עפעס א מיידל סקול פאר די מוסדות ויואל משה, מיין איך אז עס טוט זיך אויך. און דער נייער חתונה זאל פון ויואל משה, איז די וואך אונטערגעשריבן געווארן דער קאנטראקט צווישן ר' ישראל גאלדבערגער און די הנהלת המוסדות און אויך דער רבי שליט"א האט אונטערגעשריבן, אז ר' ישראל באקומט דעם נאמען פון די זאל און עקסטער פון דעם גאנצן בנין
תוקן על ידי באלאנד ב- 27/08/2009 2:23:06
נשלח ב-27/8/2009 03:28
באלאנד איך מיין די האסט א טעות. ר' ישראל גאלדבערגער איז דער נדבן פונעם זאל אויף לארקין ביי די נייע תלמוד תורה. די מיידל שולע מיטן זאל איז א נאך א פראיעקט פון דעם פילינטראפ ר' אברהם בער יאקאבאוויטש וואס איז לעצטענס זייער אקטיוו און די קהלה און מוסדות קרית יואל, ווי די אפקויף פון דעם נייעם ביה"ח, און רענאווירן דאס גרויסע ביהמ"ד אויף גארפילד און נאך.
נשלח ב-27/8/2009 05:39
הרחבת גבלי הקדושה במלא מובן המילה
נשלח ב-27/8/2009 11:56
איך וואלט געוואלט פארשלאגען פאר די פילצאליגע פילאנטראפן און נדבנים אז איידער מען גייט מנדב זיין בנינים און בתי חיים זאל מען צוערשט שפייזן די מלמדים די פאסטעכער פון די אומשילדיגע שעפעלעך מיט זייער געהאלט וועכענטליך אדער כאטש א יעדע צוויי ואכן און זיי זאלן אריינפליסן געלט אין די קאסע און אזוי ארום פארמיידן אז די מלמדים זאלן נישט ארויסגיין און קיין סטרייקס אזוי וואו עס האט זיך אפגעשפילט נישט מער געדאכט מיט א שטיק צייט צוריק א זאך וואס איז נאכנישט געהערט געווארן זייט די וועלט שטייט איידער מען בויט בנינים זאל מען מאכן זיכער אז די מאטריאל אינעווייניג זאלן קענען אנהאלטן.