בית פורומים אחים אנחנו

פארמעגליך שרייבט דעם כנאראלאגישען דאנערשטאג שופטים

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-24/8/2009 20:04 לינק ישיר 
פארמעגליך שרייבט דעם כנאראלאגישען דאנערשטאג שופטים

איידער איך נעם איך באשרייבען דעם ביטערען טאג פון דאנערשטאג פ' שופטים, ווען עס איז נפטר געווארען אזוי פלוצלונג איינער פון די יקירי קרית יואל, פארלאנגט זיך א שטיקעל הקדמה.

דער טאג איז איינע פון די היסטארישע טעג אין די מחלוקת פון סאטמאר וואס גייט שוין אן פאר יארען לאנג. דער טאג האט אפיציעל ארויס געברענגט פאר די גאנצע וועלט אז די גאנצע ארונישע פארטיי און זייער ישיבה אין קרית יואל, זענען געווארען ברוטאלע בעסטאליטעטען וואס אזא סארט בעסטאליטעט האט מעגליך נישט געהאט אאזנס אין עבר. עכ"פ נישט וואס איז פארשריבען געווארען אין די ביכער.

די גאנצע ארונישע פארטיי וואס ווערט אנגעפירט דורך ר' אהרן און זיינע יועצים האבען זיך אפיציעל דערקלערט אלס אזאנע וואס פארמאגען נישט קיין טראפ פשוטע מענטשליכקייט און כל שכן וכל שכן, קיין אידישע הערצער.

ר' אהרן מיט זיינע יועצים ווי דוד עקשטיין, אלישע שמואל האראוויטץ דער בארימטער טאשען שניידער, מרדכי לייב גליק און גדליהו סעגעדין דער ווילידש קלוירק, האבען געוויזען אז זיי פארמאגען הערצער פון שטיין און מוחות פון שטוהל.

זיי האבען זיך רואיגערהייט צונויף געזעצט דאנערשטאג פ' שופטים אינדערפרי, נאכדעם וואס זיי האבען געהערט אז זילו פערלשטיין איז געשטארבען היינט פארטאגס פון א הארץ אטאקע און איבערגעלאזט א שטוב מיט פיצלעך, און געמיטינגט וויאזוי מען גייט דא ווייזען פאר אלעמען ווער עס איז דער אמתר בעל הבית. מען גייט דא שטעלען א פרעצעדענט פאר גאנץ סאטמאר אז יש מנהיג לבירה. זיי האבען באשלאסען אז אזא גוטע געלעגענהייט ליכא מתרחש בכל יום, עס מאכט זיך נישט אפט אזא טראגעדיע און דערצו ביי א זון פון ר' שאול פערלשטיין, איבערהויפט ווען דער נפטר אליין איז געווען א פון די "זאלי" גרינדער אין קרית יואל, און דערפאר וועט איצט זיין "פעיבעק טיים", איצט איז די צייט צו באצאלען נישט נאר פאר די פערלשטיין משפחה, נאר אויך פאר ר' זלמן לייב און פאר אלע זיינע חסידים.

וויאזוי זיי האבען דאס באוויזען, אט ליינט דעם כראנאלאגישען סדר היום פון דעם שווערען טאג פאר די קרית יואלער איינוואוינער בפרט און פאר סאטמארער חסידים בפרט. אבער נישט פאר אלע קרית יואלער איינוואינער און נישט פאר ר' אהרן איז דער טאג געווען א ביטערער. פאר ר' אהרן מיט זיינע מענטשען און פאר די בחורים פון זיין ישיבה איז דער טאג געפראוועט געווארען מיט פרייד, מיט געזאנג, מיט קלאטשערייען, און פול מיט נצחונות.

אזוי האט זיך דער טאג אנגעהויבען.

מרת פערלשטיין האט זיך אויפגעוועקט פארטאגס האלבער זעקס און נישט געזען איר מאן ר' עוזיאל אין בעט. זי איז געגאנגען אים זוכען אין הויז און אים געטראפען האלב ליגענדיג אויפן קאוטש אונטען אין דיינונג רום. ווען זי האט פראבירט אים צו וועקען האט זי געזען אז ער ענטפערט איר נישט. ער האט נישט ריספאנדעט. זי האט גערופען די הצלה ד'קרית יואל און גלייך נאך זייער אנקום האבען זיי ליידער נישט געהאט וואס צו טאן נאר אים צו דערקלערען נישט לעבעדיג. ער איז פלוצלונג נפטר געווארען, אנגעבליך פון א מאסיווען הארץ אטאקע. ער איז געווען א געזונטער מענטש, א ענערגישער מענטש, אבער זיינע יארען האבען זיך היינט פארטאגס אויסגעלאזט.

קרית יואל האט אין די שעהן פארלוירען איינע פון אירע שענסטע תושבים. ר' עוזיאל איז געווען פון די גרעסטע בעלי חסד אין קרית יואל, איינער וואס האט נאר אינזין געהאט אנדערע אידען, איינער וואס איז יעדען טאג פון די וואך ארום געגאנגען נאך געלט מיט אידען וואס האבען אים אפילו נישט געקענט, און נאר ווייל זיי האבען נישט געהאט קיין קרובים אין קרית יואל האבען זיי אנגעטראפען זילו, וועלעכער איז געווען א קרוב מיט יעדען איד בכל מקום שהם. ער איז טאג און נאכט געגאנגען נאך געלט. מען קען אויף אים זאגען אז ער איז געווען א לעגענדארער בעל חסד. ער פלעגט אונטערשטיפן טויזענטער דאלארען פאר ארימע קרית יואלער איינוואינער וואס האבען נישט קיין געלט א שבת און יו"ט אריין צו ברענגען אין שטוב. עס איז איצט נפטר געווארען איינער וואס האט נישט געקוקט אויף קיין פאליטיק ווען עס איז געקומען פאר מעשי חסד, ער האט יעדען איד ארויסגעהאלפן מיט וואס ער איז נאר געווען אין יכולת. עס איז איצט נפטר געווארען א איד וואס האט זיך פארחובות'ט פאר אידנס וועגען, איינער וואס האט קיינמאל נישט געזאגט ניין פאר א איד, און פאר קיין שום איד, און אפילו פאר ר' אהרןס א מענטש.

איצט האט זיך אנגעהויבען א געשיכטע, וואס טוט מען איצט. מען דארף בעל כרחך אנהייבען צורישען א לויה. אבער וויבאלד דער ר' עוזיאל איז געווען א אויסגעצאלטער מעמבער אין קהל יטב לב וואס איז אונטער ר' אהרן, און אויפן בית החיים האבען זיי זיך דערקלערט בעה"ב, ביז עס וועט אנשטינען ווערען אין געריכט, מוז מען איצט אונקומען צו זיי.

אבער איידער ווי וואס ווען, איז מען געוואיר געווארען אז דער טאטע פון נפטר, ר' שאול פערלשטיין איז אויפן וועג אהיים פון ארגענטינע, ווי ער איז געווען מכובד מיט א סנדקאות אויף א ברית פון א איד וואס איז געווארען אויפגעצויגען ביי ר' שאול, און ער ווייסט נאך גארנישט, און ער וועט הערשט לאנדען אין קענעדי עירפארט אין צען אזייגער און מען דארף ווארטען, דעריבער איז דער שווער פון נפטר, ר' יוסף פנחס סטראלאוויטש געווען דער וואס האט זיך מטפל געווען.

כ"ק אדמו"ר מהרי"י מסאטמאר שליט"א האט זיך אין די טעג אויפגעהאלטען אין קרית יואל – ווי ער האט געפראוועט שבת פ' ראה און ווי עס האט באשיינט דעם שבת ר' שאול און זיין זון ר' עוזיאל – האט געדאווענט דאנערשטאג פ' שופטים ר"ח אלול, מיט די בחורים פון די ישיבה קטנה שערי תורה דישיבה ויואל משה אין קרית יואל. זעקס אזייגער פארטאגס האט דער רבי באקומען א טעלעפאן קאל פון ר' יודל דייטש, איינער פון די פירענדע הצלה לייט פון וויליאמסבורג, אז דער בארימטער בעל חסד ר' עוזיאל איז נפטר געווארען. און אז ר' שאול איז נישט אין ניו יארק.

דער רבי האט נאכען דאווענען זיך אנטשולדיגט פאר די ראשי הישיבה אז ער קען זיך נישט צוזאם קלויבען פון די טראגעדיע און ער וועט זאגען א דרשה פאר די בחורים אין א קומענדיגע געלעגענהייט. דער רבי איז צוריק אנגעקומען אהיים אין זיין אכסניא ביי ר' מענדל שווימער, בערך 10:30.

איצט האט מען שוין געהערט אז ר' אהרן און זיינע יועצים, האבען זיך גענומען טאנצען א שדים טאנץ אויפן חשבון פון די טראגעדיע. זיי שטעלען תנאים וואס מען מוז נאכקומען אויב וויל די משפחה מקבר זיין דעם נפטר אין ביה"ח. צוויי הויפט תנאים איז געשטעלט געווארען אין שפיץ: מען מוז באצאלען פופציג טויזענט דאלער פאר די חברא קדישא, און אז דער טאטע פון נפטר ר' שאול אלס פארטרעטער פון קהל יטב לב פון וויליאמסבורג מוז אונטערשרייבען אז ער איז מוותר אויף אלע תביעות וואס קהל יטב לב פון וויליאמסבורג פארלאנגט פון דוד עקשטיין און דער טאשען שניידער אלישע שמואל.

אוי, איך האב שיער פארגעסען גאר א וויכטיגע פונקט פון דער ברוטאליטעט אין לויף פונעם ביטערען טאג. בערך אכט אזייגער האט זיך אריינגעזעצט ביי ר' יוסף פנחס אין דיינונג רום, משה לייב וויטריאל, דער פירער פון קרית יואל ווילעדש פובליק סעיפטי און דער אויספירער פון אלע רשעות פון דוד עקשטיין און גדלי' סעגעדין. נישט מער און נישט ווייניגער ער האט געשטעלט א תנאי פאר ר' יוסף פנחס אז אויב וויל די משפחה אז די ווילעדש זאל אונטערשרייבען דעם "טויט שיין" (דעד סערטיפיקאט) מוז מען פריער באצאלען א "וואסער ביל" פון דריי א האלב טויזענט דאלער. עס איז אפילו נישט אינטרעסאנט אריין צו גיין אין דעם אלטען סכסוך וואס ר' עוזיאל האט געהאט מיט די ווילידש איבער דעם וואסער ביל. ר' עוזיאל האט געהאלטען אז ער קומט נישט דאס געלט פארן ווילעדש און ער האלט עס נישט ביים באצאלען. און ארויף לייגען אויפן טעקס ביל האט קרית יואל ווילעדש נישט געקענט ווייל ר' עוזיאל האט געוואוינט אינדרויסען פון די גרעניצען פונעם ווילעדש. אבער איצט אז מען קען האבען די משפחה ביים קארג, האט דער אידישער ווילידש באשלאסען אז איצט איז די צייט. ווילסט א טויט שיין, ווילסט נישט אז דער נפטר זאל אנקומען אין שפיטאל ווי עס וועט זיכער זיין א לענגערער פראצעדיר, ווילסט אז א איד זאל עס מאכען איינס צוויי ווי עס איז זיכער א כבוד הנפטר, ווילסט ווי שנעלער מקבר זיין א נפטר ווי די הלכה איז, איין רגע. דו האסט א טראגדיע, די משפחה זיצט דא און קייכט אוועק פון דעם גרויסען שאק, איין רגע. פאוואליע. דו וועסט פאר אלעם באצאלען דעם אלטען וואסער ביל. און אויף דעם איז דער משה לייב וויטריאל געקומען און זיך געזעצט ביי די משפחה אין דיינונג רום.

יא, ער פירט אויס א שליחות. יא, ער איז א באצאלטער מענטש און עס איז אמת אויך, און ער זאגט נאך פארדעם דעם לחש אז ער ווייסט אז עס איז איצט דא א עולם חושך, און ער האט זייער גרויס מיטלייד, אבער ער מוז טאן וואס מען פארלאנגט פון אים.

