ווערט געטוהן שלא על מנס לקבל פרס.
נישט אריינצוגיין אין די פרטים איבער די פערזענליכקייט פון דעם קאנדידאט, (לאמיר אננעמען אז ער איז גאר א חשוב'ער עסקן), איז קיינמאל נישט קיין טובה פאר אידן צו האבן א איד, בפרט א חסידישער איד אין א אפיציעלער פאבליק אפיס, דאס גיט נאר פאר די שונאי ישראל געצייגן אין די הענט רח"ל, פיל אידישע פירער און פאליטישע אקטיוויסטן האבן נישט געוואלט אז דזשאו ליבערמאן זאל ערוועלט ווערן פאר א גרויסן אמט צוליב דעם זעלבן סיבה.
נשלח ב-30/8/2009 18:46
גנוי די רעכנסט אויס זייער שיינע און נאבאלע אויפטעון אויב אזוי ווי אזוי ביסטו מסביר די התנגדות פון זיינע קעגנער (איך רעדט פון די היימישע)?
נשלח ב-30/8/2009 20:40
איינע פון די גאר פשוטע און פארשטענדיגע סיבות פאר וואס ujo האט עם נישט אינדארסירט איז, וויבאלד ער לויפט איינס קעגן אנדערע זעקס קאנדידאטן מילא האט ער גאר ווייניג אויב בכלל עפעס שאנסן צו געווינען (אפילו אויב גאנץ וומ"ס וועט פאר עם שטימען) האבן זיי באשלאסן אז עס איז בעסער צו אינדארסירן א אנדערע קאנדידאט וואס קען זיין א טובה פאר די שטאט און וועט גאנץ ווארשיינליך ארויסקומען די זיגער
נעמט און אכט אז א גרויס חלק פון וויליאמסבורג דהיינו פון לינטש סטריט און ווייטער, וואס די איינוואוינער ציילן זיך קע"ה און די טויזענטער קענען נישט שטימען און די וואלען
נשלח ב-30/8/2009 21:06
גראדע ביי די יעצטיגע וואלן פאר סיטי קאנסול איז די 33 דיסטריקט
און מען קען שטומען ביז פלאשינג דאס הייסט נאך ארום.2500 מער שטימען ווי ביי סקוואדראן
סאיז קלאר אז ר' אברהם יצחק האט א טשאנס צו געווינען ווען די אידן וואטען פאר איהם ווי באלד ער איז אויך שטארק און די ארומיגע געגענטער ביי די גוים לעבן וויליאמסבורג
סטיווען לעווין וואוינט אפילו נישט אין די דיסטריקט
און נאך אזאך די מערכה וואס משה דוד פירט קעגן אבראהאם איז פערסענאלער און נישט אלס פארטיי אויס סאיז דא גענוג זאליס וואס שטיצן איהם איך רעד פון די העכערע פענסטער סיי דער איד סיי ביי זיינע פאנדרעיזערס סיי די מתפללים פון סאטמאר קליימער ווי ר' אברהם יצחק איז פון די מתפללים
ממילא ווערט נישט נתפעל פון די נידערמאן פראפעגאנדע וואס א פריוואטע מענטש ניצט די יו דזשעי או ארגענעזאציע פאר זיי נע פריוואטע אינטערעסן און גייטס ארויס אין די מאסן שטימען פאר א קאנדיטאט וואס איז פון אונזער קאמיונעטי און וואוינט שוין דא איבער פופציג יאר און בלייבט ווייטער וואוינן דא אפילו נאכן ערוועלט ווערן
נשלח ב-30/8/2009 22:33
עס איז נישט קיין טובה צו האבן א חסידיש'ן איד אין פאבליק אפיס.
און פון די אנדערע זייט קען ער נישט צופיל פועל'ן לטובת אידן נישט וועלענדיג ארויסווייזן קיין דיסקרימינאציע
נשלח ב-31/8/2009 00:36
און עס איז גענוג אנצאווייזן אז דער "חרישער" קאנדידאט ארבעט שוין יעצט קעגן די אינטערעסן פון חרדישן ציבור אין וומס"ב, מיטן ארויסשטעלן זיך קעגן די פאזיטיווע פלענער פארן בראדוועי טרייענגל, און שטיצט די פלענער פון די וואס וועלן זען א געצוימטע חרדישע אנוועזנהייט אין וומס"ב.
נשלח ב-31/8/2009 01:38
די פארגאנגענהייט האט שוין געוויזען ווי ער רעדט אביסל צי אסאך
נשלח ב-31/8/2009 02:13
ס'וואלט גוט געווען אויב איינער קען ארויפלייגען דעם ארטיקעל פון ר' משה דוד נידערמאן אין איד ס'איז געווען זייער צודערזאך