גדלי' סעגעדין, אליין א טאטע פון קינדער, גדלי' סעגעדין האט שוין חתונה געמאכט א קינד, אבער איצט איז "פעיבעק טיים". איצט איז די צייט זיך אפרעכטען מיט דעם נפטר.

פארזעצונג קומט

 

 

 אויף די בקשה פון פארמעגליך וועט מען נישט קענען מגיב זין, ביז דער גאנצער ארטיקעל וועט זיין פערטיג
מנהל שני

 



תוקן על ידי מנהל_שני ב- 24/08/2009 20:36:56




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/8/2009 21:08 לינק ישיר 

ר' יוסף פנחס האט א איידעם אייזדארפער וואס איז איינער פון די טובים אין ר' אהרןס קהל אין קרית יואל און אויך האט ר' יוסף פנחס א ברודער א ארוני, און דאס איז שאול שמואל סטראלאוויטש, א נאנטער חבר מיט אהרן מתתיהו דייטש דער יועץ הפרטי פון ר' אהרן. די ביידע האבען מכלומרשט געדארפט זיין די פארהאנדלער אויף די זייט פון די משפחה, דערווייל האט זיך די ארונישע בעסטאליטעט און ברוטאליטעט זיך אריבערגעכאפט צו די צוויי אויבענדערמאנטע און האבען נאר געארבעט אז ר' אהרן מיט זיינע יועצים זאלען נישט דורך פאלען. זיי האבען נאר פראבירט אז מען אלעס נאכקומען די קאלט בלוטיגע מענטשען פרעסער, ביי וועם א טראגעדיע איז א געשעעניש פון "דארפור" וואס ווערט געליינט אין די צייטונגען.

אלישע שמואל האראוויטץ וואס איז דער אפיציעלער ארבעטער אין די חברא קדישא זייט ער האט נישט קיין פרנסה, האט זיך דעם גאנצען צופרי ארום געדרייט מיט א רוח גבוה און א גוף קומה, און אלעמען געזאגט אז מען גייט היינט ווייזען. זיי וועלען מוזען באצאלען א געפעפערטען פרייז. ער האט געשיקט א מעסעדש מיט אייזדארפער אז אויב מען וועט נישט באצאלען ווען מען קענען דעם נפטר טראגען קיין ארץ ישראל ווי עס ליגט דער זיידע פון נפטר, הגה"ח ר' משה פערלשטיין ז"ל.

ווען ר' יוסף פנחס איז שוין גרייט געווען באצאלען די פרייז פון פופציג טויזענט דאלער, האט אלישע געשיקט א מעסעדש אז ר' שאול מוז אונטערשרייבען אז ער גיט אויף אלע תביעות אין געריכט. דא האט שוין ר' יוסף פנחס געמוזט ווארטען אז ר' שאול זאל אנקומען קיין ניו יארק און הערען וואס ער האט צו זאגען.

ר' שאול איז געווען העכערען אנטלאנטיק ים ווען זיין זון איז נפטר געווארען און ער האט נאך געהאט צו פארען איבער פיר שעה, בעפאר ער וועט זיך דערוויסען פון דעם אומגליק וואס האט אים און זיין משפחה באטראפען.

גלייך נאכען לאנדען האט ער אנגעצינדען זיין סעלפאן און ווי נאר דער סעלפאון האט זיך אנגעצינדען איז אנגעקומען אלע מעסעדשעס וואס איז געשיקט געווארען במשך די צייט פון זיין פליען. אויך איז אנגעקומען א טעקסט פאר ר' שאול זייענדיג אויפן ראנוועי, אז זילו ב"ר שאול פערשלטיין איז נפטר געווארן היינט צופרי פלוצלונג.

ער האט גלייך אנגעקאלט זיין זון ר' חיים יודל וואס איז געקומען אים אויפפיקען, און געפרעגט צו עס איז אמת? יא, ליידער, ענטפערט אים דער זון. ר' שאול דערציילט איצט פאר אלע מנחמים אז ער האט שיעור נישט געכאפט א הארץ אטאקע. ער האט ווייטער געפרעגט זיין זון, מאכט מען שוועריקייטען צו מקבר זיין? ענטפערט ער אז ער מיינט אז יא. זיי דרייען אהין און א הער, איינמאל פארלאנגען זיי פופציג טויזענט דאלער און איצט ווילען זיי א אינטערשריפט אז מען זאל אויפגעבען אלע תביעות. האט ר' שאול געפרעגט, האט מען זיי געזאגט אז ער איז א אויסגעצאלטער מעמבער און זיי מוזען אים לייגען אין ביה"ח? האט ער געזאגט אז זיי קוקען נישט אויף גארנישט. האט ר' שאול געזאגט, אויב אזוי, וועט ער ליגען אין ביה"ח פון בני יואל.

*

 ר' יוסף פנחס האט נישט געוואלט אפילו קוקען דעם וויטריאל אין פנים. דער איידעלער מענטש וואס העלפט ארויס יעדען איד האט נישט געגלייבט וואס ער הערט און זעט. א איד גדלי' סעגעדין וועמענס טאטע ר' יעקב איז געווארען ארויסגעהאלפן אן א שיעור מאל דורך ר' יוסף פנחס און דורך דעם נפטר, זאל קענען אזא קאלט בלוטיקייט דורכפירען, דאס איז שוין געווען העכער אלע ערווארטונגען פון אזא רשעותדיגן רעזשים.

ר' יוסף פנחס האט אים פשוט איגנארירט. איז געקומען דער איידעם אייזדארפער און געוואלט פארוואסערען דעם ברוטאליטעט, האט ער געבעטען פון וויטריאל אז ער נעמט עס אויף זיך און ער זאל זאפארט אונטערשרייבען דעם טויט-שיין.

איצט האט זיך ר' יוסף פנחס געבעטען פון די הצלה אז בעפאר אלעמען זאלען זיי אוועקנעמען דעם נפטר פון הויז. טראגט אים אין טהרה שטיבעל, טראגט אים סיי ווי, נאר פון דא נעמט אוועק דעם נפטר. אבער ביז האלב עלף האט ער ביי קיינעם נישט געקענט פועלן.

די נאבעלע "הצלה" ארגאניזאציע, האט זיך אפיציעל איצט צוגעשטעלט צום "שדים טאנץ" פון וויטריאל, סעגעדין, ר' אהרן, דוד, אלישע שמואל דער טאשען שניידער און מרדכי לייב גליק. זיי האבען זיך געשטעלט אויף א פאליטישע זייט. זיי האבען נישט געוואלט אוועקנעמען דעם נפטר. הערשט האלב עלף, גאנצע פינף שעה נאכען ערקלערען ר' עוזיאל אלץ נישט לעבעדיג, האט די הצלה אוועקגעפירט דעם נפטר מיטען אמבולאנס. אבער אזוי ווי די חברה קדישא האט נישט איבערגענומען דעם נפטר ווייל איצט איז "פעיבעק טיים", איז דער נפטר געבליבען אין אמבולאנס ביים ביה"ח, אינדרויסען פון טהרה שטיבל, אן קיין שמירה אינעם אמבולאנס, נאר משה לייב וויטריאל מיט זיינע גוים וואס ארבעטען פאר די פאבליק סעיפטי זענען געשטאנען אינדרויסען פון אמבולאנס, זיכער צו מאכען אז קיין שום אנדערע חברא קדישא וועט דעם נפטר נישט נעמען און פרובירען אפגעבען דעם ריכטיגען כבוד הנפטר.

אויך מוז ארויס געברענגט ווערען אז דאנערשטאג איז געווען פון די הייסטע טעג פונעם גאנצען זומער. עס האט געברענט א זון און עס איז געווען זעלטען נאס און שטיקעדיג און עס איז געווען מיט די נאסקייט בערך הונדערט דעגרי. אבער מען קען נישט אריין טראגען דעם נפטר אין טהרה שטיבל, ווייל איצט האט ר' אהרן מיט זיינע יועצים באשלאסען אז מען דארף זיך אפרעכטען, עס איז איצט "פעיבעק טיים".

המשך יבוא

 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/8/2009 21:29 לינק ישיר 

איינער פרעגט פארוואס דער נפטר האט געדארפט באצאלען פאר וואסער ווען ער האט נישט געוואוינט אין ווילעדש און פארוואס האט ער געדארפט א טויט שיין פון ווילעדש ווען ער האט נישט געוואונט אין ווילעדש?

די מעשה מיט די וואסער איז געווען אז דער געזעת זאגט אז אויב מוניציפאל וואסער און סוער לויפט דורך איינעמס פאראפערטי, מעג זיך יענער לעגאל ארויף האקען אויף די וואסער און סוער. אבער אונזער ווילעדש האט דאך כסדר געבעטען געלט פון ר' עוזיאל, און ווייל זיי האבען דאס נישט געקענט ארויף שטעלען אויף זיין טעקס ביל, ווי דער געזעץ זאגט, האט מען עס געבעטען ווען דער מצב איז חושךדיג.

לגבי דעם טויט שיין, וואלט ר' יוסף פנחס געקענט עס באקומען דורך די טאן אוו מאנרא און אפילו ביי די פאליציי, אבער וויטריאל פון די קרית יואל ווילידש האט אנגעטראגען אז זיי קענען עס מאכען אן פראבלעמען און ווי דער כבוד הנפטר פאדערט, אז אלעס זאל מען מאכען ווי שנעלער כדי דער נפטר זאל ווי שנעלער נקבר ווערען, אבער גדלי' האט געפאדערט א פרייז. באצאלען די וואסער. יא, קרית יואל האט א אידישען ווילעדש אבער גויאישע קעפ פירען עס.







דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/8/2009 23:45 לינק ישיר 

עס איז 10:30 אינדערפרי און דער רבי איז אהיים געקומען פון דאווענען און זיך איינגעשפארט אין שטוב. דער רבי האט גערופען אויפן טעלעפאן מענטשען און אפען געהאלטען עטליכע אפציעס. דאס איז שוין קלאר געווען פארן רבין און פאר אלע מענטשען אז ר' אהרן מיט זיינע יועצים באנעמען נישט די טראגעדיע. פאר זיי איז אן געקומען א זעלטענע געלעגענהייט ווען מען קען שפילען פאליטיק און איצט גייט מען ווייזען פאר אלע סאטמארער אידן אז מען וועט מוזען באצאלען פאר ר' אהרן און זיין קהילה אסאך געלט אויב וויל מען ליגען אין סאטמאר. נישט קיין חילוק צו איינער באלאנגט ביי וויליאמסבורג און נישט קיין חילוק אויב איינער האט שוין אלע התחייבותן אויסגעצאלט פאר קהל. אויב וויל איינער ליגען אין סאטמארער ביה"ח מוז מען צאלען עקסטער פאר ר' אהרן.

אבער איצט ביי די טראגעדיע איז פארגעקומען א נייער דערהער אין רשעות. אפילו וואוינט אינער אין מאנרא און ער האט אויסגעצאלט אלע התחייבותער פאר ר' אהרןס קהל, מוז ער באצאלען נאך פופציג טויזענט דאלער, נאר ווייל זיין טאטע האט א סכסוך מיט ר' אהרן. און דא רעדט מען נישט פון א בחור צו פון א קינד. דא רעדט מען פון א איין און פערציגער יונגערמאן וואס איז גארנישט פאראנווארטליך פאר זיין טאטנס מעשים, אבער וויבאלד ער הייסט פערלשטיין, וועט מען אים ווייזען און דאס וועט זיין א לעסאן פאר יעדען אלטען איד.

דאס איז אלעס אויסער פון די הימל שרייענדע עוולות וואס ר' אהרן מיט זיין קהל האבען במשך די לעצטע אכט חדשים באוויזען אפצוטאן. זיי האבען אנגערופען צו יעדען אלטען איד אין שטוב, אז דא רעדט מען פון די חברא קדישא און אויב וויל ער האבען א חלקה אין ביה"ח נאך די הונדערט און צוואנציג, מוז מען זיך אראפזעצען מיט זיי. אויב האט זיך א איד נישט וויסענדיג געמאכט, האט ער באקומען נאך און נאך טעלעפאן רופען. אויך האבען זיי געשיקט בריווען מיט סטראשונגען אז מען וועט נישט קענען האבען קיין טענות אויף זיי, ווייל זיי ווילען זיך איצט אראפזעצען מיט יעדען אלטען איד.

זיי האבען אנגערופען משפחות וואס האבען א קראנקע טאטע-מאמע און פון זיי פארלאנגט גרויס געלט אויב ווילען זיי אז די עלטערען זאלען ליגען אין סאטמאר. עס איז אומגלויבליך וויאזוי ר' אהרן מיט זיין קהל האבען זיך אויפגעפירט צו אידען וואס האבען אלעמאל באצאלט דיוס און מעמבערשיפ פאר סאטמאר, נאר לעצטענס האבען זיי ווייטער באצאלט פאר קהל יטב לב וויליאמסבורג. זיי האט מען געשטראסעט אז זיי האבען אויפן מאמענט נישט קיין חלק אין קיין שום סאטמארען ביה"ח. שומו שמים. וואס איז געשען צו אידישע קינדער?

אין קיין שום ערליכען קרייז האט נאך קיין שום איד נישט געקאלט קיין קראנקען אדער א עלטערען איד צו אידענע און גערעדט וואס זיי פלאנען צו טאן ווען זיי וועלען שטארבען. בלויז איז די לעצטע אכט חדשים האבען די ארונים באוויזען צו טאן זאכען וואס נאר ביי גוים טוט מען אזאלכע סארט אקציעס.

מען האט ביז אכט חדשים צוריק נישט אפגעהאלטען א איד פון מקבר זיין וועגען געלט. מען האט זיך גערעכענט מיט א טראגעדיע. מען האט אלעס פארקוקט וועגען כבוד הנפטר, אבער די ארונים האבען געוויזען פאר אלעמען אז זיי גלייבען אין גארנישט, און זיי באנעמט נישט קיין שום צרה.

אלנפאלס צוריק צום רבינס הויז. פארן רבין אויפן טיש איז געלעגען עטליכע אפציעס ואס מען קען איצט טאן. איינס איז צו רופן צו דין תורה קהל יטב לב אין קרית יואל, אז די דין תורה זאל צווינגען קהל אז זיי מוזען מקבר זיין דעם אויסגעצאלטען מעמבער ר' עוזיאל; און אויב וועלען זיי נישט פאלגען, כדרכם, וועט מען גיין אין עמורדשענסי געריכט זיי צו צווינגען. און אנדערע אפציע איז געווען, דאס אומגלויבליכע, מקדש צו זיין די דריי לאטס נעבען בית החיים וואס קהל יטב לב אין וויליאמסבורג האט אפגעקויפט פון די אייגענטימער, אין פאל דער געריכט גיט דעם בית החיים פאר ר' אהרן און זיין קהל.

דאס איז געווען אויבן-אויף זייער א ווייטער פלאן. נאך פיל מער, אויף דעם האט זיך ר' אהרן און זיינע ארומיגע ברוטאלע מענטשען פרעסער נישט גערישט. כאטש זיי האבען געוויסט אז וויליאמסבורג האט אפגעקויפן די דריי דערנעבענדיגע שטחים, דאך האבען זיי געוויסט פאר זיכער אז דאס איז נאך גאר ווייט פון רעאליטעט ווייל מען קען דאס נאך נישט מקדש זיין אויף איצט ווייל היינט איז דאך ראש חודש. דעריבער האט זיך ר' אהרן געטרויעט צו טשעפען די משפחה ווייל זיי וועלען נישט האבען ווי צו מקבר זיין.

די דיינים האבען געזאגט פארן רבין, אז דער נפטר האט די הלכה פונקט ווי א "מת מצוה" און מען איז מחיוב אלעס צו טאן כדי צו ברענגען דעם נפטר ווי אמשנעלעסטען צו א מקום מנוחה. דער רבי האט צו ערשט אנגערופן ר' אברהם בער יאקאבאוויטש דער אינציאטאר פון קויפן די שטחים, און אים געפרעגט, אויב אין פאל מען מוז אנקומען דערצו, צו איז מען גרייט מיט אלעם וואס פעלט זיך אויס שוין צו קענען עס אהערשטעלען פאר א בית החיים. ווען ער האט געזאגט אז יא, האט דער רבי אנגערופען אלע דייני קהילתו און די חברא קדישא פון וויליאמסבורג אז זיי זאלען ווי שנעלער אריבערקומען קיין קרית יואל ווייל ער וויל ווי פריער שוין היינט מקדש זיין דעם נייעם ביה"ח.

דאס אלעס האט דער פובליק מיט געהאלטען.

 *

עס איז שוין איצט בערך האלב צוועלעף, ר' שאול פארט איצט ארויס קיין קרית יואל, ווי די צרה איז ליידער געשען. די פארהאנדלונגען האט איצט געפירט ר' יוסף פנחס פון די משפחה זייט, און די צוויי, אייזדארפער און שאול שמואל סטראלאוויטש האבען כסדר געברענגט מעסעדשעס פון אלישע וחביריו. ווען ר' שאול איז אנגעקומען איינס אזייגער קיין קרית יואל האט ר' אהרן פארלאנגט פופציג טויזענט דאלער און ר' שאול מוז אונטערשרייבען אז ער גיט אויף אלע תביעות, כאילו ער איז דער וואס איז תובע עפעס.

ווי פריער געשריבען האט ר' שאול געזאגט אז זיין זין ר' עוזיאל האט זיכער נישט געוואלט אז ר' אהרן מיט זיינע מענטשען פרעסער זאלען טרעטען אויף אים און דעפאר איז זיכער נישט ניחא פארן נפטר צו ליגען ביי אזאנע ברוטאלע קאלט בלוטיגע בלוט פארגיסער און דערפאר זאל קודם די חברה קדישא פון בני יואל, ר' אברהם הערש וויינשטאק, ר' הערשל ווייס, ר' קלמן ווייס און די אלע עלטערע חברא קדישא לייט פון סאטמאר, זאפארט אפנעמען דעם נפטר און קודם מאכען די טהרה.

ווען ר' יוסף פנחס רופט אפ ר' אהרןס חברא (קדישא) און פרעגט זיי ווי דער נפטר איז איצט, האבען זיי אים אנגעהויבען ארום צופירען ווי די קינדער האבען ארום געפירט פרעה, זוכענדיג משה רבינו. קודם ווייסען זיי נישט ווי דער נפטר איז, ווייל מיר האבען דעם נפטר נישט איבערגענומען. קאלט מען די "הצלה", זיי ווייסען ווייטער נישט. וואס עפעס זיי, זיי זענען נאר פאר לעבעדיגע. עס האט גענומען א האלבע שעה פאר ר' יוסף פנחס בלויז געוואויר ווערען אז דער נפטר געפינט זיך אונטערען רשות פון משה לייב וויטריאל אינעם אמבולאנס פון די הצלה אויבען ביים ציון.

אויבען ביים ציון האט דער ווילעדש שנעל אריבערגעברענגט דעם "קאמאנד צענטער" טראק, און געבלאקט דעם טויער צום ביה"ח, זיכער צו מאכען אז קיינער וועט נישט קענען זיך איינברעכען און ח"ו מקבר זיין נפטר אין זיין געקויפטע נחלה.

שיקט ר' יוסף פנחס די חברא קדישא פון בני יואל צום ציון אפצונעמען דעם נפטר, און גארנישט, מען גיט נישט ארויס. וויטריאל זאגט אז ער גיט נישט ארויס דעם נפטר. עס האט גענומען ביז איינס אזיזיגער ווען ר' יוסף פנחס איז פערזענליך ארויף געפארען צום ציון און געהייסען אברהם יושע וו"ב דעם משמש פון ר' אהרנס חברה (קדישא) אז שוין זאל מעם ארויסגעבען דעם נפטר. און איצט האט נאך וויטריאל געמוזט זיכער מאכען אז ער פארלירט נישט די מלחמה, אז ער מוז אויף פרעגען ר' שאול פערלשטיין אז ער וויל אויך אז בני יואל זאל מאכען די טהרה. אלישע שמואל דער טאשען שניידער האט נישט פארגעסען צו סטראשען אז אויב מאכט בני יואל די טהרה, וועט מען פאר זיכער שוין נישט לייגען אינעם ביה"ח. ר' שאול האט אים געהייסען פאר וויטריאל, ער זאל שוין ארויסלאזען דעם נפטר פון זיין רשות, און מיט דעם האט מען שוין ענדליך נאך באלד ניין שעה, אנגעהויבען מיט די טהרה פראצעדור.

די צוויי שליחים האבען נאר געוואלט אז מען זאל "סעטלען", ר' יוסף פנחס זאל באצאלען די פופציג טויזענט דאלער און מען זאל דעם נפטר מקבר זיין. ר' יוסף פנחס איז איינגעגאנגען. ער האט שוין אויסגעשריבען א טשעק פון פוציג טויזענט דאלער, אבער איצט האט זיך אנגעהויבען אז ר' שאול מוז אונטערשרייבען. ווען ר' יוסף פנחס האט זיך געבעטען אז זיין מחותן קומט נישט אריין אינעם בילד, ווייל זיין איידעם איז נישט א טייל אינעם סכסוך, האט מען אים געזאגט אז ער זאל זיך גיין מיטען נפטר קיין בני יואל.

דא האט ר' יוסף פנחס איינגעזען אז מיט זיי קען מען נישט און מען טאר נישט פארהאנדלען. זיי מיינען דא נישט קיין געלט, זיי מיינען נאר בלוט. זיי פירען זיך אויף ווי גוים גמורים און מען טאר בכלל נישט זיצען מיט אזעלכע מענטשען פרעסערס.

ווי נאר די צוויי, אייזדארפער און שאול שמואל האבען איבערגעזאגט פאר דעם טאשען שניידער אז ר' יוסף פנחס וויל מער נישט פארהאנדלען, האט דער טאשען שניידער שנעל זיי געזאגט אז ער איז גרייט אז דער נפטר זאל יא נקבר ווערען דא, און נאר די קרקע געלט זאל מען באצאלען,  און דאס איז דער סכום פון אכט טויזענט דאלער. און דא האט מען געהאלטען ווען ר' שטאל איז אנגעקומען קיין קרית יואל, צו זיין די שרעקליכע טראגעדיע פון דער נאנט

ווען די צוויי האבען געזען אז עס הייבט אן שלאגען ווארצלען ביי ר' יוסף פנחס, זענען זיי ווידער צוריקגעגאנגען צום טאשען שניידער און אים געזאגט אז ר' שאול פערלשטיין איז יעצט אנגעקומען און זיי זענען ווייטער גרייט צו לייגען דעם נפטר אין קרית יואל. ווי נאר זיי האבען דאס געציילט פארן טאשען שניידער האט ער געזאגט אז ער רופט שוין צוריק. נאך עטליכע מינוט האט ער צוריק גערופען און געזאגט אז בפקודת דעם רבין שליט"א (ר' אהרן) מוז מען איינלייגען פופציג טויזענט דאלער איינגאבע אז ר' שאול פערלשטיין וועט אויפגעבען אלע תביעות.

איצט האבען אלע געזען אז זיי ווילן נאר שפילען פאליטיק און מען גייט מיט זיי ווייטער נישט פארהאנדלען, ווייל ר' שאול איז דאך נישט דא קיין זייט. ער איז דאך בלויז דער פאטער פונעם פערציג יעריגען נפטר.

איצט האט נאך אייזדארפער מיט שאול שלואל סטראלטוויטש, געמיינט אז מען גייט לייגען דעם נפטר אין בני יואל און דאס איז א שטיקעלע "געווינס" פאר ר' אהרן, ווייל דאס וועט זיין א לעסאן אז מיט ר' אהרן און זייער מענטעשן פרעסער מוז מען זיך דורך קומען.

נאך אינמיטען וועג קיין קרית יואל האט דער רבי גערעדט מיט ר' שאול און דער רבי האט אים דערציילט אלע אפצעס וואס ליגען אויפן טיש. ר' שאול האט געזאגט פארן רבין אז וואס דער רבי איז מחליט, וועט ער ביישטיין דערויף. האט אים דער רבי געבעטען אז ער זאל אנפרעגען די שנור, די נייע אלמנה, וואס זי וויל און אזוי וועט מען טאן.

ווען דער טאשען שניידער האט דאס צווייטער מאל פארלאנגט די איינגאבע פון פופציג טויזענט דאלער, האט ר' שאול דערציילט פאר די אלמנה וואס דער פלאן איז, צו מקדש זיין א נייע ביה"ח און וואס זי זאגט דערצו. האט זי געזאגט פאר ר' שאול, אז מיט אזעלכע רשעים ווי די קרית יואלער מענטשען פרעסער, וויל זי מער נישט פארהאנדלען און איר טייערער מאן טאר ביי זיי נישט ליגען. זי איז מסכים אז וואס דער שווער האלט ווייל ער מיינט דאך זיכער די טובה פונעם נפטר, נעמט זי אויך אן.

ר' שאול האט דאס דערציילט פארן רבין און דעמאלטס האט דער רבי מחליט געווען אז די לוי' וועט זיין גלייך נאכען מקדש זיין דעם ביה"ח.

הדבר יצא מלפני המלך, עס איז געווארען ארויסגעהאנגען פלאקאטען בערך איינס אזייגער, אז די דייני סאטמאר גייען מקדש זיין דעם נייעם ביה"ח דריי אזייגער און די לוי' וועט זיין פינף אזייגער אין פארנט פון גרויסען ביהמ"ד ויואל משה.

 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/8/2009 00:17 לינק ישיר 

ווי נאר עס איז געווען די החלטה אז דער נפטר גייט ליגען אין אט וואס נייער ביה"ח האבען זיך די ניגונים געטוישט. זיי זענען געכאפט געווארען אין רעאליטעט וואס זיי האבען זיך  נישט גערישט. עס איז געווארען א אויסבראך ביי ר' אהרן אין זיינע יועצים, זיי האבען נישט געוואלט גלייבען וואס זיי הערען.

ר' יוסף פנחס האט מער נישט געלאזט פארהאנדלען מיט ר' אהרן און מיט זיינע מענטשען פרעסער און ער האט געהייסען אלע מענטעשן אוועקגיין פון הויז. אבער אייזדארפער האט נאך באוויזען איין טעלעפאן קאל דורך צו לאזען פאר ר' יוסף פנחס, וואס דאס איז געווען פון אברהם יושע וו"ב דער משמש, אז זיי זענען גרייט איבערצונעמען דעם נפטר אן קיין שום באדינגונגען. קיין איין תנאי נישט. נישט אז מען דארף געבען פופציג טויזענט דאלער און נישט ר' שאול דארף אונטערשרייבען, גארנישט, אפילו די אכט אויזענט דאלער פאר די קרקע אויך נישט. נאר מען זאל אים נישט לייגען אין נייעם בית עולם.

די אלמנה איז גאגענגען פרעגען ר' שאול וואס ער זאגט צו דעם, האט ער איר גענפערט אויב דו ווילסט פארקוק איך, אין דו קענסט אים לייגן ביי זיי, אבער איך קען זיי גוט. זיי ווילן מיט מיר זיך אפרעכענען ממילא וועלן זיי טרעפן ביים מצבה שטעלן א וועג וויאזוי ארויס צופרעסען געלט.

למעשה איז נישט נשתנה עווארען דער מצב, כאטש שאול שמואל און אייזדארפער האבען נאך פראבבירט אז נאר די נייע ביה"ח זאל נישט צושטאנד קומען, איז זיי דאס נישט געלונגען.

צום רבין אהיים אויף העיס קארט אין קרית יואל זענען אנגעקומען שארמאשער רב, ר' זלמן לייב פילאף, ר' שלמה לייב וויינבערגער, ר' ארי' ראזענפעלד, ר' יצחק מאנדל, ר' יעקב יודא ברוין. פון די חברא קדישא, ר' עזריאל גליק, ר' ישראל גאדלבערגער, ר' ישראל דוד וויינבעגער, ר' הלל דוב גאנץ, ר' אברהם הערש וויישטאק, ר' הערשל ווייס, ר' יודל וויינשטאק, ר' יעקב שטערען ר' נפתלי ווייס און נאך אנדערע.

דער רבי מיט די דיינים זענען דורך געגאנגען אלע הלכות, און עס האט זיך דערקענט אויף אלעמען די ערשטיטערטקייט וויי ווייט אידישע קינדער האבען זיך דערקייקלט, אז ביי זיי איז קיין השראת הנפש נישט פארהאן, עס איז אין יראת אלקים ביי זיי.

נאך די אסיפה איז דער רבי אוועק געפארען פון קרית יואל ווי עס איז דער מנהג אז דער רב טאר נישט זיין אין שטאט. אויף האט ר' אהרן זיך געמוזט אפטראגען ווייל אויב נישט וועט ער דאך נישט זיין דער מרא דאתרא. קיין עקסלוסיוו סידור קידושין איז ער שוין אט אט דערנאך, נו מיט וואס וועט ער בלייבען דער רב, מיטען אוועקפארען...

די דיינים און אלע באטייליגטיע זענען ארויף געפארען צופ נייעם שטח ווי עס האט אפעגעווארט א ציבור פון שטעטל און פון די שטאט. אויף האט דארט אפגעווארט די "יונגע" מענטשען פרעסער. בערך א צוויי הונדערט תלמידים פון די קרית יואלער ישיבה, ­וואס געפינט זיך עטליכע פיס ארויף, האבען דארט אפגעווארט די דיינים און בעלי בתים און זיך דארט אויף געפירט, אקאראט ווי זייער פירער. ווי מענטעשן פרעסער, ווי קאלט בלוטיגע פארשוינען וואס זייער קאפ, מח און הארץ זענען געמאכט פון עצים ואבנים, רח"ל.

זיי זענען דארט געווען באשטעלט פון פאראויס, כאילו זיי קענען עפעס שטערען. זיי האבען דארט פראבירט צו קאמאנדעווען, ווארפען פלעשער, שרייען נעמען, נאכשרייען די דיינים די גאונים וצדיקים און זיי האבען געמיינט אז די וועלט איז הפקר.

עס האט נישט גענומען לאנג און די פאליציי זענען געקומען צו פליען אין מחנות ווייז. מען האט די פאליציי אנגעוויזען ווער עס איז א מענטשען פרעסער, און דער דארף זאפארט פארלאזען דעם שטח. די פאליציי האט געסטראשעט אז זיי וועלען ארעסטירען די חיות, די מטורפים אויב זיי פארלאזען נישט דעם גאנצן שטח.
אבער דאס געפערליכע קומט באלד אי"ה

  




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/8/2009 02:12 לינק ישיר 

ביטע באריכטן די הלכה אז א נפטר דארף מען תיכף אראפ לייגן אויף די ערד און דאס אליין צו האלטן דעם נפטר אין די אמבולאנס איז אקעגן שלחן ערוך.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/8/2009 17:20 לינק ישיר 
דאס אומגלויבליכע האט פאסירט

די פאליציי זענען אנגעקומען אין מחנות, און זיי האבען פארטריבען די בחורים ביז צו די ישיבה שטח, וואס גרעניצט זיך מיט דעם שטח וואס מען גייט איצט מקדש זיין. זענען בערך א צוויי הונדערט בחורים געשטאנען אינדרויסען פון צוים, גאר נאנט צו דעם ציבור וואס איז מיטגעקומען מיט די רבנים און דיינים צום קידוש ביה"ח.

אויפאמאל האבען זיך די בחורים גענומען זינגען. און נישט סתם געזינגען. זיי האבען גקלאטשט כמנהג רבם הקדוש און געטאנצט אויפן "זיבעטען הקפה ניגון". עס איז נישט פארהאן קיין ווערטער צו באשרייבען די שרעקליכע געזענג און געטענץ בשעת דא האלט מען איצט אינמיטען א טראגעדיע וואס איז פארגעקומען אין קרית יואל.

עס איז ממש געווען וואס האט געמאכט פון אלעמנעס מיילער אויסשרייען: ברוך אלקינו שבראנו לכבודו והבדילנו מן התועים. געלויבט דער אייבערשטער וואס האט אונז אפגעראטעוועט פון ר' אהרן טייטלבוים, געלויבט דער אויבערשטער וואס האט אפגעראטעוועט אנזערע קינדער פון צו לערנען אין די ישיבה פון ר' אהרן טייטלבוים, געלויבט איז דער אייבערשטער וואס העלפט אונז כסדר אז מיר זאלען זיך קענען פון זיי אלע אפטיילען אין אלע אומשטענדען, און געלויבט דער אייבערשטער וואס האט אריינגעגעבען דעם דעת אין אונזער רבי'ן שליט"א זיך אויך אפטיילען פון ר' אהרן און מיט זיינע יונגע און אלטע מענטשען פרעסער, נאך אונזערע הונדערט און צוואנציג.

דאס אפקויף פון די דריי שטחים פאר א ביה"ח איז געווען למעלה פון דרך הטבע, אז ר' אהרן מיט זיינע מענטשען האבען דאס אלע יארען פארזען, כאטש עס איז הארט אונטער זייער נאז. עס איז נישט קיין ספק די גרויסע סייעתא דשמיא וואס דער רבי שליט"א פארמאגט אז מיר זאלען זיך קענען אפטיילען פון די סארט מענטשען וואס האבען דעם קאפ אויפן פלאץ אפילו ווען עס געשעהט א טראגעדיע און נוצן אויס אזא מצב פאר רשעות און און גניבה.

כאטש דאס זינגען און קלאטשען און טאנצען פון די בחורים איז געווען אזא שאק פאר אלעמען, דאך קען מען זיי עטואס מיט א שטארקען דוחק פראבירען צו פארענטפערען. די בחורים וואס האבען געזינגען ביים ביה"ח האבען ליידער געוויסט אז דאס איז דער רצון פון זייער רבין. זיי האבען געוויסט אז זייער רבי וועט האבען א קורת רוח און א תענוג, און א "חיות דקדושה". זיי האבען נישט מורא געהאט איין רגע אז זייער רבי און ראש ישיבה וועט זיך אויף פירען ווי א ערליכער איד און וועט ארויסגיין פון די כלים ווען ער וועט הערען אז "זיינע" בחורים האבען געזונגען אין א ביה"ח ווען עס איז נפטר געווארען איינער פון גרעסטע בעלי חסד אין קרית יואל. זיי האבען געוויסט אז זייער רבי וואלט אליין אויך געקומען אנפירען די געקלאטשעכץ און געזונגעכץ, ווען נישט ער האט מורא אז יאסל וואלדמאן ווען אים ארויף לייגען אויף "יו טוב" און די גאנצע וועלט וועט דאס זעהן.

זיי האבען פארשטאנען אז דער רצון פון זייער רבין איז, אז אויב דער נייער ביה"ח ווערט דורך געפירט וועט זיין דערנאך מיט אלע טעראר וואס ר' אהרן און זיינע מענטשען האבען געלייגט אויף אלע משפחות בשעת זיי זענען געווען מתם מוטל לפניהם.

די בחורים וואס האבען געזונגען און געקלאטשט האבען איצט געוויסט אז אויב ווערט דורך געפירט דער נייער ביה"ח, ווערט ר' אהרן אויס "עקסלוסיוו" מסדר קידושין. עס האט יעדער געזען די בריוו פון ר' אהרןנ'ס מענטשען פרעסער, אז ווער עס וועט נעמען א אנדערען מסדר קידושין אין קרית יואל, נישט ר' אהרן, וועט פארלירען די רעכטען צו ליגען אין ביה"ח לאחר מוע"ש.

און דא זעען זיך די ארונים אין א מצב ווען פון די סאדע מאשין רינט אראפ די סאדע און קיין גלעזעל איז נישט אראפגעקומען... מען קען גארנישט טון. האבען זיי באשלאסען צו שטערען דאס מקדש זיין דעם ביה"ח, ממילא וועט מען ווייטער מוזען צוקומען צו זייער ביה"ח, ממילא בלייבט ר' אהרן אין קאנטראל, ממילא וועט זיך ווייטער קיינער נישט טרויען צו מאכען חתונה אין נייעם חתונה-זאל פון "ויואל משה" אין קרית יואל, ממילא איז שלום על ישראל.

אבער האלטס איין רגע, האבען די בחורים געטראכט באמת אז זיי קענען שטערען דעם קידוש בית החיים? זענען אלע ארונים געווארען דום אז די גרויסע סאטמארער קהילה פון וויליאמסבורג וועט זיך דערשרעקען פון געזונגעכץ און געקאלטשעכץ פון צוויי הונדערט בחורים ביי א לוי'? זענען אלע ארונים געווארען אזוי קורץ זיכטיג ווי זייער רבי?

דער תירוץ איז, יא. ווי איך האב שוין געשריבען אין די "פארמעגליך מאמרים" אז חסידים פירען זיך גענוי ווי זייער רבי. אויב איז דער רבי א זעלבסט שטארקער רבי, וועלען אלע חסידים זיין שטארק געבויעט, און זיי וועלען פארמיאוסן יעדע סארט שוואכקייט, ווי בילדער, באשרייבונגען, רימערייען, נארישע שטיק ביי די טישן, און נאך פילע צענדליגער שוואכקייטען. אבער אויב דער רבי איז פון די "שוואכקייטען-פולע" רביס, דער רבי איז פשוט א בעיבי, דאן ווערען אלע חסידים בעיביש און שוואך און זיי גייען ארום מיט א "לאו סעלף עסטים". וואס געשעהט איז, ווען דער רבי מאכט א מיסטעיק, אויך ווייל ער איז א זעכציג יעריגער בעיבי, דאן מוזען אלע חסידים בע"כ פארענטפערען דעם רבין, און ווי אזוי קען מען פארענטפערען אזא סארט שוואכען רבין? מיט נאך פילע בעיבישקייטען. און א ביישפיל דערויף וועלען מיר נעמען ר' אהרן דינן:

עס איז דאנערשטאג אינדערפרי אין קרית יואל, און עס איז נפטר געווארען ר' עוזיאל פערלשטיין. ר' עוזיאל איז נישט געווען א פשוטער יונגערמאן. ער איז געווען א יונגערמאן וואס האט געקענט אסאך לערנען. ער האט געלערענט פלייסיג שוין אפילו אלץ בעה"ב. ער איז געווען אויסגעארבעט אין מידות טובות. ער האט קיינמאל נישט מצער געווען קיין שום איד. ער איז געווען א איד וואס האט מחזק געווען פילע אידן מיט א גוט ווארט, מיט זיין באחנט שמייכעל. ער איז געווען א צדיק אין מידת צדקה. ער האט געהאט השגות אין צדקה וחסד וואס האט אפשר נישט זיינס גלייכען אין קרית יואל אויפן מאמענט. ער איז געווען באמת א טייערער יונגערמאן, און נישט איבערגעטריבען ווייל ער איז איצט נפטר געווארען.

איך וועל פארציילען בלויז איין מעשה וואס איך האב געהערט זונטאג ביי ניחום אבלים ביים נפטר אין הויז. ווען איך בין דארט געווען זענען אריין געקומען עטליכע תושבי קרית יואל וואס האבען פארציילט פאר ר' שאול און זיינע קינדער אזעלעכע מעשי חסד וואס האט געברענגט טרערערן ביי אלעמען. אן אלמנה האט אריין געשיקט צו ר' שאול א געשריבענע שטר וואס ר' עוזיאל האט געשריבען. און די מעשה האט זי פארציילט ווי פאלגענד: איין טאג קלאפט אריין צו איר דער נפטר און בעט איר אז זי זאל אונטערשרייבען די צוויי שטרות. ער זאגט איר אז אזוי ווי ער האלט אין מיטען עפעס א דיעל, וויל ער אז אויב עס וועט בעזה"ש דורך גיין, וועט ער איר געבען צען פראצענט. און דאס איז דער שטר. זי האט פארציילט אז נאך צוויי וואכען האט ער איר אריבערגעברענגט א גרויסען סכום. זי האט נישט געוואלט זאגען ווען מען האט איר געפרעגט וויפיל.

קומט נאכדעם אריין מנחם אבל זיין א אינגערמאן אין זיינע דרייסיגער יארען און זעצט זיך אראפ. דאס איז געווען ווען איך בין דארט געווען. ער נעמט ארויס א טאש טיכל און ברעכט אויס אין א היסטערישען געוויין. ער האט נישט געקענט קומען צום ווארט. מיר אלע זענען געווארען זייער איבערגענומען, איינער קען ממש נישט קומען צום ווארט, ער קייכט, און וויינט אויפן קול ווען זיין פנים איז איבערגעדעקט מיטען טאש טיכל. ער האט אזוי געוויינט אז אנדערע זענען געווארען מיט געשלעפט. ענדליך הייבט ער אן פראבירען צו רעדען אבער ער האט נישט געקענט.

ער האט דערציילט אז קיינער ווייסט נישט וואס זילו האט מיט אים געטון במשך די יארען נאך זיין חתונה. ער האט אים געהאלפען יעדען טאג אין זיין ביזנעס און אין זיין פריוואט לעבען. ער האט פארציילט אז זילו האט אפילו געשלעפט באקסעס און אים דעליווערט סחורה מיט זיין אייגענע קאר. דאס איז אלעס געווען אויסער וויפיל געלט ער האט אים געגעבען און וויפיל חיזוק זילו האט אים געשטארקט. עס איז נישט איין טאג פון די וואך וואס זילו האט אים נישט געקאלט צו הערען וואס ער דארף און ווי אזוי ער גייט אים. דער יונגערמאן האט דארט דערציילט און געוויינט ווי איינער זאגט א הספד, אז ווען ער האט געהערט דאנערשטאג אינדערפרי אזי זילו איז נפטר געווארען האט ער געוואלט מיט גיין מיט אים אין קבר... ער שפירט אז ער קען נישט אנגיין איין טאג אן ר' עוזיאל. ר' שאול האט געוואלט פארלייכטערען דעם מצב האט ער זיך אנגערופען צו דעם יונגערמאן, אז "דו וואלסט אבער נישט געוואלט ליגען אין דעם נייעם ביה"ח..." (דער יונגערמאן איז ר' אהרןס חסיד [עכ"פ געווען ביז דאנערשטאג]).

דאס איז נאר איינע פון די הונדערטער לעגענדארע מעשיות וואס מענטעשן קומען פארציילען. נאך איין קליינע מעשה וואס איך האב געהערט זייענדיג דארט. א יונגערמאן האט זיך צוגעזעצט צו די אבלים און פארציילט אז ער האט זיך זייער געפלאגט פאר פרנסה און מען האט אים אפגעהאקט די לעקטער אין הויז, זייענדיג שולדיג אכצען הונדערט דאלער. האט ער אפגערופען ר' עיזואל'ס א חבר און אים געבעטען אז ער זאל פרעגען זילו צו ער קען אים אויסבארגען דאס געלט אויף א שטיקל צייט. זילו הט יענעם צוריקגעקאלט און געפרעגט זיין אקאונט נומער ביי די לעקטער קאמפאני. יענער האט געהאט לעקטער ביז א שעה. אבער, פארציילט יענער, אז זילו האט אים אריין געלייגט איבעריגע צוויי טויזענט דאלער אויף קרעדיט אויפן קומענדיגען יאר...

און אזא צדיק איז ליידער נפטר געווארען. עס דערציילט מיר א יונגערמאן: "דו ווייסט נישט וויפיל יונגעלייט אין קרית יואל האבען געלעבט אויפן חשבון אז זילו וועט זיי ארויסהעלפען אין פאל פון נויט. דו ווייסט נישט וויפיל יונגעלייט וויינען טאג און נאכט זייט זילו איז אזוי פלוצלונג נפטר געווארען."

שטעלט זיך א קשיא, ווי האבען אידען געקענט אפילו זינגען? ווי האבען אידען געקענט טאנצען ווען אזא צדיק איז אזוי נפטר געווארען? ווי האבען אידען געקענט קלאטשען ווען עס איז געבליבען 9 יתומים? ווי האבען אידען געקענט זינגען ווען ביי אזא טייערע יוד ווי ר' יוסף פנחס סטראלאוויטש איז געשעהן אזא צרה? ווי קען דאס זיין אז חסידישע בחורים און יונגעלייט זאלען אויסוואקסען אזעלעכע קאלט בלוטיגע פארשוינען?

לערנען נישט די בחורים מוסר ספרים אדער ספרי חסידות? קען דען זיין אז בחורים פון סאטמאר זאלען זיך פרייען ווען אפילו סתם א איד ווערט נפטר? כ"ש וכ"ש א טייערער צדיק, א מרחם על הבריות? וואס איז געשען צו ר' אהרןנס אלע מענטשען?

דער תירוץ איז גאר א ביטערער, נאך ביטערער ווי אלע קשיות. ר' אהרן טייטלבוים דער רבי פון די ארונים איז א מענטש וואס איז געבליבען א בחור פון אכצען יאר. ער איז ל"ע נישט מיט אלעמען. ביי אים באנעמט נישט קיין טראגעדיע קיין פלאץ, און ער באגרייפט אפילו נישט וואס פארא צרה דא איז געשען. ער באגרייפט נישט וואס מיינט א הארץ, און ער כאפט נישט אז היינט זענען פלוצלונג צוגעקומען פרישע 9 יתומים ווען דאס יונגסטע איז בלויז 9 חדשים אלט. א בחור ווי קלוג ער זאל נאר זיין, קען נאך נישט ארויס האבען אזא צרה, ווייל ער ווייסט נאך נישט וואס מיינט א קינד און ער ווייסט נאך נישט וואס מיינט א טאטע. ער קען נאך נישט באגרייפען וואס מיינט א אלמנה, און ער קען נישט פארשטיין וואס מיינט א יונגערמאן שטארבט פלוצלונג.

ר' אהרן דינן איז א בחור אין אלע הינזיכטען. ער קען זיך צונויף זעצען מיט זיינע יועצים דאנערשטאג אינדערפרי און האט נישט אויס געשאסען אין א געוויין. מען האט דארט נישט פארלאזט איין טרער, ווייל עס איז אים נישט געקומען צו וויינען. ער האט זיך ליידער ליידער, איך וויל אפילו נישט שרייבען דאס ווארט, געפריידט, אז ביי איינע פון זיינע נישט גוטע פריינט איז געשען אזא צרה. ער קען נישט באגרייפען די צרה, ווייל ער ווייסט נישט וואס מיינט א קינד און ער באגרייפט נישט וואס מיינט א טאטע. ער האט שוין מיט ביידע לאנג כפרה געשלאגען ווען עס איז געקומען צו זיין מידה פון "איך", "זיך" און "מיך" כידוע לכל.

דעריבער האט ער זיך רואיגערהייט געזעצט צו א מיטינג מיט זיינע אייניג-קאלט-בלוטיגע בלוט זויגערס און אפגעמאכט אז מען קען דא צאפן זייער אנגענעם דאס בלוט פון אפאר "שונאים" אויף אמאל, און זיי האבען געוויסט אז אלע זייערע מענטשען וועלען הונדערט פראצענט מיטשטיין. עס וועט נישט זיין אין גם אחד וואס וועט אפילו טענות האבען, אז היתכן א רב און זיין קהילה זאלען זיך אזוי בארבאריש אויפירען ווען עס ליגט דא א נפטר, אזא טייערע יונגערמאן.

און דא קומט צו נאך א פונקט. ר' אהרן און זיינע נאנאטע זענען אזוי ווייט פון די מעשי חסד פון ר' עוזיאל, אזוי ווייט ווי אונזער וועלט איז פונעם פלאנעט מארס. עס קען נישט קומען קיינער אין קרית יואל און פארציילען אויף ר' אהרן איין ספעציעלע מעשה חסד. דער איד זיצט שוין אין קרית יואל באלד דרייסיג יאר, און עס איז נאך נישט אפיר געקומען איין איד וואס קען זאגען אז ר' אהרן האט אים געטון איין ספעציעלקייט. יא, ער טיילט געלט פאר יו"ט, אבער דאס קומט מיט אזא פאמפע אזש מען קען מיינען וויפיל געלט ער טיילט שוין. אבער השגות אין חסד, א השגה פון א חיזוק ווארט פאר א יונגערמאן, א השגה פון באהאלטענערהייט עפעס טון פאר א איד, איז ער אזוי ווייט פון דעם נפטר אז עס איז אפילו נישטא קיין ביישפיל. דעריבער קען ער אפילו נישט פארשטיין ווער דער נפטר איז געווען און ער קען אפילו נישט באגרייפען אז עס איז פארהאן אזא סארט דערהער אין חסד בכלל אויף דער וועלט.

איז שוין בכלל נישט קיין ווינדער ווי דער ר' אהרן האט זיך געקענט אויפירען צו די משפחה מיט אזא ברוטאלקייט און מיט אזא געפרוירענקייט. ביי אים און זיינע מענטשען פרעסער איז בכלל נישט פארגעקומען קיין טראגעדיע. ביי אים און ביי זיינע נאנטע איז נפטר געווארען היינט צופרי א "שונא" און א זון פון א "שונא" און מען דארף זיי איצט גוט צו פיקסען. קרית יואל איז גענוג גרויס, עס פארמאגט שוין באלד פיר טויזענט משפחות, נו, איז דא איצט איין מענטש ווייניגער. דאס איז ר' אהרן.

ממילא האבען זיינע בחורים קיין שום פראבלעם פון זינגען און טאנצען ביי אזא טראגעדיע. עס איז איצט די צייט צו טון אלעס אין דער וועלט צו צופיקסען די שונאים, און דאס וויל דער רבי.

 המשך יבוא.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/8/2009 22:13 לינק ישיר 

איצט אז מיר פארשטייען וויאזוי ר' אהרן און זיינע יועצים די קאלט בלוטיגע מענטשן פרעסער האבען זיך געקענט צונויף זעצען דאנערשטאג אינדערפרי און מאכען פלענער ווי אזוי מען גייט דא מאכען צימעס פון די טראגעדיע, און זיי האבען באשלאסען צו ווייזען פאר די נייע אלמנה, פאר די יתומים און פאר די שוויגער עלטערען אז ווייל ר' שאול פערלשטיין דער טאטע פונעם נפטר איז פון די ראה"ק ביי די וויליאמסבורגע סאטמאר, וועט מען מבזה זיין א חשוב'ן מת, און אים מאכען פאר א מת מצוה, קען מען שוין אויך גרינגער פארשטיין וויאזוי די "חברה הצלה" ד'קרית יואל האט זיך צוגעשטעלט צו די גרופע פון מענטשען פרעסער.

עס איז לא יאומן כי יסופר, אז אזא נאבעלע ארגאניזאציע ווי די "הצלה" זאל זיך אריין לאזען אין אזעלעכע געמיינע שטיק און מבזה זיין א נפטר א איד א צדיק. אבער מען קען זיי אויך פארשטיין, ווייל זיי ווערען פינאנצירט  דורך דעם ווילעדש און אלע קשיות ווערען אפגעשטעלט דא.

ווייל אויב דער ווילעדש ווערט געפירט דורך גדלי' סעגעדין וועמענס פאטער ר' יעקב איז געווען טויט קראנק, און דער נפטר ר' עוזיאל האט אים געטראגען און געברענגט צו און פון דאקטוירים צענדליגער מאל. דער נפטר ר' עוזיאל האט זיך געלאזט קאסטן טויזענטער דאלארען פאר ר' יעקס סעדעגיןס געזונט , און דא קען קומען זיין זון וואס ווייסט גענוי ווער ר' עוזיאל איז געווען; גדלי' סעגעדין ווייסט אז ר' עוזיאל פאקט איין אין צדקות נישט נאר ר' אהרן, נאר יעדען פון ר' אהרןס קהילה, און דאך האט ער געשיקט זיין געהילף משה לייב וויטריאל צו די נאר וואס געווארענע אלמנה און געסטראשעט אז אויב וועט מען נישט באצאלען די וואסער ביל וואס ר' עוזיאל האט נישט געוואלט באצאלען, וועט מען נישט אונטערשרייבען קיין טויט שיין, דארף מען שוין בכלל נישט הסברים פון וואס פארא סארט נידערטרעכטיגע פארשוינען מען רעדט דא.

די קשיא איז אבער פיל מער אויף משה לייב וויטריאל. דער וויטריאל איז דאך א אנשטענדיגער פאלנער גוי, נו, א אנשטענדיגער גוי טוט נישט אזאנס מיט א נפטר. א גוי וואס איז נישט אזוי קאלט בלוטיג קען דאך זיך נישט ארום שפילען מיט א נפטר קיין שפילען בלויז פאר פאליטישע שמוץ, נו, ווי אזוי קומט דאס צו אים אזא נידערטרעכטיגע געמיינהייט ווי ארויף גיין צו א פרישע אלמנה און ארויס פרעסען געלט. א פשוטער גוי האלט נישט א נפטר פאר לאנגע שעהן און וויל עס נישט ארויסגעבען פאר די משפחה, ווייל דער פאליטיק פארלאנגט דאס. נו פארוואס איז דער גוי אויך געווארען אזא אכזר?

נאר מוז מען אנקומען צו דעם, אז ווייל מען דרייט זיך לעבען פארדארבענע אידען, און מען זעט ווי דער איד פריידט זיך אז עס איז "ב"ה" נפטר געווארן א "אפאנענט" צו די פארטיי, נו ווי קען מען פארלאנגען פון א גוי זיך אויף צו פירען בעסער און איידעלער?

און דאס איז אלעס אויסער וואס די "טאון" פארציילט אז גדלי' סעגעדין דער קלוירק האט כסדר געקאלט די פאליציי אז זיי זאלן נישט קומען באוואכען בשעת מקדש זיין דעם נייעם שטח, פון די בחורים וואס האבען דארט געווארפן פלעשער און געזונגען און געטאנצען. ער האט געזאגט פאר די פאליציי אז דער ביה"ח האט נאך נישט די נויטיגע פערמיטען, ממילא מוזען זיי נישט היטען דאס פלאץ.

אבער ב"ה די פאליציי קען שוין אויך די מענטשען פרעסער. די פאליציי ווייסט שוין ווי קאלט בלוטיג די ווילעדש פירער און ר' אהרן מיט זיינע מענטשען זענען. די פאליציי האט געהאט פון די ארונישע בחורים גענוג און נאך, צו וויסען וואס זיי קענען אלס טאן. די פאליציי האט נישט לאנג צוריק ארעסטירט א בחור ווייל ער האט אום געווארפען א פאליציאנט. דעריבער זענען זיי געקומען צו לויפען אין מחנות ווייז און אדאנק זיי איז דער ביה"ח מקודש געווארען.

 

די "רחמנות ניגונים" פון די ארונים, איז נעקסט

 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/8/2009 00:50 לינק ישיר 

ווי שוין געשריבען איז ר' עוזיאל נפטר געווארען אין דאנערשטאג. יעדען דאנערשטאג איז דער טאג ווען עס ווערט פארענפערט אלע ארונישע קשיות. דאנערשטאג איז דער אפיציעלער טאן געבער פאר אלע ארונים, ווייל דאנערשטאג קומט ארויס "דער בלאט" ווי דארט געט שמואל ווידער, דעם טאן פאר אלע ארונים, אנגעפאנגען פון די קינדער פון דריי יאר אלט, ביז די ארונישע שעפסען וואס זענען שוין אין די גבורה יארען. אלעס זינגט דעם זעלבען ניגון נאך ווען דער בלאט קומט ארויס.

באמת הייבט זיך אלעס אן אין דעם באקאנטען "בעקערי פארום" כל העולם כולו, און פון דא הייבט אן שמואל ווידער, צו שפינען אלע בעקערייען און פאנטאזיעס וואס ווערט געדרוקט אין בלאט.

אבער אזוי ווי די פטירה פון דעם אדם חשוב איז פארגעקומען דאנערשטאג פארטאגס ווען דער בלאט איז שוין געווען אין דרוק, איז געבליבען זייער א שווערע וואך פאר די אלוועלטליכע ארונים. (געווענליך רעכענט ר' אהרן אויס אז אלע זיינע נייעסער זאלען פארקומען פאר דער בלאט קומט ארויס, אבער דא האט ער נישט געקענט זיך דאס אויסרעכענען). זיי האבען נאך נישט קיין גאנג וואס צו ענטפערען. זיי שפרינגען יעדע שעה מיט אנדערע נייע געבעקסען אולי ואולי וועט דאס זיין וואס זאל עפעס פארגרינגערען דעם ר' אהרן און זיין גרויזאמע און בלוטיגע באנדע. מען זוכט פון אונטער די ערד עפעס וואס קען פארענטפערען פארוואס ר' אהרן האט נישט געלאזט מקבר זיין דעם נפטר.

עס האט זיך אנגעהויבען (אלעס אין הייד פארק) אזוי: אז ר' עוזיאל איז נישט געווען אויסגעצאלט; דער נפטר איז געווען אויטאמאטיש ארויסגעווארפען פון קרית יואלער קהילה ווייל ער האט געהאלפן עפענען די ביהמ"ד ויואל משה אין קרית יואל; מען האט נאר פארלאנגט אז ר' שאול זאל אונטערשרייבען אז ער גיט אויף אלע תביעות; מען האט נאר פארלאנגט פופציג טויזענט דאלער און סטראלאוויטש האט עס שוין געוואלט באצאלען; עס איז בכלל נישט אמת די גאנצע מעשה. עס הייבט זיך נישט אן. מען האט אים יא געהעריג געלאזט מקבר זיין, נאר די זאליס האבען אויפגעבאקען אלע ליגענטס..

נאכדעם האט זיך אנגעהויבען א קייט פון רחמנות טענער: ר' שאול איז א אכזר פארן לייגען זיין זון אליין אין א וואלד (כאילו דער נפטר ציטערט אוועק פאר שרעק...), א טאטע זאל אזאנס טאן צו א אייגענעם זון בלויז פאר פאליטיק; א טאטע וואס מען האט געבעטען נאר אביסעלע "טינט" און ער האט עס נישט געוואלט נאכגעבען; נעבעך פאר די אלמנה אז איר מאן ליגט אין וואלד אליין. נעבעך פאר די יתומים. נעבעך פאר דעם נפטר וואס איז געווען גאנץ א וואילער איד; ר' שאול האט יא געוואלט אונטערשרייבען נאר ר' זלמן לייב האט אים געסטראשעט אז ער וועט פליען פון ראש הקהל שאפט; יאסל וואלדמאן האט אליין געמאכט די ווידיאו ווי די בחורים זינגען. (איי, הונדערטער מענטשען זענען דארט געווען מיט די אלע דיינים בראש און געווען ערשיטערט צו זען וויאזוי די בחורים האבען זיך אויף געפירט אין אזא ביטערען טאג, יעדער האט געזען מיט די אויגען ווי די בחורים פון די קרית יואלער ישיבה טאנצען און זינגען און קלאטשען. נישט קיין פראבלעם. נישט אז מען וועט נעמען די בחורים און ארויס ווארפען צו עכ"פ בא'קנס'נען. ניין. מען וועט זאגן אז עס איז א געפעלשטע ווידיא. ביי די ארונים גייט דאך נישט אן דער כלל פון: "מילתא דעבידי לגלויי לא משקרי אינשי", ווייל אז מען רעדט נישט פון קיין "אינשי" איז דאך מער דער פראבלעם נישטא.)

נאכדעם האבען די ארונים אין הייד פארק אנגעהויבען מיט א אנדערע ניגון. מען האט אנגעהויבען מיט א נייעם גאנג אז ר' עוזיאל איז נפטר געווארען ווייל ער האט געטעשפעט ר' אהרן. און דאס האט מען באשמירט ברייט און לאנג, אז עס איז זיך אים געקומען צו שטארבען ווייל איינער וואס טשעפעט ר' אהרן, שטארבט. עס איז אומגלויבליך ווי ווייט די ארונים גייען אלס מיט זייערע שקרים צו פארענטפערען זייער רבין וואס איז ל"ע א האלבער אינוואליד אין מח. א רבי פון איבער די זעכציג וואס ווערט נישט איבערגענומען פון א טראגעדיע, א רבי וואס קען זיך ל"ע צאם זעצען ביי א מיטינג און מען איז דן איבער א געהויבענעם נפטר און מען רעדט דארט כאילו מען רעדט פון די שחיטה המהודרת, איז א קלארער אינוואליד, און מען דארף אזא איינעם טראגען צו טעראפי וואס זאל אים פראבירען צו היילען. א רבי וואס זיצט מיט קאניבאלען אויף א מיטינג ווי אזוי צו עסען מענטשען פלייש, ווי אזוי מצער זיין א צובראכענע און ערשיטערטע פאמילע, איז א קלארער אינוואליד.

(איך וואלט געראטען פאר ר' אהרן און זיינע קאניבאלען, אז לכאורה וועט ר' אהרן ביז גאר אין קורצען אומברענגען אלע זיינע שונאים, ווייל ווער עס טשעפעט אים, ווערט דאך נפטר, ממילא וועט נישט זיין מער קיין זאליס, אפשר זאל ר' אהרןנס קהילה אפקויפען די נייע ביה"ח ווייל מען וועט דארפען טויזענטער אויף טויזענטער קברים. אדער וועט זיין אזויפיל נפטרים, אז ר' אהרןס הויז וועט זיך אריין ציען אין ביה"ח.)

עכ"פ די שקרים פליען שנעלער ווי דער שנעלסטער ראקעט. יעדע שעה חדשים לבקרים. דעריבער וואלט איך פאר די ארונים זייער געראטען: האטס געדולד. ווארטס מיט געדולד אויף דאנערשטאג ווייל דאנערשטאג וועט מען אייך, שעפסען, געבען אלעס וואס צו ענטפערען און אפילו צו גלייבען. דארט וועט מען אייך פארקויפען די ברוקלין ברידש פאר גענצליך אומזיסט. מען וועט דארט באשרייבען פונקטליך ווי די אלמנה האט געוויינט צו ר' שאול, און ר' שאול האט איר אראפ געווארפען אלע טרעפ. מען וועט אייך פארציילען אז ר' יוסף פנחס איז געווארען צוקריגט מיט ר' שאול. מען וועט אייך דארט פארקויפען אז ר' אהרן איז דער גרעסטער בעל רחמנות זייט אמעריקע שטייט, און אלישע שמואל האראוויטץ דער טאשען שניידער האט אלעס פראבירט אז עס זאל זיין דער מאקסימום כבוד המת, נאר די אכזריותדיגע זאליס האבען אלעס געטון אז עס זאל פארשוועכט ווערען.

שמואל ווידער וועט ארויף קומען מיט א המצאה אריין צולייגען א גאנצען עמוד א ישר כח פון ר' יוסף פנחס פאר די חברה הצלה, פאר זייער אבנארמאלע און איבערמידליכע הילף פאר די משפחה און פאר אלעס וואס זיי האבען געטון צו קענען דעם נפטר ברענגען לקבורה. מען וועט שטעלען א באזונדערען גאנצען עמוד פאר גדלי' סעגעדין וואס ער האט אלס געטון פאר דעם כבוד הנפטר. און באזונדער פאר דעם ערל משה לייב וויטריאל, וואס ער האט אלס געטון, און אלעס וועט זיין אונטערגעשריבען פון ר' יוסף פנחס אליין.

און נאכען ליינען די בלאט וועט אלעס שיין פארענטפערט ווערען, אזוי ווייט אז א טייל ליינער וועלען זיך שווערען אז עס איז קיינמאל נישט פארגעקומען א טראגעדיע. עס איז נישט דא קיין נפטר, און עס איז נישטא קיין ביה"ח. אלעס איז ליגענטס וואס די זאליס האבען אויף געבאקען...

ווארטס מיט געדולד אויף דאנערשטאג. מען וועט אייך אין בלאט פארשטיין געבען אז די זאליס זענען צושאסען, די זאליס שעלטען, די זאליס האבען אלעס פארלוירען. די זאליס האבען געפעלשט א ווידיאו ווי די בחורים זינגען און טאנצען אויפן נייעם ביה"ח, און געמאכט א בלבול אויף די טייערע בחורים וואס זיצען און לערנען און ווייסען אפילו נישט אז עס איז פארגעקומען א טראגעדיע. מען וועט אייך דארט פארקויפען מער וויפיל איר קענט אפילו דערווארטען. מען וועט אייך אלעמען געבען איינשלעפונגס פילען צו קענען ווייטער חלומען אז ר' אהרן איז בלויז פארנומען מיט זיין "שחיטה המהודרת", און ער איז דער "שר הכשרות" בדורינו, וואס האט נישט געהאט זיינס גלייכען זייט אמעריקע איז געווארען אנדעקט. מען וועט אייך פארקויפען ווי ר' אהרן איז א גאנצען דאנערשטאג נאר געווען ביזי מיט זיין "שחיטה מונחת", און ער איז הערשט געוואר געווארען שב"ק פון די גאנצע מעשה.  

דער בלאט וועט פארטושען אלע ארונישע בונדלעך מוחות מיט די שחיטה מונחת, אז די "גאנצע וועלט" חלשט דערפאר, און די "גאנצע וועלט" זוכט עס און עס איז געווארען א מאנגעל אין בהמות אין אמעריקע, אזש אז מען דארף ברענגען בהמות פון אסטראליע, און ר' אהרן האט געשיקט א בריוו פאר פרעזידענט אבאמא, אים צו לאזען וויסען די שטעלונג פון "סאטמאר" בנוגע די פראבלעם פון די אסטראליער בהמות, און אזוי ארום איז אויס פראבלעם ווי אזוי ר' אהרן און זיינע יונגע און עלטערע קאניבאלען האבען זיך אויף געפירט מיט א נפטר אין קרית יואל.

ווארטס אויפן בלאט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/8/2009 17:10 לינק ישיר 

דער פרישטער גאנג וואס די ארונים האבען אנגענומען ביז דאנערשטאג ווען שמואל ווידער וועט אין בלאט געבען פאר אלע שעפסען דעם "ריכטיגען" גאנג, איז: אז זיי האבען געמיינט די טובה פאר די נשמה פונעם נפטר. דאס וואס גדלי' סעגעדין האט געשיקט דאנערשטאג אכט אזייגער אינדערפרי זיין געהילף, ארויס צופרעסען די "וואסער ביל" פון די נאר וואס געווארענע אלמנה, האט ער געמיינט בלויז די טובה פון די נשמה, ווייל די נשמה האט נישט קיין רו אויף יענער וועלט אויב בלייבט ער שולדיג געלט אויף די וועלט, און איצט ב"ה קען שוין די נשמה קומען צו איר עוויגע רו ארט.

און דאס וואס די ארונים האבען זיך גענומען שרייבען אין זייער פארום אויף "הייד פארק" אז זיי ווייסען פונקטליך פארוואס יעדער נפטר איז געשטארבען און אויך דער נפטר דינן, ווייל זיי טשעפענען ר' אהרן, האבען זיי אויך געמיינט די טובת נשמתו פון ר' עוזיאל, און איך וועל צוברענגען א ציטאט וואס דער שרייבער "ארגינעלער" שרייבט ביי ר' אהרן אין פארום:

"מען האט געזעהן בחוש אז מען טשעפט א מנהיג בישראל א מרא דאתרא שניידט מען נישט גוט אפ. די פרשה פאריגע וואך איז ליידער א ביטערע טראגעדיע, א געזינטער יונגערמאן א טאטע פין 10 קינדער איז פלוצלים נישט אויף געשטאנען. ליידער ליידער איז עס געווען א בחינה פין אב ובנו שראו את החידוש, ביידע גרויסע בעלי מחלוקת, איך רעד שוין נישט דער טאטע שאול פערלשטיין, איך וואלט ווען געזאגט אז ער איז נישט מזרע ישראל, אפילו דער זין אויכט, אייביג  געהעצט, געווען פין זייערע ראשי קהילה.
"(אז מען לערנט זיך אפ דערפין איז עס א טובה פאר די נשמה) (דאס האט דער שרייבער געשריבען און איין געריגנעלט)
"ס'איז צייט זיך מתבונן צי זיין אין לייגן אלע נער'שיע אינטערסען אין א זייט ס'איז געשעהן ר"ח אלול א צייט פין תשובה אין קבלה אויף להבא. זייט נישט קיין חכמים מיטן רבוש"ע קען מען זיך נישט קריגן."

ביז דא איז דער ציטאט פון דעם שרייבער.

דאס אז ר' אהרן הקפדה האט אום געבראכט ר' עוזיאל פערלשטיין, דארף מען זיין א משוגענער צו גלייבען, אבער דאס אז ר' אהרןס הקפדה האט געשאדט פאר דעם נפטר אז ער איז געווארען אזוי מבוזה לאחר פטירתו, דאס דארף מען זיין א משוגענער נישט צו גלייבען. דאס וואס די בחורים האבען געזונגען און געטאנצט אויפן ביה"ח, דאס איז כ"ע מודה אז עס איז ר' אהרןס הקפדה, און דאס וואס דער נפטר איז געלעגען אין אמבולאנס פאר לאנגע שעהן איז אויך כ"ע מודה אז עס איז געווען פון ר' אהרןס הקפדה.

און דאס איז אפגערעדט אז דער שרייבער איז א זעלטענער יראת שמים, ביי וועם, מחלוקת ביי אידען טוט שרעקליך וויי. ער איז אזוי צובראכען פון די מעשה אז ער איז שוין אפילו גרייט צו טאן א טובה פאר די נשמה.

ער איז שוין מער מענטש ווי זיין רבי ר' אהרן. ר' אהרן איז ניטמאל גרייט א טובה צו טאן פאר די נשמה, ר' אהרן איז בכלל נישט צובראכען אז זיין הקפדה הרגעט מענער פרויען און קינדער. ער איז נאר צובראכען אז מען האט געפענט א נייעם ביה"ח וואס דורך דעם וועט מען שוין קענען רואיג אים און זיין קאניבאלען קהילה איגנארירען, און אויך ווייל דורך דעם נייעם ביה"ח איז אום דירעקט געווארען אז יעדער אין קרית יואל וועט קענען חתונה מאכען אין אנדערע זאלען אין קרית יואל און אנדערע רבנים וועלען מסדר קידושין זיין אין גרויסען.

ער איז פיל מער צובראכען אז בני יואל האט שוין אט אט זייער זאל פארטיג און גרייט אויף חתונות; ער איז פיל מער צובראכען אז "מוסדות ויואל משה" אין קרית יואל גייט האבען א זאל גרייט פאר חתונות אויף נאך חנוכה. ער איז פיל מער צובראכען אז "מוסדות ויואל משה" עפענט אויף א בוטשער – אדער ווי דער בלאט רופט עס אן מיט א זייער "קיוט" ווארט, "פלייש יאטקע"... – אויף גלייך נאך סוכות, און זיי וועלען נישט פארקויפען די "שחיטה המהודרת", פשוט, זיי ווילען נישט די מערסט כשרסטע פלייש זייט אמעריקע איז אנדעקט געווארן. זיי וועלען זיך באגנוגען מיט סתם כשר פלייש.

ר' אהרן טוט פיל מער וויי, אז דער ציבור האלט אז ר' אהרן איז בכלל נישט נאמן אויף כשרות, ווייל א איד וואס קען זיך צאם זעצען מיט זיינע יועצים בשעת א טראגעדיע, און מאכען פלענער ווי אזוי מען גייט דאס מערסטע נהנה זיין פון די טראגעדיע, איז נישט נאמן אויף קיין שום אידישקייט זאך. אזא סארט רבי מיינט נישט קיין כשרות, און מיינט נישט קיין אידישקייט. ער מיינט נאר זיך צו רימען (עיין ר' אהרןס דרשה כ"ו אב בהאי שעתא) און נאך אמאל זיך צו רימען און הייבען.

דעריבער איז דער שרייבער פון די אויבענדערמאנטע שורות, און גדלי' סעגעדין, זיכער פיל מער פון זייער רבין. זיי מיינען דאך יא די טובת הנשמה. און דער שרייבער פון הייד פארק מיינט נאך א זאך: "עס איז געשעהן ר"ח אלול און אלול איז א זמן פון תשובה". עס איז נישט דא מיט וועם צו לאכען...

 *

ווען די פאליציי האט פון דעם שטח פארטריבען די בחורים וואס האבען געזונגען און געטאנצען, האבען די רבנים און דיינים פון סאטמאר מקדש געווען דעם ביה"ח. עס איז געווען מערקבאר די עלטערע חברא קדישא לייט פון בני יואל וואס האבען זייער אסאך ארויס געהאלפן אז מען זאל נאך קענען היינט מאכען די לוי' און עס זאל זיין אלעס גרייט ווי די הלכה פאדערט זיך.

בשעתן מקדש זיין דעם ביה"ח האט ר' אהרן מיט זיינע קאבינאלען קהילה געזען כי כלתה אליהם הרעה, זיי האבען געזען אז זיי זענען געגאנגען צו ווייט, און דאס שרעקליכסטע איז געשען, זיי פארלירען דאס בעלות אויף אלעם וואס זיי האבען זיך גערישט, האבען זיי ווייטער פראבירט צו פארקויפען אז דער נפטר קען ליגען ביי זיי אן קיין שום תנאים. איצט האבען זיי זיך אויף געוועקט. איצט האבען זיי איינגעזען אז מען קען נישט טשעפען א גאנצען ציבור, ווייל דער ציבור פארטראגט נישט קיין קאניבאלען און קיין טעראר. דער ציבור איז מוחל דאס ליגען לעבען הייליגען רבין אויב ליגט דער רבי ביי די דאזיגע סארט נידערטרעכטיגע מענטשען פרעסער. אבער עס איז שוין געווען דערנאך. די משפחה האט שוין נישט געוואלט הערען פון בכלל פארהאנדלען מיט זיי.

ביני לביני איז געקומען צו פארען א ריזען ציבור פון די שטאט און פון די קאנטריס, אפצוגעבען דעם לעצטען כבוד פאר איינע פון די שענסטע יונגעלייט וואס סאטמאר פארמאגט. דער יונגערמאן דער נפטר איז געווען א אהוב בין הבריות און פארמאגט אומצאליגע גוטע פריינט, און דעריבער איז געקומען צו פארען א ריזן עולם. און אימעטים האט מען גערעדט וואס די מענטשען פרעסער ארום ר' אהרן האבען דא היינט אפגעטאן.

ביי די לוי' אין פארענט פון גרויסען ביהמ"ד "ויואל משה" אויף גארפיעל ראוד, זענען זיך צאם געקומען א ריזען ציבור. דער טאטע ר' שאול האט פארציילט אז דער נפטר האט אים געזאגט אז מען זאל מקדש זיין דעם ביה"ח און דאס איז געווען זיין רצון. און די מעשה אזי געווען ווי פאלגענד: ר' שאול איז געווען שב"ק פ' ראה אין קרית יואל ווען כ"ק אדמו"ר שליט"א האט געוויילט דארט. מוצש"ק ליל כ"ו אב איז ר' שאול ארויף געגאנגען צום ציון הק' אין איינעם מיט זיין זון דער נפטר. אויפן וועג ארויף האבען די בחורים פון די קרית יואלער ישיבה, די יונגע קאניבאלען, זיי נאך געשריגען און געשריגען זייערע נעמען, ווי ערווארטעט. ר' עוזיאל מיט זיין הייליג הארץ האט נישט געקענט צו זען ווי מען שרייט נאך זיין טאטען, האט ער זיך אנגערופען צו ר' שאול: טאטי, מען דארף מקדש זיין די שטחים וואס מען האט געקויפט, איך זאג דיר, קיינער וויל נישט ליגען ביי די חיות. דאס פארציילט ר' שאול ביי די ניחום אבלים פאר אלע מנחמים. מוראדיגע דיבורים.

נאכדעם האט מעורר לתשובה געווען כ"ק אדמו"ר שליט"א וואס האט בתוך דבריו איבערגעבעטען דעם נפטר אויף וואס די קאלט בלוטיגע מענשטען האבען דעם נפטר היינט מבזה געווען, וואס מען האט נאך אזאנס נישט געהערט ביי אידען. אויך האט דער רבי מוחה געווען אויף די גזילה וחמסנות וואס די ערקלערטע בעה"ב האבען פון דעם נפטר געגזלט זיין באצאלטע חלקה אויפן ביה"ח.

נאכען הערען אנדערע דברי התעורות איז רוב פונעם ציבור ארויף געפארען צום נייעם ביה"ח. איצט האט שוין די הנהלה הישיבה פון קרית יואל געזעהן אז דאס היינטיגע געזונגעכץ פון זייערע בחורים איז געווען א שרעקליכער ביליגער און געמיינער טאהט, האבען זיי אראפגעשיקט עטליכע מגידי שיעור (נישט זיכער אז זיי האבען פאר וועם צו זאגען שיעורים) און מנהלים, אבאכט צו געבען אז עס זאל זיך נישט געפונען קיין איין איינציגער בחור פון די ישיבה, אויף דעם נייעם שטח.

אבער נאך אלץ איז געווען ביי אלעמען דער געשפרעך בשעת מען האט גענידערט דעם ארון אין קבר, דאס וואס אלע אפטיילונגען פון די פירערשאפט פון קרית יואל, האבען היינט אפגעטאן מיט מבזה זיין א חשובען נפטר און מיט מצער זיין א פרישע אלמנה מיט אירע פרישע 9 יתומים און די גאנצע משפחה. אנגעהויבען ביי ר' אהרן און זיינע קאניבאלען "קהילה", גדלי' סעגעדין פון "ווילעדש", די נאבעלע "הצלה" ארגאניזאציע, די "פובליק סעיפטי" און צום לעצט: די "בחורים" פון די ישיבה.

טויזענטער סאטארער חסידים האבען איצט אפגעאטעמט אז ב"ה אשר לא השבית לנו גואל, דער אויבערשטער האט דעם רבין חונן דעת געווען צו קויפן די שטחים פארן ביה"ח, און דער ציבור האט אפגעאטעמט אז מער וועט מען נישט קענען ארויס פרעסען און רויבען קיין געלטער פון אידען וואס האבען שוין באצאלט פאר קהל זייער מעמבערשיפ.

אין דעם קבר פון ר' עוזיאל האט מען מיט געלייגט מיליאנען דאלארען פון אידען וואס וואלטען געמוזט פאר די קאניבאלען באצאלען; אין דעם קבר פון ר' עוזיאל האט מען מיט געלייגט דעם גאנצען טעראר אפאראט פון ר' אהרן און זיין בלוט דורשטיגע באנדע; אין דעם קבר פון ר' עוזיאל האט מען מיט געלייגט הונדערטער בלוט צאפונגס מאשינען פון די קאניבאלען.

ר' עוזיאל וואס האט ארויסגעהאלפן אומצאליגע אידען בשעת ער האט געלעבט, האט אויך בשעת זיין פטירה געהאלפן טויזענטער אידען. ער האט געהאט די זכיה אז טויזענטער אידען האבען אפגעאטעמט פוןדי שרעק וואס ר' אהרן און זיינע מענטשען פרעסער באנדעס האבען אויף זיי ארויף געווארפען.

ליידער האט דאס געקאסט א טייערע נפש, א זעלטענער בעל חסד, אבער דער נפטר איז אין די בחינה פון "בקרובי אקדש".

זכותו יגן עלינו 



תוקן על ידי מנהל_שני ב- 26/08/2009 18:07:14




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/8/2009 17:22 לינק ישיר 
עדיטאריעל פון ישיבה ווארלד ניוס

http://www.theyeshivaworld.com/news/Editorial/38595/EDITORIAL:+What+Will+It+Take+To+Learn?.html



 

EDITORIAL: What Will It Take To Learn?

August 24, 2009

I don't know how to start. To say that I'm outraged would be an understatement. To say I'm disappointed? Ashamed? Still insufficient. Perhaps it's a word that has yet to exist; I'm simply pained.

We all know that the Churban Habayis was caused by Sinas Chinam. We also know that Chillul Hashem isn't forgiven only by death. But do we really know, or do we pretend to know?

The Chillul Hashem has been going on for 10 years now. The mainstream media has reminded us about this time after time, but we didn't learn. Nothing seemed to be going too far. If it involved anything from desecrating the Torah, Bizayon Talmidei Chachamim, Mesiros to Chillul Shabbos, Nothing held them back. Perhaps they justify themselves by claiming that it is L'shem Shamayim. But what happened this week made me take out the pen I've never used before and write. I am writing because I am hurt.

I won't talk about the pain those nine young Yesomim whose father was taken from this world so suddenly, and was then denied burial are suffering, or the trauma they will live with for the rest of their lives. I believe that is self-understood. Actually, I hope so. I will talk about a different aspect.

We all know that the Torah prohibits leaving a Meis out in the field longer than necessary. Some Poskim and Kehillos support this opinion even when it pertains to Kovod HaMeis. Baruch Hashem, Klal Yisroel, a nation known for its Chessed, has many Askanim and organizations who work with authorities tirelessly around the clock to ensure that proper Kovod HaMeis is met. They sometimes work with people who have never seen an orthodox Jew before, but after ample explanation have come to understand the concept. I will bring an example.

This year, Governor Paterson planned a huge cut for the NYC Medical Examiners office's budget. They responded by threatening to close some of their offices, which would result, according to them, in delaying burial for the Jewish people who make this a major priority. Organizations including the OU, Misaskim, the Chevra Kadisha of the Vaad HaRabbonim of Queens, and the JCRC of New York stepped up their efforts to lobby that it shouldn't be enacted. They explained to officials such as Governor Paterson and then Majority leader Malcolm Smith how important it is for us to dignify a Niftar. They understood and acted accordingly. (See article HERE on YWN)

How is it, may I ask, that people who grew up in a different society, people who don't really understand our unique and special religion, understand this concept, and some of us Rachmanim don't? What are these officials supposed to think when reading the NY Post report? That Jews have a double standard? What explanation will the Askanim give those coroners to avert an autopsy when shown the Times Herald-Record article?

No, I am not blaming anyone here. I am not affiliated with either party, and I am not writing to defend or blame either side. I simply do not understand what they thought - if they thought. The Torah punished its most evil criminals with stoning, yet warned not to delay their burial. What crime did this meis commit other than being part of another faction? Why didn't he deserve to get proper Kovod Ha'achron to his eternal rest just like all of us desire?

We should be ashamed of ourselves, how far we have gone, playing with Neshomos - with fire!

(NOTE: This editorial is in reference to a particular (split) Chassidus which delayed the Kevura of another Jew for an entire day, due to fighting amongst themselves. This incident was reported in the media; NY Post, Times Herald Record, MidHudsonNews and others.)

(Shulem Rosenbaum - YWN)

 



תוקן על ידי פארמעגליך ב- 26/08/2009 17:28:39




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אחים אנחנו > פארמעגליך שרייבט דעם כנאראלאגישען דאנערשטאג שופטים
מנהל לחץ כאן לשחרור האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext